דער שטילער יונגערמאן
40 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13297
דער שטילער יונגערמאן
האט איר שוין אמאל מיטגעהאלטן אין ביהמ"ד אדער קאנטרי א שטילער יונגערמאן וואס שמועסט כמעט נישט מיט קיינעם און זיצט זיך שטיל אין א ווינקעל? טראכטס בכלל פון עם? אויב יא, וואס?
די תשובה אויף דעם איז מיר זייער אונטערעסאנט, ווייל איך בין דער יונגערמאן. און נישט אז עס האט זיך יעצט אנגעהויבן. עס גייט שוין אזוי פון כיתה א' (איך געדענק נישט פונקטלעך, אבער מן הסתם). אבער א גאנץ יאר באמערקט מען עס נישט אזוי שטארק, ווייל דאס לעבן לויפט שוין אויף א ריטעם. מען גייט דאווענען, ארבעט, לערנען מיט חברותא, א לעכטיגע משפחה ב"ה.
אבער אין קאנטרי איז אן אנדערע מעשה. ווען אלעס איז קופקעס און פארברענגען אינאיינעם, איז אזא מצב היבש ווייטאגלעך. אויף אזוי ווייט אז מיינע קליינטשיקע פרעגן מיך, ווער זענען דיינע פרענדס? פארוואס שמועסטו נישט קיינמאל? און דאס גיסט נאך צי זאלץ אויף די וואונדען.
@שמעקעדיג, וואו ביזטו? אין די גוטע צייטן וואלסטו זיכער אריינגעקומען מיט א הערליכע תגובה
טמיר@שמעקעדיג, וואו ביזטו? אין די גוטע צייטן וואלסטו זיכער אריינגעקומען מיט א הערליכע תגובה
קומ'זשע צו מיין ביהמ"ד, וועט דיר בעסער ווערן.... מיר וועלן גוט פארברענגען.
(אגב, כ'האב געמיינט אז מען רעדט דא פון דעם ניק @שטילער אינגערמאן.)
Re: דער שטילער יונגערמאן
אין אן עפערט צי טראבעלשאטן די פראבלעם, עגבערט מיך א לאנגע צייט די פאלגעדע ספק, און איך וואלט געווען זייער דאנקבאר פאר ווער עס קען דאס פושט זיין. איין הויפט גורם אין די סוטואציע איז "אומוואוסענהייט". סטייטשט איך בין שטארק אומוואוסענד אין נושאים וואס מענטשן האבן ליב צי שמועסן, אזוי ווי היימישע פאליטיק, מענטשן. גראדע האב איך א גוטן קאפ און איך בין איך אלץ געווען פון די בעסטע אין קלאס, און יעדער האט זיך געריסן צי לערנען מיט מיך. אבער ווען עס קומט צי קענען מענטשן און קארענט איווענטס בין איך ווי פארקלאפט.
יעצט די ספק איז אזוי. וואס איז די גורם צי וואס? איז די שוואכע סאושעל קאנעקשען די גורם צי אומוואוסענהייט, אדער פארקערט, דאס זיין אומוואוסענד איז גורם (אדער עכ"פ איינע פון די גורמים) די שוואכע סאושעל קאנעקשען?
Re: דער שטילער יונגערמאן
מאך זיכערפארוואס ווען איך האב פרובירט אנצוהייבן א שמועס מיט דיר נאך מעריב האסטו מיר געענטפערט אונטערן נאז און מיר געמאכט שפירן ווי דו ווילסט אז איך זאל פוצן פון די אומגעגנט?
פארוואס ווען איך אפפער דיר א ציגארעטל זאגסטו מיר אפ מיט א מאך מיט די האנט ווי צו א משולח אינמיטן קר"ש?
פארוואס ווען איך פרעג דיר וועלכע מאשקאוויטש דו ביזט ענטפערסטו נישט כדי איך זאל מיינען אז דיין עכטע נאמען איז נהרי?
ביזט זיך אליינס שולדיג!
(כ'מאך א דזשאוק... אין אנדערע ווערטער פארשטיי וואס איך מיין...)
דוכט זיך אז עס איז פארהאן א לאנגע ארטיקל און דעבאטע איבער די נושא אין די 'מעלות' פון די פריע ס' יארן פון א שרייבער אבינדב ח. עס הייסט 'מיין שטילע זומער וואקאציע'.
האלו, איך ווארט בכליון עניים נאך יעדע מעריב אז איינער זאל אנהייבן א שמועס מיט מיר!
איך רייכער נישט
גראדע ווען עס פארעמט זיך יא שמועס קען עס ציען גאנץ פיין אויב מיר 'קליקען'
]
יעדער וויל לערנען מיט דער שטילע איינזאמע בחור וואס זיצט אויף זיין מחילה שעות אריכות אן אויפשטיין. ס'איז עפעס אזוי אנגענומען אז ס'ווייזט אויף א גוטע קאפ און א פיינע בחור.... אבער איינמאל די בחור'ישע יארן רוקן זיך ארונטער איז אן אנדער געשעפט....
ערנסט גערעדט, הייבּ אָן פּאַרטיסיפּעטן, בעסט שוין זעהן ס'פאָרט א מחיה, מ'דארף נישט פארשטיין, די וואס רעדן הויך פארשטיין די ווייניגסטע, די רעגירונג רעכנט זיך סייווי נישט מיט די אלע החלטות.
