נייעס פון "עפל"
189 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1333
ס'דערקענט זיך א סטיוו דזשאבס איז שוין נישט בין החיים, ער וואלט דאס קיינמאל נישט צוגעלאזט. טירד פארטי קיבאורדס? ווער דארף דאס? נאטיפיקאציע ווידזשעטס? over my dead body! און רוב אנדערע זאכן וואס זיי האבן צוגעלייגט איז נאכגעמאכט פון אנדויד, גוגל, אדער מייקראסאפט. און ס'איז קאמיש אויסצוהערן ווי די פאנאטישע דיוועלאפערס קלאטשן מיט עקסטאז צו די אלע זאכן וואס ענדרויד האט שוין פאר יארן.
צוויי גוטע זאכן וואס קומט זיך זיי קרעדיט איז די continuity, אז ווען מ'האלט אינמיטן ארבעטן אויף איין עפל דיווייס, קען מען זיך אויפהייבן און ממשיך זיין אויפן צווייטן, פארשטייט זיך אויב די צווייטע האט אויך די זעלבע עפפ. די צווייטע איז אז די קיבאורד suggestions איז context aware, ס'הייסט אז ווען איך טעקסט מיין חבר וועט דער קיבאורד פארשטיין אריינצולייגן אנדערע ווערטער ווי ווען איך טעקסט מיין קאלעגע, און ווען איך שרייב א סענטענס וועט ער פארשטיין די קאנטעקסט און צופאסן די ווערטער וואס קומען אין דעם קאנטעקסט. א זאך וואס איך האב שוין לאנג עקספעקטעד פון swype אבער זיי האבן עס נאך נישט אינגאנצען.
עס איז נישט ממש אינגאנצן ווי דו זאגסט. קיבארד איז א זאך וואס יעדער קאמפלענט אויף די איינפאכע קיבארד פון עפל, עפל האט געדארפט צו שטעל עפעס מער צום קיבארד. swipe קיבארד איז א זאך וואס יעדער ווינטשט זיך. און זיי וואלטן געקענט רואינירן זייער פריינטליכקייט אויב שטייען זיי מיט אזא גראדע ריקן אלעס כדי נישט זיך אוועק צו רירן א זיז כלשהו פון סטיוו דזשאבס. אלענפלאס ווער זאגט דיר אז סטיוו האט דאס נישט פאראויס געשריבן? קיינער ווייסט נישט. זיי זאגן אז סטיוו האט פאראויס געשריבן דעם iOS פאר א לאנגע שטרעקע. איך האלט אז מיטן ערלויבן דריטע פארטי פאר פינגער פרינט און דריטע פארטי קיבארד הייבן זיי אויף זייערע פארשריט.
ווידזשעטס נאכגעמאכט ענדרויט? עס איז אנדערע סארט ווידזשעט לחלוטין.
זיי האבן זיך נישט גערירט אין צענדליגע ענינים וואס דער עולם האט שוין טענות זייט די ערשטע אייפאון, פלוצים יעצט לאזט מען טוירד פארטי עקסעס צום סיסטעם, צוויי מיט צוויי איז איקוועלס פיר.
טאקע נישט די זעלבע ווידזשעט, אבער דערמאן זיך נאר וואס זיי פלעגן זאגן אז ווידזשטס זענען סתם א בעטערי דרעין, און ס'נעמט אוועק פונעם אסטעטישקייט פונעם האומסקרין. אז איינער וויל עפעס טוהן קען ער אריינגיין אין די עפפ, ווייל ס'מאכט זיך דאך אויף מורא'דיג שנעל.
איך האף עס איז נישט קיין עכטע בילד.
דאס זעהט אויס קעגן אלע יסודות פון עפל...
גנדיאיך האף עס איז נישט קיין עכטע בילד.
דאס זעהט אויס קעגן אלע יסודות פון עפל...
יסודות פון עפפל אדער סטיוו דזשאבס?? אלענפאלס, וואס זענען די יסודות פון עפפל?
יישר כח.
