☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אשכול אן א טיטל #13327

אשכול אן א טיטל #13327

15 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13327

— » פרייטאג סעפטעמבער 6, 2019 9:57 am

· #435850

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

אונטער חכם » פרייטאג סעפטעמבער 6, 2019 10:05 am

· #435853
דריי פערטל פון די יונגעלייט קען איך, אלע צוציקלעך אין כולל וואס רעדן זיך איין אז זיי פירן די וועלט.

אפשר צוויי דריי ערנסטע עסקנים.

גדליה » פרייטאג סעפטעמבער 6, 2019 4:34 pm

· #435877
כ׳האב נישט געדולט דורכצוגיין די גאנצע זאך
אפשר קענען א פאר זשורנאליסטען דורכגיין בעיון און ארויסנעמען אינטערסאנטע שטיקלעך.

berlbalaguleh » מוצ"ש סעפטעמבער 7, 2019 10:16 pm

· #435889
גדליה: ס'איז ממילא די זעלבע שטותים איבערגעקייעט אויף די אינסייד לשונות. איבער און איבער. אן קיין שום תכלית און צוועק...!

calculator » זונטאג סעפטעמבער 8, 2019 4:46 pm

· #435940
אויב האט איר געטראכט אז די זאלונישע פירונג, האט אן ענדליכקייט צו א קהילה'שע פירונג דאן ליין דאס דורך!

אוי האב איך הנאה געהאט, איך בין געזיצן נעכטן מוצ"ש ביז 3:30am פשוט מיך צו מחזק זיין וואס איך ווייס שוין לאנג, אז פונקט ווי עס איז דא א "טראמפ אדמינסטרעישן" איז דא א "זאלי אדמינסטרעישן", עס איז נישט מער ווי א פארטיי ווי אלע אנדערע גוישע פארטייען אין די וועלט

מייפה זיין און כשר'ן יעדען ביסל שקר וואס ווערט דורך געפירט פון די פארטיי.

טעראזירן ווער עס שטייט זיי אין וועג. (וואס אפילו ביי די גוישע פארטייען איז עס נישט אזוי ביטערליך ווי ביי אינז יודען רח"ל)

"רבנים" זענען סתם די מוטל צובאצווינגען דעם עולם וואס אפאר אינגעלייט מאכן אפ.

אונטער חכם » זונטאג סעפטעמבער 8, 2019 5:36 pm

· #435947
אפשר געסטו מיר אפאר אויסצוגן, איך האב דארט גארנישט געטראפן.

איש את רעהו » מאנטאג סעפטעמבער 9, 2019 12:39 pm

· #435984
WOW דעס קען ברענגן א צונאמי צווישן די אלע וואס זענען אינטערן שירעם פון מהרז"ל סאטמאר
די הנהגה דארף אינטערנעמען שריט עס זאל מער נישט געשעהן אזעלכע מיסטעיק'ס.

חיים יואל » מאנטאג סעפטעמבער 9, 2019 1:13 pm

· #435987
[ציטאט אראפגענומען]

כ׳האב נישט געדולט דורכצוגיין די גאנצע זאך.
אפשר קען איינער ארויסנעמען אינטערסאנטע שטיקלעך?

צפור בודד » מאנטאג סעפטעמבער 9, 2019 1:42 pm

· #435990
מיר איז דאס דער מערסטער געפעלן. די געמיינע היפאקריטיע פון דעם געבילדערטן צוויבל וואס איז זיך מוסר נפש אויף דער חשבון פון יענעמ'ס קינדער. וואו האט ער געלערנט? וואו לערנען זיינע קינדער און אייניקלעך?

📎 צוויבל.JPG

יין שרף » מאנטאג סעפטעמבער 9, 2019 3:03 pm

· #435996
צפור בודד
מיר איז דאס דער מערסטער געפעלן. די געמיינע היפאקריטיע פון דעם געבילדערטן צוויבל וואס איז זיך מוסר נפש אויף דער חשבון פון יענעמ'ס קינדער. וואו האט ער געלערנט? וואו לערנען זיינע קינדער און אייניקלעך?

📎 צוויבל.JPG

איך בין געווען ביים מיטינג דארט, שקר וכזב, חיים דוד האט בכלל נישט אזוי גערעדט

היסטאריקער » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 4:30 pm

· #436035
צפור בודד
מיר איז דאס דער מערסטער געפעלן. די געמיינע היפאקריטיע פון דעם געבילדערטן צוויבל וואס איז זיך מוסר נפש אויף דער חשבון פון יענעמ'ס קינדער. וואו האט ער געלערנט? וואו לערנען זיינע קינדער און אייניקלעך?