"טמיר"
Re: דער שטילער יונגערמאן
ס'פעלט דיר קאנפידענס.
הייב אן מיט א זעלבסטמארד מיסיע, גיי צו צו פרעמדע מענטשן און שטעל זיך פאר צו זיי. סירטש קודם אויף גוגל ווי אזוי אנצוהייבן א גוטע שמועס. (ווייז אינטערעסע, צו ווייטער דעם שמועס, שמייכל דא און דארט)
דער שטילער יונגערמאן: אזוי ווי א יעדער געט דיר עצות וועלל איך אויך פרובירן אריינצווארפן מיינע צוויי סענט. ווען ס'מאכטציך א קופקע אין ביהמ"ד. שטופ דיך צו און הער וויאזוי ארום דער שמועס גייט. וואספארא סאבדזשעקט דער עולם דיסקוטירט. אפילו ס'איז א סאבדזשעקט אזוי ווי ספארטס. אדער להבדיל א לומדיש'ער שמועס. און דו בלייבסט מיט די צונג אינדרויסן. ווארף אריין א פאר ווערטער. אפילו ס'מאכט נישט קיין סענס. ווייל רוב מענטשן וועלכע באטייליגן זיך אין שמועס ווייסן פונקטליך אזויפיהל ווי דו אליינס. למשל ביי בעיסבאלל, קענסטו דיך אנרופן...יא. אבער ס'איז געווען א פאול באלל...אפילו דו הייבסט נישט אן צו וויסן וואס א פאול באלל איז...! און ביי א לומדיש'ן שמועס, קענסטו דיך אנרופן...דעס איז דאך א מהרש"א אין כתובות וואס רעדט שוין פון דעים...! רוב באטייליגערס אינ'ם שמועס, אפילו אויב זיי זענען תלמידי חכמים וועללן נישט כאפן אז דו רעדסט סתם אין די וועלט אריין. ווייל כמעט קיינער קען נישט א יעדן שטיקל מהרש"א אין גאנץ ש"ס...זיכער. נאר ווען מ'רעדט פון עסן קוגל אום שב"ק זאלסטו נישט ברענגען א מהרש"א אין מס' תמורה אדער הוריות...!
Re: דער שטילער יונגערמאן
וואס גענוי פעלט דיר אין דיין יעצטיגע מצב? ווייל אסאך פון די עצות דא זענען נישט גוט. אריינרעדן אינדערוועלט אריין איז נישט גוט, כמובן לכל בן דעת.
אפשר איז דיר בעסער טרעפן חברים אנליין, ווי מ׳האט נישט די פרעשור
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
איך פארשטיי דיר אזוי גוט
איך גלייב נישט אז זיין באקאנט אין די נושאים איז דער פאקטאר. רוב שמועסערס ווייסן מן הסתם ווייניגער פון דיר נאר זיי האבן נישט מורא פון א טעות אדער דוירעכפאל
איך קען נאר מסכים זיין מיט קל וחומר גיי אויף א זעלבסטמארד מיסיע פרוביר צו אנהייבן שמועסן ווי דו קענסט.
עס גייט זיין צומאל גאר אומבעטעמט אבער עווענטועל צאלט עס זיך אויס און פון א דוירעכפאל שטארבט מען נישט
נ.ב. איך רעד צו מיר אויך
עס איז דא מענטשן וואס האבן סאשעל עניקזייעטי און מיטשן זיך יעדע מאל זיי זענען אין פאבליק, צו פארברענגען נארמאל מיט אנדערע, אבער זיי קענען נאכאלטס האבן נאנטע חברים מיט וועם צו פארברענגען איינס אויף איינס אין פריוואט.
ביסטו אזוי? אדער האסט בכלל נישט קיין חברים מיט וועם אויסצוטוישן א ווארט?
Re: דער שטילער יונגערמאן
קל וחומרס'פעלט דיר קאנפידענס.
הייב אן מיט א זעלבסטמארד מיסיע, גיי צו צו פרעמדע מענטשן און שטעל זיך פאר צו זיי. סירטש קודם אויף גוגל ווי אזוי אנצוהייבן א גוטע שמועס. (ווייז אינטערעסע, צו ווייטער דעם שמועס, שמייכל דא און דארט)
כמיין אז קאנפידענס איז נישט די פראבלעם. איך האב נישט קיין שום פראבלעם צי דאווענען פארן עמוד אדער רעדן פאר א רבים. דארט ווי איך פיל אז איך האב וואס אריינצורעדן אין די שמועס, האב איך נישט קיין פראבלעם דאס צי טון. די פראבלעם איז נאר איז רוב מאל פיל איך ווי איך באלאנג נישט אין די שמועס, טאקע ווייל איך קען נישט די נושא. און נישט נאר איך האב נישט וואס צוצוגעבן, נאר צומאל ווייס איך אפילו נישט פון וואס מען רעדט געהעריג.
אזוי ווי אסאך מאל, האב איך היינט נאך שחרית פרובירט אנצוהייבן א שמועס מיט איינעם. ער האט מיך שיין געענטפערט אויף וואס כהאב געפרעגט, אבער ער האט נישט אוי געזען אונטערעסירט צי ציען די שמועס ווייטער, און ער איז אוועקגעלאפן די ערשטע געלעגענהייט וואס ער האט געהאט... און איך בין געבליבן מיט מיינע שאלות אין בויך...
