☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » מענער זייט; פרויען זייט

מענער זייט; פרויען זייט

16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13377

שמעון וואלף » פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 5:19 pm

· #436803
מענער זייט; פרויען זייט
צום שלוס פון די תש"ע יארן איז וויליאמסבורג נתבשר געווארן איבער די געוואלדיגע תקנה וואס איז דורכגעפירט געווארן נאך שווערע ארבעט פאר יארן לאנג.
מנהלי המוסדות, און עסקנים האבן שוין לאנג אויפגעברענגט די געוואלדיגע מכשולות וואס קומען פאר צוליב די תערובות אויף די גאסן. שיכון סקווירא און קרית יואל האבן שוין פאר יארן איינגעפירט א סעגרעגאציע צווישן די ג'ענדערס, נישט צו וואקן אויף די זעלבע זייט גאס. וויליאמסבורגע אידן שרייען שוין לאנג למה נגרע, פארוואס זאל די ירושלים ד'אמעריקא זיין כפונדקת ווי מענער און פרויען וואקן אויף די זעלבע גאס אן א מחיצה.
נאך א שטורעמישע זיצונג אין קאנצעליי פון התאחדות הרבנים איז באשטעטיגט געווארן אז די גאסן וועלן ווערן איינגעטיילט צווישן א פרויען זייט און א מענער זייט און אזוי פארמיידן די געפערליכע תערובות.
עטליכע אנוועזענדע האבן פארפירט אז מ'דארף גאר פארלאנגן מחיצות (געהעריגע, נישט קיין ר' משה'ס מחיצות) אויף וואס די רבנים האבן דערווייל נישט געוואלט נעמען קיין שטעלונג.

והיה מחניך קדוש
📎 EFeNHabWsAEep-j.jpeg

yerushalmi » מוצ"ש סעפטעמבער 28, 2019 9:57 pm

· #436812
די מיינסט אז עס גייט זיך אפי' אויסארבעטען עס איז די צו סאך מענטשען אז עס זאל זיין מעגליך אויסצופירן אזאנס אפי' די שאסיי קומט אריין און באנוץ פאר מענטשען צו וואקן.

וואלווי » מוצ"ש סעפטעמבער 28, 2019 10:10 pm

· #436813
yerushalmi
די מיינסט אז עס גייט זיך אפי' אויסארבעטען עס איז די צו סאך מענטשען אז עס זאל זיין מעגליך אויסצופירן אזאנס אפי' די שאסיי קומט אריין און באנוץ פאר מענטשען צו וואקן.


ס'איז די געדאנק וואס טויג נישט.

אולי, וואלט פשוט געווען א סוף צו אלע פירצות אז התאחדות הרבנים זאל ארויס אויפ'ן גאס מיט א מאשין גאן און ר"ל אפשיסען אלע נשים אזוי ווי אין איירופע 1943?

זענען זיי נארמאל? זייער לשונות און געדאנקגאנג בנוגע צו נשים הערט זיך כאילו נשים האבן ניטאמאל א רעכט צו אטעמען. ס'איז יוצא מגדר אנושי.

רביה''ק זי''ע » מוצ"ש סעפטעמבער 28, 2019 10:12 pm

· #436814
וואלווי
אולי, וואלט פשוט געווען א סוף צו אלע פירצות אז התאחדות הרבנים זאל ארויס אויפ'ן גאס מיט א מאשין גאן און ר"ל אפשיסען אלע נשים אזוי ווי אין איירופע 1943?

זענען זיי נארמאל? זייער לשונות און געדאנקגאנג בנוגע צו נשים הערט זיך כאילו נשים האבן ניטאמאל א רעכט צו אטעמען. ס'איז יוצא מגדר אנושי.

איך האלט גראדע ווי זיי, נאר אנשטאט אויסשיסן די פרויען זאל מען ענדערש אויסשיסן די מענער וועט מען שוין נישט צוקומען צו קיין מכשולות.

yerushalmi » מוצ"ש סעפטעמבער 28, 2019 10:15 pm

· #436815
וואלווי
yerushalmi
די מיינסט אז עס גייט זיך אפי' אויסארבעטען עס איז די צו סאך מענטשען אז עס זאל זיין מעגליך אויסצופירן אזאנס אפי' די שאסיי קומט אריין און באנוץ פאר מענטשען צו וואקן.