עפל גייט עפענען א געשעפט אין וויליאמסבורג, אויף בעדפארד עוועניו
<a class="postlink" href="http://nymag.com/daily/intelligencer/2014/12/brooklyn-is-getting-its-own-apple-store.html">http://nymag.com/daily/intelligencer/20 ... store.html</a>
יידלעפל גייט עפענען א געשעפט אין וויליאמסבורג, אויף בעדפארד עוועניו
<a class="postlink" href="http://nymag.com/daily/intelligencer/2014/12/brooklyn-is-getting-its-own-apple-store.html">http://nymag.com/daily/intelligencer/20 ... store.html</a>
איך בין מער פרייליך אז די קנאים גייען שפרינגען ווי אז עפל עפנט א געשעפט. איז עפעס ראנג מיט מיר?
עפל ווייסט נאכנישט ווער קלאר און ציממערמאן זענען!!! עס קומט גוטע צייטן
או אפשר לומר
קלאר און ציממערמאן ווייסן נישט ווער עפל איז!!!
עכ"פ טיים וויל טעל
איז דער פארדינגער פון די בילדינג א היימישע איד?
אויב יא וועט זיין יום טוב!
לית דין בר נשעפל ווייסט נאכנישט ווער קלאר און ציממערמאן זענען!!! עס קומט גוטע צייטן
או אפשר לומר
קלאר און ציממערמאן ווייסן נישט ווער עפל איז!!!
עכ"פ טיים וויל טעל
Is North 3 also Zimeman's territory? If they protest this when it opens, this will be such bishes that we can all lock ourselves in our home for a few weeks.
לויט די צייטונג איז דער בעל הבית דער זעלבער רויזען וואס האט געגראבען קברים און מען האט געמאכט א פראטעסט פאר אים.
(אחוץ אויב איך מאך א טעות)
שוין באקאנט פאר יעדן די גוגל קאר וואס פארט ארום בארבע כנפות הארץ אפכאפן בילדער פון אלע גאסן, צוליב זייער "סטריט וויאו" אין זייערע מעפס.
הכונו, גרייט אייך צו צו די נייע ערשיינונג פון "עפל קארס". עפל האט אנגעהויבן נאכמאכן דעם זעלבן פראצעדור פאר זייערע אייגענע מאפעס.
היינט איז די גרויסע טאג!!!
היו נכונים!!!
אזוי ווי די חשובע חסידים מכל כנפות תבל האבן זיך ב"ה פארמערט. האבן מיר אפגעדינגען א גרעסערע גיגאנטישע
אולם הענקי
ביל גראהאם ציוויק אַודיטורום
חסידים וואס האבן געווארט און ארויס געקוקט אויף דעם היינטיגן טאג וועלן זוכה זיין צו געוואלדיגע התגלות און נייע חידושים אשר לא־היה כמהו בכל־הארץ מאז היתה לגוי.
מען בעהט דעם עולם זאל אויספאלגן די סדרנים.
מען וועט זיצען אויפן פאלגענדן סדר:
נערים
בחורים
בעלי בתים
זקנים
מען בעהט די זקנים זאלן צו לאזן קודם די יונגווארג.
והי' המעמד לחיזוק ולהתרוממות המדע
עדי נזכה לחזון הנביא. לא רעב ללחם ולא צמא למים כי אם לשמוע את דברי...
נ.ב. לבקשת הרבים האבן מיר באקומען אן היתר צו קענען מיט האלטן מיט א ספעציעלע לייו הוקאפ.
<a class="postlink" href="http://www.apple.com/apple-events/september-2015/">http://www.apple.com/apple-events/september-2015/</a>
נאר פאר די וואס נוצען די ספעציעלע קומפיוטער וואס איז געמאכט געווארן דורך אונזע קהלה און האט די חותם פון אונזער קהלה קדושה.
חסידיו ומערציו
די עסקנים געבן איבער:
זייער א רייכע פראגראם איז צוגעגרייט
בראשות כ"ק הוד אדמו"ר שליט"א
א ספעציעלער גורל פאר 1 חודש שכר לימוד פריי פאר די וואס קומען אין צייט און בלייבען ביז צום סוף.
צוליב די גרויסע געדרענגעניש עס זאל נישט צוקומען צו סכנות נפשות האבן מיר געמוזט פארמאכן די בוטשער סטאר מטעם הקהל ביז נאך די מאורע
<a class="postlink" href="http://www.apple.com/us/shop/goto/iphone6">http://www.apple.com/us/shop/goto/iphone6</a>
"מאנסטער הודעות" קומען היינט פון עפל - טים קוק (נישט די ציוני)
טים קוק: "עפל זייגער - העלפט דעם עולם פאלירן וואג"
נישט קיין וואונדער חסידים כאפן זיך נישט צו דערצו...