טראכט אריין, פארוואס וויל איינער שמועסן מיט דיך? ווייל ער האלט אז ער וועט קענען ארויסנעמען ענדזשוימענט פון דעם, צי ווייל איך קען עם פארקויפן זאפטיגע זאכן, צי ווייל איך האב א זאפטיגע שפראך. אבער אויב קען איך עם גארנישט צושטעלן, פארוואס זאל ער וועלן פארברענגען מיט מיך? חוץ די גוטהארציגע מענטשן וואס וועלן שמועסן מיט מיך כמו לשם מצוה... אבער נישט פון דעם רעדט מען
Re: דער שטילער יונגערמאן
שמערלעס איז דא מענטשן וואס האבן סאשעל עניקזייעטי און מיטשן זיך יעדע מאל זיי זענען אין פאבליק, צו פארברענגען נארמאל מיט אנדערע, אבער זיי קענען נאכאלטס האבן נאנטע חברים מיט וועם צו פארברענגען איינס אויף איינס אין פריוואט.
ביסטו אזוי? אדער האסט בכלל נישט קיין חברים מיט וועם אויסצוטוישן א ווארט?
זייער א גוטע נקודה. די תירוץ איז אז עס איז מיר זייער שווער צי אנקניפן נאנטשאפט מיט מענטשן בכלל. איך האב געציילטע מענטשן וואס קליקן מיט מיך, אבער איך טרעף מיך כמעט נישט מיט זיי. רוב מענטשן מיט וועם איך פרוביר צי אנקניפן באצוענגען פיל איך ווי עס קליקט נישט, איך פיל פשוט אומבאקוועם צי זיין אין זייער פרעזענס. עס עגבערט מיך "וואס זאל איך יעצט זאגן/פרעגן?"
בּד''וו, זייער אַסאַך שרייבער דאָ ליידן פון דער פראבּלעם, און טאַקע אָט דאָס איז די סיבּה פאַר זייער שרייבּן און זיך אויסגעבן דאָ אין שטיבּל.
Re: דער שטילער יונגערמאן
לאמיר נעמען פראקטישע דוגמאות. מען לייגט צאם די תפילין נאכן דאווענען, און נעבן מיר איז דא איינער וואס פארקויפט אויף עמעזאן. זאל איך צוטרעטן צי אים "וויאזוי גייט עמעזאן ביזנעס?" "וואס פארקויפסטו?" איך מיין אז ער איז גאנץ ווייניג אינטערעסירט צי אויספאקן יעצט זיין עמעזאן ביזנעס. דאס איז נאר גוט פאר איינער וואס האט שוין פון פארדעם א שייכות. יא, אויב וואלט איך אויך געווען אין די ליין וואלט עס געווען אינטערעסאנט פאר ביידע, אבער דאס איז נישט די קעיס.
אדער קען איך עם פרעגן סתם הוידל בוידל אין וועלכע קעמט גייט דיין יונגעל? אה דארט מאכט מען גוטע עקטיוויטיס וכו. אבער די אלע שמועסן קומען צי א דעד ענד, און מען שיידט זיך אהן ווערן סיי וואס נענטער.
איך האב מורא אז די פראבלעם איז אז איך האב גארנישט צי פארקויפן אונטערעסאנט. קיינער איז נישט אינטערעסירט צי זיין נאר די פארציילער אהן צוריקבאקומען עפעס. יעצט אויב זאל די שמועס זיין וועגן די מלבי"ם, אדער עפעס תורה'דיג, צי היסטאריע, וואלט איך געקענט זיין כאטשיג איקועל אדער מער.
רוב עולם רעדט דא פון די ערשטע מינוט בושה, וואס אסאך נארמאלע מענטשן פילן אזוי. אבער ס'זעהט נישט אויס אז פון דעם רעדסטו.
לכאורה דיין עיקר פראבלעם איז צו ציען ווייטער די שמועס. אין דעם איז שוין דא אלע לעוועלס מענטשן, אויף איין עקסטרים איז די מענטש וואס האט גלייך א מעשה אויף יעדע ענין, און קען דיין מחותן'ס שכן, אוין וויסט וויאזוי ס'ארבעט, און האט א מיינונג, וכו. און אויפן צוויטן עקסטרים ביסטו.
עס איז נישט גרינג צו טוישן די מהלך המחשבה פון די די מח, אבער די עצה פארדעם איז בערך אזוי. ווען דו פרעגסט איינעם א שאלה, טראכט נישט וואס נאך קען איך פרעגן? וועלכע נאך ענין קען איך רעדן? נאר הער צו וואס ער זאגט. טראכט, וואס קען איך זאגן אויף דאס וואס ער האט יעצט געזאגט? וואס האב איך אמאל געהערט/געזען/געטראכט איבער די ענין וואס יענער זאגט? וואס נאך וויל איך פארשטיין פון זיינע ווערטער, אפשר קען ער עפעס מסביר זיין טיפער/ברייטער?
טמירשמערלעס איז דא מענטשן וואס האבן סאשעל עניקזייעטי און מיטשן זיך יעדע מאל זיי זענען אין פאבליק, צו פארברענגען נארמאל מיט אנדערע, אבער זיי קענען נאכאלטס האבן נאנטע חברים מיט וועם צו פארברענגען איינס אויף איינס אין פריוואט.
