☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » אשכול אן א טיטל #13268

אשכול אן א טיטל #13268

18 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13268

— » מיטוואך אוגוסט 7, 2019 9:00 am

· #434439

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

berlbalaguleh » מיטוואך אוגוסט 7, 2019 10:35 am

· #434449
[ציטאט אראפגענומען]

חת"ם סופר: דו האסט איהם יא גוט ארויסגעהאט. ווייל איך האב אויך געהאלטן פון איהם אלס גרויסער ת"ח מיט שכל הישר. ספעציעל ביי הילכות שבת האט ער געהאט זייער א פראקטישן צוגאנג. און מיט זיין גרויס גאונות האט ער זייער קלאר מברר געווען א הלכה. נאר ער האטציך אין די לעצטע פאר יאר ליידער געטוישט. אונטער דעם פרעשור און טעראר פון די עקסטרעמיסטן. ס'זענען אייביג געווען אזעלכע ברואים. ווי די שפיגל ברעכערס. נאר בימי רביה"ק מ'סאטמאר זי"ע זענען זיי אינגעזיצן. אבער היינט ווען אונז האבן די פאלשע מורי דרך ווי הרב מנשה פיליפ ודוכוותיה גייט אלעס משה קאפויער. און זיי האבן איבערגעדרייט דאס גאנצע אידישקייט און חסידות לויט ווי זייער פארדרייטער קאפ דיקטירט. און זיי איבן אויס א גרויסן דרוק מיט דעראר און אנדערע מיטלען אויף די פאר נארמאלע רבנים ומורי הוראה...! וחבל...ס'איז א שאד ווייל ר' ישראל דויד הארפענעס וואלט געקענט אויסוואקסן א גדול הדור. אשטייגער ווי ר' משה האלבערשטאם און ר' שלמה זלמן אויערבאך זצ"ל...!

berlbalaguleh » מיטוואך אוגוסט 7, 2019 10:44 am

· #434450
חת"ם סופר: יעצט אז איך זעה ווער ס'איז אלץ אונטערגעשריבן אויפ'ן קול קורא זעה איך אז איך האב גוט צוגעטראפן. הרה"ג ר' משה מאיר בן ר' ישראל בריעף (פון די הויפט שפיגל ברעכערס) הרה"ג ר' מנשה פיליפ. א באוואוסטער דעמאגאג. וואס ער וועט פארקויפן זיין באבע אלעס צו גיין אין די שיטה וואס איז היינט שולט אין סאטמאר. ער וועט זאגן און שרייבן די מערסטע אבסורדאלע זאכן. אפילו וואס ער אליינס גלייבט נישט. נאר אבי צו שטופן די פאררוקטע און פאלשע אגענדא...!

תורה ומדע » מיטוואך אוגוסט 7, 2019 10:54 am

· #434451
זיי פארשלאגן אבער נישט קיין אלטערנאטיווער מהלך. ווי אזוי קען דאס מצליח זיין?

berlbalaguleh » מיטוואך אוגוסט 7, 2019 2:18 pm

· #434468
תורה ומדע: ווייל דער היינטיגער יונגער דור ווייסט נישט וואס סאטמאר'ע רב זצ"ל האט געוואלט. און וויאזוי ער האט געפיהרט זיין קהילה. אויב דו ווייסט וואס דער מושג..."שפיגל ברעכערס".. מיינט. און וויאזוי דער סאטמאר'ע רב און זיינע גבאים האבן זיי באהאנדלט. און וויאזוי די גאנצע קהילה האט געקוקט אויף זיי וועסטו קענען פארשטיין וואס ס'פעהלט היינט אין סאטמאר אין די הנהגה. יא. לאמיר רעדן אפן אויב דער רבי איז נישט מער ווי א פיגורהעד. א פאפפעט האט אלעס אזא פנים...! ער דארף קענען שיין שמייכלען צו די קעמערעס. און צומאל זיך אויכעט איינהאלטן פון אויספלאצן אליינס אין א געלעכטער. משה גבאי וסייעתו זענען די טאן געבערס. און אין ענייני השיטה איז מנשה פיליפ ..."בעניו הבהירות"...דער דיעה זאגער איבער אלץ און אלעמען...!

לעיקוואד » מיטוואך אוגוסט 7, 2019 3:35 pm

· #434476
.

ליפא » מיטוואך אוגוסט 7, 2019 5:54 pm

· #434481
דו ווילסט ער זאל אויך אסר'ן קאווע שטיבל?

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/11561">viewtopic.php?f=3&t=11561</a><!-- l -->

גדליה » מיטוואך אוגוסט 7, 2019 7:17 pm

· #434486
יעצט כאפ איך שוין פארוואס ספעלט די הקטן פון רב הארפענעס

נקודת-אמת » מיטוואך אוגוסט 7, 2019 7:18 pm

· #434487
[ציטאט אראפגענומען]

יעצט פארשטיי איך פארוואס שטייט נישט דאס באקאנטע צו-נאמען " הק' " בעפאר זיין נאמען
ווי אלע אנדערע חותמים האבן גע'חתמ'עט נאכ'ן צו-נאמען.

וכי יעלה על הדעת כי ר' ישראל דוד אינו מחזיק עצמו כקטן?

