☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אשכול אן א טיטל #1329

אשכול אן א טיטל #1329

79 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1329
בלאט: 1 2

אךשמח » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 10:47 pm

· #31021
ער האט צוריקגעלייגט זיינע אנגעגרייטע פאפירן ווייל ער וויל רעדן גראד פון הארץ ארויס.

אךשמח » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 10:50 pm

· #31023
ער געט א גאר שטארקע הסכמה פאר הרב פרענד און מען זעט זיינע הרגשים איבער דעם מענטש וואס ער זאגט אז ער געדענקט נישט צו האבן געהערט אזא איינעם.

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 10:50 pm

· #31025
ווער רעדט יעצט ביטע?

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 10:55 pm

· #31032
און ווער האט פריער גערעדט? (וועם אך שמח האט אנגערופן "אראטאר")

אךשמח » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 10:58 pm

· #31035
[ציטאט אראפגענומען]

אבער ער רעדט פיין.

ווארט נאר אויף הרב לאו.

דעם אראטאר האב איך געמיינט הרב פרענד וואס איז א בארימטער רעדנער פון באלטימאר.

smart » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 11:01 pm

· #31039
איך ווייס נישט ווי דער עולם האט אזויפיעל כח צו קלאפען!!! יעדע פאר מינוט זייער הענט ווערט נישט צובראכען???

אךשמח » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 11:28 pm

· #31063
הרב יעקב הלל, א מקובל פון ישראל, רעדט יעצט, איידער ער איז מתחיל דעם דרייצנטן מחזור פון דף היומי.

מען איז נאך אינטערעסירט אין אפדעיטס?

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 11:33 pm

· #31067
יא פליז!

אשכנ » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 11:33 pm

· #31068
איך בין נאך אינטריסירט. א גרויסע ייש"כ פאר די טרחה

אךשמח » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 11:38 pm

· #31072
הרב לאו רעדט יעצט אין ענגליש מיט א שטארקען איראעלי אקצענט, געמישט מיט עטליכע אידישע ווערטער.

ער רעדט שטארק און גוט. געשמאק צו הערן.

לאדיך אפ » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 11:48 pm

· #31082
ס'איז מיר אינטערעסאנט אז רב לאו האט גערופן דעם מנחת יצחק "ירושלימע רב"!

ידען » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 11:49 pm

· #31084
וואס איז מיט דעם הרב לאו אז וויזניץ איז נישט געגאנגען צו די סיום?

אךשמח » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 11:51 pm

· #31085
חזן העלפגאט, קל מלא רחמים.

געפילטע פיש » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 11:51 pm

· #31087
העלפגאט קל מלא

---

ך'שמח האט מיר אויסגעכאפט.

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 11:53 pm

· #31088
לעצטע מאל איז געווען חזן שטארק

אךשמח » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 11:54 pm

· #31089
זר זהב
לעצטע מאל איז געווען חזן שטארק

ביידע זענען געווען ביי באזונדערע פלעצער.

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 11:56 pm

· #31091
וואס הייסט באזונדער? אין תשס"ה האט חזן שטארק חזנ'תד ביים סיום הש"ס אין MSG

לאדיך אפ » דאנערשטאג אוגוסט 2, 2012 12:12 am

· #31097
דער קלויזענבורגער איז מעורר די ציבור

זר זהב » דאנערשטאג אוגוסט 2, 2012 12:13 am

· #31099
פארוואס שרייט ער אזוי?

לאדיך אפ » דאנערשטאג אוגוסט 2, 2012 12:14 am

· #31100
ער רעדט גראדע נישט שלעכט.

זר זהב » דאנערשטאג אוגוסט 2, 2012 12:17 am

· #31101
אמת.

אךשמח » דאנערשטאג אוגוסט 2, 2012 12:17 am

· #31102
זר זהב
וואס הייסט באזונדער? אין תשס"ה האט חזן שטארק חזנ'תד ביים סיום הש"ס אין MSG

און העלפגאט ביים אנדערן סטאדיום.

קלויזנבורגער רבי שרייט און וויינט מנהמת לבו אויף די אנשי אדום וישמעלים וואס ווילן נאך היינט צורייסן דאס אידישע שעפעלע אנע בושה.

ער רעדט יעצט וועגן דעם רעגן וואס האט נישט אפגעהאלטן די טויזענטער פון קומען. מים רבות לא יוכלו לכבות את האהבה.

מיט דעם ענדיג איך. מיין באטערי שטארבט.

זר זהב » דאנערשטאג אוגוסט 2, 2012 12:20 am

· #31104
א גרויסן יש"כ פאר אייך אך שמח, און פאר לאדיך אפ און ראשאקאל.

טעפל » דאנערשטאג אוגוסט 2, 2012 12:50 am

· #31110
זר זהב
א גרויסן יש"כ פאר אייך אך שמח, און פאר לאדיך אפ און ראשאקאל.

גם אני מצטרף לדבי זר זהב, א גרויסען שכוח פאר מיטטיילען.

משכיל » דאנערשטאג אוגוסט 2, 2012 3:11 am

· #31140
א הערליכע הארץ ווארעמענדע צוזאמענקום:י

עס האט זיך געענדיגט בערך 1:00 ,י

דער טאנצען און זינגען, העלפגוט א-ל מלא, קדיש נאך די קדושים, אני מאמין

הרב לאו'ס דרשה זייער שיין און ווארעם ער האט געפאקט בקיאות,י

קלויזענגורג'ער רבי'ן דרשה מיט שמע ישראל און ה' הוא אלקים

נאך עטליכע שיינע דרשות, הרב פראנד, הרב שיינער א זקן פון א"י, א ספרדישע רב, רב הלל,

רב מלכיאל קוטלער ועוד

איינע פון די דרשנים האט געזאגט אז עס זיינען געקומען 5000 בעלי תשובה צום סיום

קיינער האט נישט דערמאנט קיין שום אנדערע ענינים חוץ תורה און תורה ועוד פעם תורה

דער וועטער איז געווען הערליך, קיין טראפ רעגען, אויך נישט געווען הייס

א כבוד התורה וואס איז מסתם נישט געווען זייט מתן תורה

טעלעפאן » דאנערשטאג אוגוסט 2, 2012 3:19 am

· #31142
יישר כח ראשקאל און אך שמח

שמואל הלוי » דאנערשטאג אוגוסט 2, 2012 9:33 am

· #31160
זר זהב
נאר וואס געזען דארט פויזן



gehlungen » דאנערשטאג אוגוסט 2, 2012 12:19 pm

· #31199
טעפל
זר זהב
א גרויסן יש"כ פאר אייך אך שמח, און פאר לאדיך אפ און ראשאקאל.

גם אני מצטרף לדבי זר זהב, א גרויסען שכוח פאר מיטטיילען.

Can somebody post a U TUBE address to some clips from the Siyam !

יידל » דאנערשטאג אוגוסט 2, 2012 1:14 pm

· #31208
gehlungen
טעפל
זר זהב
א גרויסן יש"כ פאר אייך אך שמח, און פאר לאדיך אפ און ראשאקאל.

גם אני מצטרף לדבי זר זהב, א גרויסען שכוח פאר מיטטיילען.

Can somebody post a U TUBE address to some clips from the Siyam !

<a class="postlink" href="http://www.youtube.com/results?search_query=twelfth+siyum+hashas">http://www.youtube.com/results?search_q ... yum+hashas</a>

<a class="postlink" href="http://www.ustream.tv/recorded/24411089">http://www.ustream.tv/recorded/24411089</a>
בלאט: 1 2