ביסטו אזוי? אדער האסט בכלל נישט קיין חברים מיט וועם אויסצוטוישן א ווארט?
זייער א גוטע נקודה. די תירוץ איז אז עס איז מיר זייער שווער צי אנקניפן נאנטשאפט מיט מענטשן בכלל. איך האב געציילטע מענטשן וואס קליקן מיט מיך, אבער איך טרעף מיך כמעט נישט מיט זיי. רוב מענטשן מיט וועם איך פרוביר צי אנקניפן באצוענגען
פיל איך ווי עס קליקט נישט, איך פיל פשוט אומבאקוועם צי זיין אין זייער פרעזענס.
עס עגבערט מיך "וואס זאל איך יעצט זאגן/פרעגן?"
בקיצר, דו ביסט נישט דארט! ביסט פארנימען מיט זיך!
פארוואס זאל איינער וועלן מיט דיר שמיסען ווען דיין קאפ איז נישט פאלי דא
ס'איז פארנימען טראכטען
סעלפישלי "וואו אזוי קוק איך יעצט אויס"? אדער "וואו אזוי פיל איך יעצט"? "איך בין יא באקוועם און בין נישט באקוועם"? "וואס זאל איך יעצט זאגן וואס וועט מאכן די בעסטע אימפרעשען"?
@טמיר איך וויל דיר נישט משוגע מאכן, אבער איך זע אז דו האסט געלייקט מיין תגובה, האסט גארנישט צו רעאגירן?
Re: דער שטילער יונגערמאן
הדסים@טמיר איך וויל דיר נישט משוגע מאכן, אבער איך זע אז דו האסט געלייקט מיין תגובה, האסט גארנישט צו רעאגירן?
גראדע מיין איך אז דו האסט געשריבן די מערסטע צי די זאך. אבער די עצה ווייס איך נישט צי עס וועט העלפן. אנלעס אז איך האב עפעס זאפטיג צי פארקויפן יענער זאל באמת 'הנאה האבן' פון די שמועס, וועט די שמועס סוכ"ס אנקומען צי א דעד ענד, און מען וועט זיך צוגיין אן צי אנקניפן עפעס זאכליכע באצוענגען. אז איך וועלן האבן צייט קען איך שרייבן דוגמאות.
טמירלאמיר נעמען פראקטישע דוגמאות. מען לייגט צאם די תפילין נאכן דאווענען, און נעבן מיר איז דא איינער וואס פארקויפט אויף עמעזאן. זאל איך צוטרעטן צי אים "וויאזוי גייט עמעזאן ביזנעס?" "וואס פארקויפסטו?" איך מיין אז ער איז גאנץ ווייניג אינטערעסירט צי אויספאקן יעצט זיין עמעזאן ביזנעס. דאס איז נאר גוט פאר איינער וואס האט שוין פון פארדעם א שייכות. יא, אויב וואלט איך אויך געווען אין די ליין וואלט עס געווען אינטערעסאנט פאר ביידע, אבער דאס איז נישט די קעיס.
ניין פרעג נישט ווי אזוי זיין ביזנעס גייט
פרעג אים ווען ביסטו ארויף געקומען אין קאנטרי דאנערשטאג נאכט אדער פרייטאג / די קענסט אוועק גיין פרי? וכו' און די לייג אויך צו צום שמועס אז דיין באסס לאזט דיר נישט אוועקפארן פאר פרייטאג 1:00 און ער וועט דיר שוין פרעגן ביי וועם / וואס איז דיין ארבעט און מען קען פון דארט פאהרן א דריי שעהיגע שמועס על דא ועל הא
מדבריך משמע אז דו ליידסט אויף א יסודות'דיגע פראבלעם נישט צו וויסן וויאזוי צו קומיוניקירן מיט אנדערע, געווענליך מענטשן כאפן דאס אויף פון זיך אליין און ברויכן נישט קיין לעסאנס דערויף, די וואס זענען אויפן אוטיזם ספעקטרום כאפן עס נישט אליין, אבער קענען זיך עס אויסלערנען דורך טעראפי. זיך אויף די אינטערנעט די סימפטאמען פון עספערגעס סינדראם, און קוק צו עס שטימט מיט דיר.
דאס איז זיכער אז אויף א היימישע פארום איז דאס לעצטע פלאץ ווי דו זאלסט זיך פראבירן צו העלפן, און צו נעמען דיאגנאזן.