📎 צוויבל.JPG

וואס איז מובן אז מ' האט אויסגערימט קהלת סאטמאר? ביי יעדע אסיפה נישט געפירט דורך זאליס רימט מען אויס ווער עס פארדינט עס

קאמענטירער » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 6:09 pm

· #436044
מיין מיינונג נאך א שנעלע איבערבליק:
נישטא קיין סודות וואס איז ארויסגערינען!
אלא מאי איז בכלל נישט מוכרח אז די גאנצע פנימי שמועס איז אמאל פארגעקומען, און איינער האט דא אן אגענדע האט אויסגעדמיונט א שמועס, וואסערע אגענדע? ווייסעכניש, אפשר צו מאכן א פנים אז די זאליס רעדן זיך באמת אן אז זייער רבי איז רעספעקטירט? ווייל דאס האט מיר אויך געגריצעלט במחשבה לו יהא סזאל זיין א 'דארק סטיעט' אין די פארטיי האלטען זיי דען באמת אז משה דוד איז אן ערליכע עסקן בלא בלא וכדומה? כפארשטיי אז אין די איד שרייבט מען די נוסח, אבער קאמאן מענטשען וואס זענען גרייט צו טערארזירען רעדן נישט אויף די מהלך.

אמת ויציב ונכון » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 5:36 pm

· #436101
calculator
אויב האט איר געטראכט אז די זאלונישע פירונג, האט אן ענדליכקייט צו א קהילה'שע פירונג דאן ליין דאס דורך!

אוי האב איך הנאה געהאט, איך בין געזיצן נעכטן מוצ"ש ביז 3:30am פשוט מיך צו מחזק זיין וואס איך ווייס שוין לאנג, אז פונקט ווי עס איז דא א "טראמפ אדמינסטרעישן" איז דא א "זאלי אדמינסטרעישן", עס איז נישט מער ווי א פארטיי ווי אלע אנדערע גוישע פארטייען אין די וועלט

מייפה זיין און כשר'ן יעדען ביסל שקר וואס ווערט דורך געפירט פון די פארטיי.

טעראזירן ווער עס שטייט זיי אין וועג. (וואס אפילו ביי די גוישע פארטייען איז עס נישט אזוי ביטערליך ווי ביי אינז יודען רח"ל)

"רבנים" זענען סתם די מוטל צובאצווינגען דעם עולם וואס אפאר אינגעלייט מאכן אפ.

זאלסט מיר ביטע אונטשולדיגען אבער ווארשיינלעך איז דיין קאלקעלעיטער צובראכן ווייל כפי ידיעתי פירן נישט משה שווארץ מיט אברהם יצחק הירש און ראזנבערג. סאטמאר. סאיז א פלעינע טשעט פונקט ווי קאווע שטיבל פון אפשר יונגעלייט. זאת ועוד וואס איך קען נישט טרעפן ווי די גרויסע אוצרות ליגן דא און דעי טשעט.....

calculator » דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 12:52 pm

· #436130
אמת ויציב ונכון

זאלסט מיר ביטע אונטשולדיגען אבער ווארשיינלעך איז דיין קאלקעלעיטער צובראכן ווייל כפי ידיעתי פירן נישט משה שווארץ מיט אברהם יצחק הירש און ראזנבערג. סאטמאר. סאיז א פלעינע טשעט פונקט ווי קאווע שטיבל פון אפשר יונגעלייט. זאת ועוד וואס איך קען נישט טרעפן ווי די גרויסע אוצרות ליגן דא און דעי טשעט.....

שלום עליכם @לאקש,(אמת ויציב ונכון) לאונג טיים נוא סי.

איך קען נישט "משה שווארץ מיט אברהם יצחק הירש און ראזנבערג", איך ווייס נישט צו זיי זענען ממש פון די HQ. אבער ווען איינער ליינט עס, קוקט עס אויס, ווי זיי זענען לכה"פ פון די צעטליך העגערס, אדער פון די ברענטשעס טראבערס, וואס א גרויס חלק התנהגות פון א פארטיי פירט זיך פון די סארט עסקנים.

אמת ויציב ונכון » דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:30 pm

· #436148

פאר דיר קוקט עס אזוי אויס ווייל די ווילסט קענען מאכן א בראטל דערפון אבער אגעין זיי האבן קיין שייכות מיט קיין הנהגה און סאטמאר

אנטשולדיגט נישט געכאפט דיין פראבלעים איז בכלל נישט דעי טשעט וואס האט געליעקט. דיך באדערט זייער רבי