☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » מענטשן מיינען...

מענטשן מיינען...

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13336

ספרא דמרא » מאנטאג סעפטעמבער 9, 2019 2:36 pm

· #435995
מענטשן מיינען...
אייביג הערט מען פון מענטשן, מיינונגען פון שעלטן און בענטשן, זיי מיינען אז זיי האבן אלעס ארויס, ווען אין אמת'ן איז זייער טעות גרויס, פון זייערע שטעלונגען נארישע און פוסטן, ווי א ווארט אויף געזונט פון ראקעט סייענטיסטן, מאכט נישט אויס אויף סיי וואסערע וועג, דער עיקר אז זיי האלטן חשבון אויף יענעמס לעבנסטעג, וואס איז דער געהיימעניס, גיבט א קוק וועט איר זען געוויס...

מענטשן מיינען אז איך בין נארמאל
איך בין אבער נישט, איך בין בלויז אייגנארטיג אויף מיין וועג

מענטשן מיינען אז איך בין משוגע
איך בין אבער נישט, איך בין בלויז אנדערש ווי זיי אנערקענען

מענטשן מיינען אז איך בין א צדיק
איך בין אבער נישט, איך בין בלויז רעכטדענקנד

מענטשן מיינען אז איך בין א רשע
איך בין אבער נישט, איך בין בלויז א מענטשן רעכט פארערער

מענטשן מיינען אז איך בין יונג
איך בין אבער נישט, איך בין בלויז אן באשעפטיגונג

מענטשן מיינען אז איך בין אלט
איך בין אבער נישט, איך בין בלויז עטוואס דורכגעטראכט

מענטשן מיינען אז איך בין באליבט
איך בין אבער נישט, איך בין בלויז א שטילער נפש

מענטשן מיינען אז איך בין פארהאסט
איך בין אבער נישט, איך בין בלויז נישט אין שוואונג

מענטשן מיינען אז איך בין פרייליך
איך בין אבער נישט, איך בין בלויז שווייגנד און ווייז שמייכלען

מענטשן מיינען אז איך בין טרויעריג
איך בין אבער נישט, איך בין בלויז צוקלאפט און וויי געטון


און אויב אזוי ווער וועט יא קענען אויף מיר א ווארט זאגן, אן זיינע אייגענע נגיעות און פארשלאגן, א מענטש זעט פון זיין אייגן פענסטער ארויס, און גלעט אלס וואס ער האט אויפן שויס, קיינער קען נישט ערקלערן, וואס דו ביסט און וואס עס וועט ווערן, ווען מיר וועלן זען אז אונזערע פאראויסשאצונגען איז נאר א חלום, וועלן מיר קענען רואיג לעבן לחיים ולשלום.

רביה''ק זי''ע » מאנטאג סעפטעמבער 9, 2019 7:51 pm

· #436010
אין קורצן: מענטשן זענען one track minded, איך בין אבער נישט.

ברוינשטיין » מוצ"ש יאנואר 1, 2022 9:47 pm

· #490312
Re: מענטשן מיינען...
עס האט זיך געלוינט נישטערן,
אין אלטע אשכולות,
אלץ נאר קלוג צו ווערן,
פון ספרא דמרא'ס יכולות,


Sent from my SM-A125F using Tapatalk

היסטאריע » מוצ"ש יאנואר 1, 2022 10:02 pm

· #490314
מענטשען מיינען ברוינשטיין איז א נייע ניק, אבער באמת איז ער א גלגול

ברוינשטיין » מוצ"ש יאנואר 1, 2022 10:05 pm

· #490316
Re: מענטשן מיינען...
הא הא הא, שמייכל,
אויסגעשאסן האב איך,
גריבלסט אין דיין היסטאריע טייכל,
שפעקוליר ווייטער זוך און זוך,



Sent from my SM-A125F using Tapatalk

ברוינשטיין » פרייטאג מאי 27, 2022 12:54 pm

· #501082
Re: מענטשן מיינען...
מענטשן מיינען אז איך בין דיפרעסט, כ'בין אבער נישט, איך בין בלויז פארטראכט.

קהל'ס נער » פרייטאג מאי 27, 2022 2:02 pm

· #501090
מענטשן מיינען אז איך בין פלוצלינג געווארען א פארקוועטשער יוד, די אמת איז אז איך דארף א שידוך טוהן מיט מיינע קינדער.

ברוינשטיין » פרייטאג מאי 27, 2022 2:37 pm

· #501097
Re: מענטשן מיינען...
מענטשן מיינען אז איך בין אן אלטן בחור, אבער איך בין נישט, איך בין בלויז חסידיש....