אויב איך מעג אריינווארפען מיינע צוויי צענט. ס'ערשטע זאך מיזטו קודם זיין באקוועם אין דיין אייגענע הויט, דהייני טרעף דיין שטאלץ, אויב ביסטו גענוג אינטעליגענט זיך צו מעסטן ארום דיין סביבה דאן ביסטו גענוג אינטעליגענט זיך באמת צו פארמעסטן נאר וואסזשע דען דיין אינטעלעקט בלונדזשעט אין אנדערע ריכטונגען וואס דו רעספעקטירסט נישט גענוג אלס א פארמעסט בבחינת וכל זה אינני שוה לי, למעשה דאס וואס איך חלש צו קענען רעדן מיט אנדערע איז מיר אוממעגליך ממילא בין איך דאך א צוריקגעשטאנענע. ממילא דאס ערשטע נעם אריין אין קאפ בברירות אז איך קען זיך פארמעסטן מיט סיי וועם און מיט א שמוץ אריבער אלא מאי כ'האב אן הגבלה וואס אנדערע האבן נישט, ס'קען זיין ביסט אויפגעוואקסן אלס א Nerd און למעשה ווען די אינטערעסע האט דיך אנגעכאפט שפירסטו זיך שוין שפעט אין די געים. ווי געזאגט צום ערשט גיי אן מיט קאנפידענס דיין מצב לעת עתה ערלויבט נישט, ס'איז אקעי האסט קיינעם נישט בעוולט און קיינער למעשה קען נישט וויסן וואס טוט זיך בא דיר און דו דארפסט נישט זיין אינטערסירט. מיין הרגשה איז אז ס'איז בכלל נישט די פאל אז אנדערע קענען בעסער קורענט עיווענטס אדער אנדערע זאכן נאר ביסט צופיל מדקדק אויף זיך כחוט השערה אזאך וואס דו אליין טוסט נישט ביי אנדערע און אנדערע טוען דאס נישט ביי טיר. דאס איז אין אלגעמיין סוכ"ס קענען בייקומען אט די הגבלה און האבן א בעיסיק הנאה פון שמועסן מיט אנדערע, אבער אה"נ טאמער ווילסטו ערפילן א טיעפערע הנאה פון דיבוק חברים מיט א טיעפע פלאטאנישע אהבה דאן ברויכסטו זיך יא אריינלייגן אין די נושאים וואס איך גלייב אז מיט אביסל גיידענס האסטו די כשרון מצליח זיין, און פון דיין שרייבן זעט אויך נישט אויס אז די פארפעלסט פארשטיין אנדערע נאר סאשעל פאביע צוטומעלט דיר.
Re: דער שטילער יונגערמאן
איך מיין אז דע ווארט דא איז אז די דארפסט זיין קודם באקוועים מיט דיך, די דארפסט וויסן ביי דיך וואס דיין מעלות איז נא מערער וואט..... דעיס ווערט נישט געטוישט מיט וואס יענער טראכט אויף דיך,
סא איינמאל די ביסט פאלי קאמפטערבאל מיט דיך און די ווייסט אז דיינע מעלות ווערט נישט געטוישט מיט וואס יענער טראכט, איז אסאך גרינגער צוצוגיין און מאלן וואסער מיט איינעם, העסט נישט טראכטן א גאנצן צייט מיט וואס די קענסט יענעם בייאנדרוקן,
א גוטע משל ס׳דא צוויי מענטשן איינער האט א מיליון דאללער און איינער האט נאר הונדרט טויזענט פאר וועים איז גרינגער צו שפילן/אינוועסטן הונדרט דאללער? אוודאי פאר דער וואס האט מיליון, וועגן ער האט גארנישט צופארלירן, דע זעלבע זאך דא ווען די וועסט וויסן ביי דיך אלע דיינע מעלות און אז גארנישט פון דעים ווערט נישט געטוישט פון דעי שמועס העסטע האבן סאך א גרינגערע וועיג...
פרעגן קשיות איז די בעסטע ו וועג צוציען א שמועס.
פרעג אויס דעם יונגערמאן ווי אויף א קרייצפארהער שטייצעך טרעט נישט אויף די הינער אויג אבער יעדן שמועס קען מען ציען מיט יענעם אויס פרעגן און זיך פאראינטערעסירן אין די דעטאלן פון די נושאים און טאפיקס וואס יענער האט א געשמאק צו רעדן.
טמיראין אן עפערט צי טראבעלשאטן די פראבלעם, עגבערט מיך א לאנגע צייט די פאלגעדע ספק, און איך וואלט געווען זייער דאנקבאר פאר ווער עס קען דאס פושט זיין. איין הויפט גורם אין די סוטואציע איז "אומוואוסענהייט". סטייטשט איך בין שטארק אומוואוסענד אין נושאים וואס מענטשן האבן ליב צי שמועסן, אזוי ווי היימישע פאליטיק, מענטשן. גראדע האב איך א גוטן קאפ און איך בין איך אלץ געווען פון די בעסטע אין קלאס, און יעדער האט זיך געריסן צי לערנען מיט מיך. אבער ווען עס קומט צי קענען מענטשן און קארענט איווענטס בין איך ווי פארקלאפט.
יעצט די ספק איז אזוי. וואס איז די גורם צי וואס? איז די שוואכע סאושעל קאנעקשען די גורם צי אומוואוסענהייט, אדער פארקערט, דאס זיין אומוואוסענד איז גורם (אדער עכ"פ איינע פון די גורמים) די שוואכע סאושעל קאנעקשען?
האב איך פאר דיר א עצה . קודם כל זאלסטו וויסן אז אסאך פון די קיפקע פירערס זענען אומוויסענדער מענשטן ווייסן נישט בחייכון פון גארנישט נאר וואס דען זיי האבן פיסקעלעך און דערשרעקן זיך נישט פון קיינעם דו זאלסט אויך נעמען קוראדז און קאנפידענס און זאגן וואס ס'לאזט זיך און נישט אזויפיל טראכטן בשעת מעשה אז דו טויגסט נישט
Re: דער שטילער יונגערמאן
שמערלמדבריך משמע אז דו ליידסט אויף א יסודות'דיגע פראבלעם נישט צו וויסן וויאזוי צו קומיוניקירן מיט אנדערע, געווענליך מענטשן כאפן דאס אויף פון זיך אליין און ברויכן נישט קיין לעסאנס דערויף, די וואס זענען אויפן אוטיזם ספעקטרום כאפן עס נישט אליין, אבער קענען זיך עס אויסלערנען דורך טעראפי. זיך אויף די אינטערנעט די סימפטאמען פון עספערגעס סינדראם, און קוק צו עס שטימט מיט דיר.