ס'איז די געדאנק וואס טויג נישט.

אולי, וואלט פשוט געווען א סוף צו אלע פירצות אז התאחדות הרבנים זאל ארויס אויפ'ן גאס מיט א מאשין גאן און ר"ל אפשיסען אלע נשים אזוי ווי אין איירופע 1943?

זענען זיי נארמאל? זייער לשונות און געדאנקגאנג בנוגע צו נשים הערט זיך כאילו נשים האבן ניטאמאל א רעכט צו אטעמען. ס'איז יוצא מגדר אנושי.

מסכים מיט דיר 100% נאר געוואלט ארויסברענגען אז עס איז ווייט פון מציאות ווייל קיין איין קאפל גייט נישט וואקן אפגעטיילט און שמועסן פון די אנדערע זייט גאס אויב יא איז עס סאך ערגער

וואלווי » מוצ"ש סעפטעמבער 28, 2019 11:58 pm

· #436824
רביה''ק זי''ע
וואלווי
אולי, וואלט פשוט געווען א סוף צו אלע פירצות אז התאחדות הרבנים זאל ארויס אויפ'ן גאס מיט א מאשין גאן און ר"ל אפשיסען אלע נשים אזוי ווי אין איירופע 1943?

זענען זיי נארמאל? זייער לשונות און געדאנקגאנג בנוגע צו נשים הערט זיך כאילו נשים האבן ניטאמאל א רעכט צו אטעמען. ס'איז יוצא מגדר אנושי.

איך האלט גראדע ווי זיי, נאר אנשטאט אויסשיסן די פרויען זאל מען ענדערש אויסשיסן די מענער וועט מען שוין נישט צוקומען צו קיין מכשולות.


אן קיין נסיונות? נעה.

וואס וואט דעמאלטס זיין מיט די נהמא דכסופא....?

וואלווי » זונטאג סעפטעמבער 29, 2019 12:26 am

· #436828
[ציטאט אראפגענומען]


סעיף א: "מען"...

סעיף ב: "מען"....

ניטאמאל, א נאמען זענען זיי ווערד...

נ.ב. : איך האב נישט קיין גאן לייסענס און איך בי עקסטרים ליברעל...

פרייוויליג » זונטאג סעפטעמבער 29, 2019 1:08 am

· #436831
אוי טאטי, איך האב פארגעסן צו גיין בעפאר יו"ט צו זיידי אזוי ווי התאחדות האט פארלאנגט..

מיין טייערע טאכטער, דו האסט פארגעסן אז עס פארהאנען נאך 2 אפציעס. דו קענסט נאך גיין בעפאר די מענער קומען אהיים פון שול, שעפעלע.

אבער טאטי, די מענער קומען שוין אהיים פון שול..

מיין טייערע טאכטער, עס איז אבער פארהאנען א דריטע אפציע פון גיין נאר אויף די רעכטע זייט גאס..

אבער טאטי, אויף יענע זייט גאס געפינט זיך פאפא שול, און דארט שטייט א סיין, אז פרויען זאלן גיין אויף די אנדערע זייט גאס, סא וועמען זאל איך פאלגן, פאפא אדער התאחדות?

מיין טייערע טאכטער, מאך א פשרה, גיי אויף לי עוויניו, און גיי אויף די לינקע זייט גאס..

אבער טאטי, קלויזנבורג, האט ארויסגעשטעלט א צעטל און פראנט פון זייערע שול, אז עס איז שטרענג פארבאטן צו גיין אויף די זייט גאס.. סא וואו זאל איך גיין?

טייערע איצו גליק: נעקסטע מאל שטעל ארויס א צעטל, אז אלע פרויען זאל זיך אראפ ווארפן פון דאך, אזוי וועסטו מער נישט האבן קיין פראבעלמען פון פרויען מיט וואסע טורבאַנס גייען אויף די גאסן ראש השנה ביינאכט..

יעלה ויבא » זונטאג סעפטעמבער 29, 2019 2:01 pm

· #436834
Re: מענער זייט; פרויען זייט
This should workhttp://cloud.tapatalk.com/s/5d90f1650c8a5/VID-20190929-WA0068.mp4

Sent from my SM-G960U using Tapatalk

איסר האטלקי » זונטאג סעפטעמבער 29, 2019 2:28 pm

· #436836
פרייוויליג
אבער טאטי, אויף יענע זייט גאס געפינט זיך פאפא שול...