עשר אלף עפפס פאר די עפל זייגער.
בקרוב וועט מען קענען זעהן ווידיאוס אויף די זייגער.
- שלעפט ארויס די קול קורא'ס פון תש"נ'ס אנטקעגן ווידיאוס...
נייע מאדעס פאר די עפל זייגער.
גאלד. פינק. לעדער אד"ג.
- חס ושלום נישט נאך גיין די מאדעס...
נייע גרויסע ריזיגע ניי אינטערנעט כלי!
IPAD PRO
דער יצר הרע שלאפט נישט...
נייע "עפל בליי"
Apple Pencil
ביקור נעלה מאת כ״ק אדמו״ר ממייקרעסופט במעון קדשו של כ״ק מרן אדמו״ר שליט״א מתפוח.
אזוי ווי עס איז אן עת רצון צו מאכן שלום מיט אלטע בעלי מחלוקת.
רבינו שליט"א איז אן אוהב שלום ורודף שלום. די רבי האט איינגעלאדנט די גבאי פון מייקראסופט.
די רבי האט שלום געמאכט מיט די פריערדיג'ע רביס בעל מחלוקה
ADOBE
חסידם קענן קויפן די נייע פענסיל מטעם הקהלה
פאר די ביליגע פרייז פון בלויז $99
עפל TV
(מיר ווילן דערמאנען אז שלומי אמוני ישראל האלטן נישט אזא כלי אינדערהיים)
קויפן אומצניעות'דיגע מאדעס אויף TV
די ווייטע בליק פון גדולי ישראל...
נע, מען מעג שוין קוקן דארט, עס האט מראות קודש פון סיטי פיעלד.
אין די יעצטדיגע מינוטן גייט עפל ארויס קומען מיט א נייע אייפאון מקען דאס מיטהאלטן לייוו אויפ זייער וועבזייטל
כ׳פארשטיי אז די עולם דא האט אין די באזיץ נאר סעמסאנג, היות ע״פ רבנים הגאונים איז אייפאון אסור.
עפל מסיבה לייוו
ביינאכט וועט די ליכטיגקייט פון די אייפאון ווערן טונקלער צו העלפן איינשלאפען.
א קלענערע ביליגערע אייפאון פאר די בחורים צו קויפן און באהאלטן...
אייפעד פרא
פיל שילער וועט מסביר זיין
נייע אייפעד פרא
גרינגער
קלענער
אריינצולייגן אין די טלית באטעל
נייע טעכנעלאגיע
די קלף פון די דיווייס וועט זיך טוישן לויט די סביבה
די מבינים זאגן ס'איז א גדולה...
עפל סטאקס פאלט!
😳 😢 😮 😁
נעקסט יאר 2017 וועט מען מאכן חנוכת הבית אין די נייע בית המדרש הגדול...
זייער א שוואכע מסיבה היינט....
נייעס פון "עפל"
זיי זענען בעצם ארויס געקומען מיט א גרויסע זירא, געמאכט שפאס פונעם עולם.
אבער סארא חילוק? די עולם גולם קויפט ווילאנג סהאט די שיינע זילבערענע עפל פון אונטן,
ווען זיי פרעגן ווען שטילע זאלן זיי ארויס קומען מיט א טיש פאר צוועלעף מאות, ס׳וועט גיין ווי מצה וואסער, ווילאנג ס׳האט א גרויסע עפל דערויף. לעבן זאל עפל
און עפל לאכט. די סיבה פארוואס עפל איז ארויסגעקומען מיט א קלענער דעווייס איז צו כאפן די עולם וואס זיצט נאך מיט
קליינע פאונס. אין פאקט זענען נאך פארהאנען א ריזן ציפער מענטשן וואס גלייכן נאך דעם קליינעם מאשין. סא עפל וויל טארגעטן אפילו יענע עולם. דו קענסט בלייבן מיט דיין סייז אבער קויף די לעצטע הייסטע מאדעל.
Re: נייעס פון "עפל"
די נייע אייפעד איז בעצם א אפדעיט אויף די עיר 2 נאר כזעע זיי האבן איינגעטיילט די ג״ב פאר די צוויי צוזאמען.