דאס איז זיכער אז אויף א היימישע פארום איז דאס לעצטע פלאץ ווי דו זאלסט זיך פראבירן צו העלפן, און צו נעמען דיאגנאזן.
שמערל! האסטו מיך אפגעשראקן יעצט! איך שטיי דא ביים שפיגל און איך ציפ מיך צי זעהן אויב איך בין מיך, אדער עפעס א בריאה מיט עפעס א סינדראום וואס באלאנגט ביי א טערעפיסט!
עה שמערל, דארפסט מיך נישט קומען בארואיגן יעצט. העמיר גיין מאכן ריסערטש אויף די פאני ווארט וואס כהאב אזוי פיל מאל אריינגעבאמפט אין המספיק גאזעט
איך פארשטיי נאכאלס נישט וואס איז די פראבלעם? דיין קינדער פארשטיין דיר נישט? דאס איז די גאנצע?
איך האב מורא אז באמת פעלט דיר גארנישט, נאר מ'האט דיר איינגערעדט אז עס טויג נישט. אז דיין לעבן איז דיר באקוועם, וואס דארפסטו מער ווי דעם?
טמירשמערלמדבריך משמע אז דו ליידסט אויף א יסודות'דיגע פראבלעם נישט צו וויסן וויאזוי צו קומיוניקירן מיט אנדערע, געווענליך מענטשן כאפן דאס אויף פון זיך אליין און ברויכן נישט קיין לעסאנס דערויף, די וואס זענען אויפן אוטיזם ספעקטרום כאפן עס נישט אליין, אבער קענען זיך עס אויסלערנען דורך טעראפי. זיך אויף די אינטערנעט די סימפטאמען פון עספערגעס סינדראם, און קוק צו עס שטימט מיט דיר.
דאס איז זיכער אז אויף א היימישע פארום איז דאס לעצטע פלאץ ווי דו זאלסט זיך פראבירן צו העלפן, און צו נעמען דיאגנאזן.
שמערל! האסטו מיך אפגעשראקן יעצט! איך שטיי דא ביים שפיגל און איך ציפ מיך צי זעהן אויב איך בין מיך, אדער עפעס א בריאה מיט עפעס א סינדראום וואס באלאנגט ביי א טערעפיסט!
עה שמערל, דארפסט מיך נישט קומען בארואיגן יעצט. העמיר גיין מאכן ריסערטש אויף די פאני ווארט וואס כהאב אזוי פיל מאל אריינגעבאמפט אין המספיק גאזעט
איך וואלט נישט געזאגט אז דו דארפסט מאכן ריסערטש אויף א ווארט וואס איינער וואס קען דיר אפי' נישט פערזענליך האט דיר געשריבן אנליין.
פון די אנדערע זייט, וואס מיינט א בריאה וואס באלאנגט ביי א טערעפיסט? יעדע מענטש וואס וויל ארבעטן אויף זיך, צוליב וועלכע סיבה עס זאל נאר זיין, קען גיין צו א טערעפיסט. ס'איז נישט קיין שום חסרון בכלל.
הרב טמיר
קיין פיסכאלאג בין איך נישט אבער פין אייער שפראך קוקט איהר אויס צו זייןא באטעמטע געשמאקע מענטש. און כשעה נישט קיין סיבה אנצונעמען אז עפעס פעלט אייך גייסטיש.
מיך קוקט אויס ליבערשט אז איר זענט מער א טיפערער מענטש און איר האט זיך פשוט נאכנישט געפינען א פאסיג ווינקעל.
Re: דער שטילער יונגערמאן
שמערלמדבריך משמע אז דו ליידסט אויף א יסודות'דיגע פראבלעם נישט צו וויסן וויאזוי צו קומיוניקירן מיט אנדערע, געווענליך מענטשן כאפן דאס אויף פון זיך אליין און ברויכן נישט קיין לעסאנס דערויף, די וואס זענען אויפן אוטיזם ספעקטרום כאפן עס נישט אליין, אבער קענען זיך עס אויסלערנען דורך טעראפי. זיך אויף די אינטערנעט די סימפטאמען פון עספערגעס סינדראם, און קוק צו עס שטימט מיט דיר.
דאס איז זיכער אז אויף א היימישע פארום איז דאס לעצטע פלאץ ווי דו זאלסט זיך פראבירן צו העלפן, און צו נעמען דיאגנאזן.
אקעי, דא איז די ליסט פון סימפטאמס אויף AD
Behavioral: aggression, compulsive behavior, fidgeting, impulsivity, persistent repetition of words or actions, repetitive movements, or social isolation
Muscular: inability to combine muscle movements, poor coordination, or tic
Mood: anger, anxiety, or apprehension
Also common: depression, intense interest in a limited number of things, learning disability, nightmares, or sensitivity to sound
און ב"ה די איינציגסטע זאך אויף די ליסט וואס אעדט צי מיר איז טאקע סאשעל אייסאלעישען. סא דאס איז בפשטות אראפ פון טיש.