כ'האב הנאה אז דו קענסט נישט וויליאמסבורג, אבער פאפא געפינט זיך אויף די זייט צו ווייט, וואס איז די מענער זייט.

פרייוויליג » זונטאג סעפטעמבער 29, 2019 4:47 pm

· #436841
איסר האטלקי
פרייוויליג
אבער טאטי, אויף יענע זייט גאס געפינט זיך פאפא שול...

כ'האב הנאה אז דו קענסט נישט וויליאמסבורג, אבער פאפא געפינט זיך אויף די זייט צו ווייט, וואס איז די מענער זייט.

ארגומענט דיסטרויט.

דער גאלדענער אדלער » זונטאג סעפטעמבער 29, 2019 5:04 pm

· #436842
Re: מענער זייט; פרויען זייט
רביה''ק זי''ע
וואלווי
אולי, וואלט פשוט געווען א סוף צו אלע פירצות אז התאחדות הרבנים זאל ארויס אויפ'ן גאס מיט א מאשין גאן און ר"ל אפשיסען אלע נשים אזוי ווי אין איירופע 1943?

זענען זיי נארמאל? זייער לשונות און געדאנקגאנג בנוגע צו נשים הערט זיך כאילו נשים האבן ניטאמאל א רעכט צו אטעמען. ס'איז יוצא מגדר אנושי.

איך האלט גראדע ווי זיי, נאר אנשטאט אויסשיסן די פרויען זאל מען ענדערש אויסשיסן די מענער וועט מען שוין נישט צוקומען צו קיין מכשולות.
בא הכתוב השלישי ויכריע בניכם, אן אטאם באמבע וואלט געווען די גלייכסטע

וואלווי » זונטאג סעפטעמבער 29, 2019 5:17 pm

· #436843
דער גאלדענער אדלער
רביה''ק זי''ע
וואלווי
אולי, וואלט פשוט געווען א סוף צו אלע פירצות אז התאחדות הרבנים זאל ארויס אויפ'ן גאס מיט א מאשין גאן און ר"ל אפשיסען אלע נשים אזוי ווי אין איירופע 1943?

זענען זיי נארמאל? זייער לשונות און געדאנקגאנג בנוגע צו נשים הערט זיך כאילו נשים האבן ניטאמאל א רעכט צו אטעמען. ס'איז יוצא מגדר אנושי.

איך האלט גראדע ווי זיי, נאר אנשטאט אויסשיסן די פרויען זאל מען ענדערש אויסשיסן די מענער וועט מען שוין נישט צוקומען צו קיין מכשולות.
בא הכתוב השלישי ויכריע בניכם, אן אטאם באמבע וואלט געווען די גלייכסטע


א שאד. מ'וואלט געדארפט מסרס זיין אדם הראשון, וואלט מען נישט צו געקומען צו נסיונות ח"ו.

מה עשה הקב"ה, וקלקלו המינים..

החוקר » זונטאג סעפטעמבער 29, 2019 5:24 pm

· #436844
Re: מענער זייט; פרויען זייט
גאר וויכטיג פאר יו"ט...
איך פארשטיי נישט צו לעזן די מאפע. א געוונליכע מאפע זענען די ווייסע פאסן די גאסן און די קעסטעלעך אינדערמיט במקום די הייזער. דא אבער קוקט אויס ווי די קעסטעלעך זענען די עוועניוס. וועלכע איז ריכטיג? ווי איז די מענער זייט און ווי איז די פרויען זייט?
ביטע העלפט מיר וואו אמשנעלסטן. מיין ווייב וויל נישט ח"ו עובר זיין דעת תורא.

שמעון וואלף » דינסטאג אקטאבער 1, 2019 11:57 pm

· #436862
עניבאדי מיט אן אפדעיט, וויאזוי האט זיך עס אויסגעארבעט? איז טאקע געווען ווייניגער מכשולות?

שמעון_ברוך » מיטוואך אקטאבער 2, 2019 5:53 am

· #436866
מפטירין כדאתמול.. ולא נודע