אלא מאי, ווען א מענטש חתמ'עט אליינס מעג ער זיך בא'קטנ'ען
אבער קומען שלא בהסכמתו איהם אנ'קטנ'ען איז דאך חוצפה
במילא האבן זיי געשריבן זיין נאמען אנ'עם טיטל ולישראל (דוד) היתה הרווחה.


גדליה האקט דאס זעלבע אבער שוין

איך אויך » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2019 6:22 am

· #434500
געווען אמאל א אנדערע ר' דוד א חשובע גאון ראב''ד בביד''ץ קהילת העדה החרדית בירושלים. האט ער זיך אמאל אויסגעדרוקט מיט ווייטוג פאר זיין משמש:

''רחמנות אויף א איד אין מיינע יארן וואס שטייט אויף צופרי און זעהט די וואנט באדעקט מיט צעטלעך אויף וואס ער האט קיינמאל נישט אונטערגעשריבן''.

טראכט א מוניט » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2019 9:12 am

· #434504
📎 29856.png

calculator » זונטאג אוגוסט 25, 2019 1:17 pm

· #435301
[ציטאט אראפגענומען]


וואס מיינט הנני מצטרף לקריאת הרבנים הגאונים הנ"ל?

און אז די האסט שייכות מיט ר' ישראל דוד'ס נאנטע, ווער מיר געוואר וואס איז פארגיקומען ביי די מיטונג ביי זלמן לייב אין סוואן לעיק. געהערט שמועות כ'ווייס נישט יא אמת נישט אמת

שמערל » זונטאג אוגוסט 25, 2019 7:55 pm

· #435334
[ציטאט אראפגענומען]


אויך געהערט פון א איד וואס האט גערעדט מיט ר' שראל דוד כנ''ל

calculator » זונטאג אוגוסט 25, 2019 9:23 pm

· #435339
שמערל

אויך געהערט פון א איד וואס האט גערעדט מיט ר' שראל דוד כנ''ל


אזוי? פרעג אים וואס עס טייטש הנני מצטרף לקריאת הרבנים הגאונים הנ"ל?



[ציטאט אראפגענומען]


איך האלט אויך אז מען טאר נישט פארהאנדלען, אבער הא קערס וואס איך האלט? אבער וואס דארף מען א גברא רבה צו שוקל זיין וואס נישט, יעדער רעליגיעזא בר דעת, אז ער לייגט זיך אריין אין די סאבטשעקטס, פארשטייט ער פונקטליך וואס עס אויסגעהאלטן און וואס נישט, זאג הרב ר' ישראל דוד ער זאל פארמאכען די גרויסע העפטן זיינע (נשמת שבת חלק יא') און אנהייבן צו שרייבן א חיבור אויף "נשמת ישראל"

שמערל » זונטאג אוגוסט 25, 2019 9:31 pm

· #435340
עס שטייט דארט אז מ'טאר נישט אוועק רירן פון וואס רביה"ק מ' סאטמאר האט זיך מייסד געווען.
אין אנדערע ווערטער מ'מעג לערנען צווי אהאלב שעה ענגליש.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג אוגוסט 25, 2019 10:27 pm

· #435347
וואס איז דער שטות אז מ'דארף א גברא רבה? דער רבי ז"ל, ווער עס זאל נאר זיין, ביי דעפינישען לעבט שוין נישט. וואס טוט מען יעצט? מ'זיצט איינגעלייגט און מ'לאזט יענער פארפיהרען ווי ער וויל? וואס פארא מההלך איז דאס? בחיי דער חתם סופר, האט מען אויך נישט געהאט קיין נביאים אין דער וועלט, מלכה ונביאיה בגוים אין תורה, האט דער חת"ס זיך געזעצט אין ווינקעל מיט אן אויסרייד "איך ווייס נישט, עס איז נישא דא קיין נביא"? מ'דארף טון וואס מ'קען, מיר לעבן אין די דור, און מיר דארפען זיך ספראווען מיט אונזער נסיונות. טאמער דער אב"ד ישראל והזמנים והגלילות ווייסט נישט, זאל ער מוחל זיין און זיצען שטיל און נישט מאכען קיין פסק פון נישט וויסען.

רביה''ק זי''ע » זונטאג אוגוסט 25, 2019 10:30 pm

· #435348
שמערל
עס שטייט דארט אז מ'טאר נישט אוועק רירן פון וואס רביה"ק מ' סאטמאר האט זיך מייסד געווען.
אין אנדערע ווערטער מ'מעג לערנען צווי אהאלב שעה ענגליש.

אויב טאר מען זיך טאקע נישט אוועק רירן, דאן מוז מען לערנען צוויי אהאלב שעה... וואו זענען די פאשקעווילן און קול-קוראס? 😂 😂 😂

berlbalaguleh » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 12:56 pm

· #435371
רביה"ק זי"ע: כמו שאמרנו אז אפילו בשעתו זענען געווען די פאלשע פרומאקעס וועלכע ווערן דעפינירט אין דעם טערם..."שפיגל ברעכערס"... אזוי ווי הרה"צ ר' ישראל בריעף זצוקללה"ה. און נאך א פאר משוגעים דיכוותיה. נאר ווען דער סאטמאר'ע רבי זי"ע איז געווען בתוקפו האבן זיי געמוזט איינזיצן. ווייל ער האט זיי געלייגט אין פלאץ. משא"כ היינט זענען דא נאר משוגעים אין די הנהגה. און א יעדער נארמאלער מענטש ווערט פארשריגן...!