עניוועי, ייש"כ פאר'ן פרובירן צי דייעגנאזן.
עניבאדי מיט א פרישע דייעגנאז?
Re: דער שטילער יונגערמאן
טמירקל וחומרס'פעלט דיר קאנפידענס.
הייב אן מיט א זעלבסטמארד מיסיע, גיי צו צו פרעמדע מענטשן און שטעל זיך פאר צו זיי. סירטש קודם אויף גוגל ווי אזוי אנצוהייבן א גוטע שמועס. (ווייז אינטערעסע, צו ווייטער דעם שמועס, שמייכל דא און דארט)
כמיין אז קאנפידענס איז נישט די פראבלעם. איך האב נישט קיין שום פראבלעם צי דאווענען פארן עמוד אדער רעדן פאר א רבים. דארט ווי איך פיל אז איך האב וואס אריינצורעדן אין די שמועס, האב איך נישט קיין פראבלעם דאס צי טון. די פראבלעם איז נאר איז רוב מאל פיל איך ווי איך באלאנג נישט אין די שמועס, טאקע ווייל איך קען נישט די נושא. און נישט נאר איך האב נישט וואס צוצוגעבן, נאר צומאל ווייס איך אפילו נישט פון וואס מען רעדט געהעריג.
אזוי ווי אסאך מאל, האב איך היינט נאך שחרית פרובירט אנצוהייבן א שמועס מיט איינעם. ער האט מיך שיין געענטפערט אויף וואס כהאב געפרעגט, אבער ער האט נישט אוי געזען אונטערעסירט צי ציען די שמועס ווייטער, און ער איז אוועקגעלאפן די ערשטע געלעגענהייט וואס ער האט געהאט... און איך בין געבליבן מיט מיינע שאלות אין בויך...
טראכט אריין, פארוואס וויל איינער שמועסן מיט דיך? ווייל ער האלט אז ער וועט קענען ארויסנעמען ענדזשוימענט פון דעם, צי ווייל איך קען עם פארקויפן זאפטיגע זאכן, צי ווייל איך האב א זאפטיגע שפראך. אבער אויב קען איך עם גארנישט צושטעלן, פארוואס זאל ער וועלן פארברענגען מיט מיך? חוץ די גוטהארציגע מענטשן וואס וועלן שמועסן מיט מיך כמו לשם מצוה... אבער נישט פון דעם רעדט מען
די דאווענסט פאר'ן עמוד און די רעדסט פאר א רבים, ווייל די ווייסט אז די קענסט עס. ווען ס'קומט צו שמועסן זאכן וואס די קענסט נישט לויפסטו אוועק ווייל די האסט מורא מ'וועט זעהן אז די קענסט נישט.
האב נישט מורא אז מ'וועט זעהן די קענסט נישט. די טראכסט מ'וועט דיך אנקוקען ווי א מעקעלע, אבער ס'אלץ קומט פון דיין קאפ. למעשה האסטו נישט קיין השגה וואס אנדערע מענטשן טראכטן.
און יא, די ווייסט טאקע נישט אסאך זאכן, ווי די שרייבסט אז ביזט שוין אזוי זייט כיתה א', און צומאל קענסטו געבן אן איינדרוק ווי די קוקסט אראפ א צווייטן, ווי מאך זיכער האט דערמאנט. אבער כדי דאס צו אויסוואקסן דארפסטו אנערקענען אז די ביזט טאקע נישט א גוטער שמועסער און די גייסטוך יעצט לערנען, און ס'איז גארנישט wrong דערמיט.
טמירשמערלמדבריך משמע אז דו ליידסט אויף א יסודות'דיגע פראבלעם נישט צו וויסן וויאזוי צו קומיוניקירן מיט אנדערע, געווענליך מענטשן כאפן דאס אויף פון זיך אליין און ברויכן נישט קיין לעסאנס דערויף, די וואס זענען אויפן אוטיזם ספעקטרום כאפן עס נישט אליין, אבער קענען זיך עס אויסלערנען דורך טעראפי. זיך אויף די אינטערנעט די סימפטאמען פון עספערגעס סינדראם, און קוק צו עס שטימט מיט דיר.
דאס איז זיכער אז אויף א היימישע פארום איז דאס לעצטע פלאץ ווי דו זאלסט זיך פראבירן צו העלפן, און צו נעמען דיאגנאזן.
שמערל! האסטו מיך אפגעשראקן יעצט! איך שטיי דא ביים שפיגל און איך ציפ מיך צי זעהן אויב איך בין מיך, אדער עפעס א בריאה מיט עפעס א סינדראום וואס באלאנגט ביי א טערעפיסט!
עה שמערל, דארפסט מיך נישט קומען בארואיגן יעצט. העמיר גיין מאכן ריסערטש אויף די פאני ווארט וואס כהאב אזוי פיל מאל אריינגעבאמפט אין המספיק גאזעט
"You shouldn't google your symptoms because you can go from a headache to clinically dead in just three clicks"
Re: דער שטילער יונגערמאן
כוכבפרעגן קשיות איז די בעסטע ו וועג צוציען א שמועס.
פרעג אויס דעם יונגערמאן ווי אויף א קרייצפארהער שטייצעך טרעט נישט אויף די הינער אויג אבער יעדן שמועס קען מען ציען מיט יענעם אויס פרעגן און זיך פאראינטערעסירן אין די דעטאלן פון די נושאים און טאפיקס וואס יענער האט א געשמאק צו רעדן.
רוב מענטשן גלייכן נישט צו ענטפערן שאלות איבער זיך נאכאנאנד, וואס יא? אויב דער שואל קען צולייגען ספייס צום נושא איז עס אינטערסאנט.
זי ברענגט גאנץ גוטע נקודות צום טיש.
<a class="postlink" href="https://youtu.be/PMmnPpjtU7c">https://youtu.be/PMmnPpjtU7c</a>
ליטוואק פון בודאפעסטאיך פארשטיי נאכאלס נישט וואס איז די פראבלעם? דיין קינדער פארשטיין דיר נישט? דאס איז די גאנצע?
איך האב מורא אז באמת פעלט דיר גארנישט, נאר מ'האט דיר איינגערעדט אז עס טויג נישט. אז דיין לעבן איז דיר באקוועם, וואס דארפסטו מער ווי דעם?
די פראבלעם איז אז דער אינגערמאן איז בעצם דאס פארקערטע פון א שטילער, נאר ער איז ליידער געבוירן געווארן אין א שטילער גוף. זיין אינערליכע אמת'ע זיך לאזט אבער נישט נאך.
לעבנדיג מיט אזא פארלעגנהייט איז שטארק גורם א אינערליכע פייער און דאס אינגערמאן פילט אז ער דארף זיך העלפן ארויס צוברענגען זיין אמת'ע שורש נשמה........
Re: דער שטילער יונגערמאן
[/quote]
"You shouldn't google your symptoms because you can go from a headache to clinically dead in just three clicks"[/quote]
<a class="postlink" href="https://m.youtube.com/watch?v=Vn_ZkI7-IZ4">https://m.youtube.com/watch?v=Vn_ZkI7-IZ4</a>
Re: דער שטילער יונגערמאן
געוואלדיג שלום! גאלדענע דיבורים, עז יוזשועל
[ציטאט אראפגענומען]
שלום עליכם, @אנאנים. כ'האב אייך שוין נישט געזען א שטיק צייט אויף קאווע שטיבל. איך פרעג אייך נישט ווי איר זענט געווען ווייל דעמאלטס בין איך ווייטער א נודזש. ענדערש דערצייל איך דיר אז איך בין יעצט געווען אין קאווע שטיבל זעלבסט, די אלגעמיינע פארום'ס זענען נאך אלס אין בלויע קאלירן, און צימעס איז נאך אלס אין בעזשע קאלירן...
יעצט וועט איר שוין אנהייבען רעדען...?
Re: דער שטילער יונגערמאן
ידידי היקר @אנאנים
ביזט איינער פון די לעצטערע מגיבים דא אין דעם אשכול, און דו האסט די מערסטע לייקס, שוין אפילו מער ווי דעם בעל האשכול אליינס, זעה כאטשיג ווי באליבט דו ביזט ביים עולם און נעם צוריק דיין זיסע פעדער אין האנט און זיי מהנה דעם עולם, פארלאז אינז נישט, געדענק דיין נאמען וואס דו טראגסט!
כ׳מיין רוב עולם האט שוין געענטפערט זאכליך און ס׳איז שוין נישט געבליבן א סך וואס צו צולייגן
נאר עטליכע נקודות וויל איך באמערקען:
א) ביי אונזע עולם דרייט זיך רוב שמועסן ארום די זעלבע צוויי דריי ענינים, ע״פ רוב ביזנעס און ריעל עסטעיט און אביסעל היימישע פאליטיק (דושינסקי בויט אין די נארטס, בי ענד עיטש האט געעפנט א נייע וועירהאוז, די גאווערנאר וועט געבן די ביעם סענטער פאר די זאליס, וכו׳). גראדע לעצטענס מיט טראמפ׳ס ערשיינונג ליגט די עולם מער אין די פאליטישע נייעס. במילא טאמער איינער אינטערסירט נישט די צוויי-דריי נושאים קען אים זיין שוער צו זיין א טייל אין א שמועס. אויב דאס איז די פאל ברויך מען אויפזוכן די מיעוט מענטשען וואס זענען פאראינטערסירט אין אנדערע נושאים, און פראבירן מאכען א שייכות מיט זיי.
ב) מאכען, און ציען, א שמועס איז א געוויסע סקיל, טייל מענטשען האבען עס נאטורליך אבער אפילו דיע וואס האבען עס נישט קענען זיך עס אויסלערנען. די קונץ איז צו טרעפען שטענדיג א נייע ענגעל אין די שמועס ווי עס אויסצוציען און אויסברייטערן און אריינברענגען פרישע אינפארמאציע וואס וועט ערוועקן א נייגער ביי די אנדערע צד, און פארשטייט זיך אז מ׳זעהט אז יענער איז נישט אינטערסירט צו רעדען דארף מען אפענדיגען און גיין.
ס׳קען זיין א גוטע עקסערסייז צו שטיין ביי א געזעמל און זיין שטיל, און בשעת מעשה צולייגען קאפ און זעהן ווי אזוי די שמועס פארט, וועט מען זעהן אביסעל ווי אזוי א שמועס ציהט זיך, און זיך קענען לערנען אביסעל די סקיל.
שוין, ברוך השם דער שטילער אינגערמאן איז שוין אהיימגעפארן און ער דארף שוין נישט די אלע עצות.