☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » מרים יד בתורת ר' משה

מרים יד בתורת ר' משה

28 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13261

בעל-הכרם » מאנטאג אוגוסט 5, 2019 10:03 am

· #434297
מרים יד בתורת ר' משה
איין שיינעם אווענט עטליכע מאנאטן צוריק, שפאן איך אהיים צו מיין הויז, איידער איך גיי אהיים עפען איך די פאסט קעסטל, איך זעה א געלן בראשור מיט ליכטיגע פארבן, ''פאר מיר און פאר דיר'' שרייט דאס בלעטל, גיבט געלט פארן בארא פארקער עירוב, א שנאר בריוו ווי אלע, איך פארשטיי זייער גוט אז די עירוב קאסט אפ א בודשעט, איך פערזענליך האב הנאה פונעם עירוב, און דאס איז נישט קיין קלייניקייט, בשעה שתיקן שלמה עירובין יצאה בת קול אם חכם בני ישמח לבי גם אני, זיי זענען דאך מזכה/מציל טויזנטער אידן, איך האב געטוהן אין די ענינים ווען איך בין געווען פארמישט אין אן אנדערען עירוב מחוץ לעיר עטליכע יאר צוריק, נו, איז די פארגאנגענע יאר ביים לכבוד שבת קודש קאמפיין האב איך ביישטייערט א סכום.

בסדר.

וואס האט מיך אנטוישט און ערוועקט ביי מיר אנ'אויפברויז איז געווען, איך האלט זיך אביסל א אויפגעקלעטער, א למדן, איך פארשטיי אז עס זענען דא אוסרים ומתירים, כך היא דרכה של תורה, מען מעג בעטן געלט פאר דעם עירוב דאס איז העכסט נארמאל, רוב בארא פארק באנוצט זיך מיטן עירוב. אבער אין דעם בראשור מיש איך אריבער דאס בלעטל, זעה איך די הויכפונקט "אויסצוגן פון די דרשה פון הרב שטיינבערג שליט''א'', איך קען נישט דעם הרב שטיינבערג ברוך השם, ווייל זיינע ווערטער האבן מיך אויפגעשוידערט דאס הארץ. אין די דרשה לייגט הרב שטיינבערג אראפ אז די עירוב איז גאר מהודר וכו' זעהר גוט דערווייל, דערנאך גייט ער אריין אין א שמועס אז עס איז נישט דא קיין שום ענין צו מחמיר זיין, די חומרות זענען נאריש, און יעדער איינער זאל זיך באנוצן מיטן עירוב און ברענגט א מעשה פון אריז''ל פון צפת און נאך דברי הבאי.

דא בין איך געווארן אויפגעברויזט, אורייתא קא מרתח בי, דאס טייטש, נישטא קיין ענין צו מחמיר זיין? אזוי צו ארומשיקן בריוו צו אלעמען אין די פאסט? דאס האט מיך ערוועקט אז מען רעדט דא בכלל נישט לשם שמים, דאס זענען נישט קיין ערליכע מענטשן, דא רעדן אנשים רעים וחטאים, דאס איז גלאטע אהבת הנצחון, דאס זענען בעלי עוולה, וואלט עמיצער געשיקט בריוו אפצולאכן פון א בריסקע חומרא, אויף א חזון איש חומרא? הישמע כזאת? שטעלט זיך א מחוצף א שטארקער עם הארץ אויף (ווען ער איז א תלמיד חכם וואלט איך אים געקענט) און לאכט אפ א משכנות יעקב, א ראגאטשובער, א ר' משה פיינשטיין, ליובאוויטשע רבי, דעברעצינע רב, רבי אהרן קאטלער ועוד, סזענען דא וואס זענען מחמיר אלס חשש רשות הרבים, ס'דא וואס האבן א פראבלעם מיט שכירות פון שר העיר, זיכוי הפת, מנהג המקום, שוויה אנפשיה, ס'דא געוויסע אדמורי''ם וואס האבן געזאגט זייערע חסידים נישט צו פארלאזן זיך, ועוד, און ס'דא וואס פארלאזן זיך נישט אויפן רב הפיקוח.

און באמת פארשטיי איך די וואס פארלאזן זיך נישט אויף אים. די וואס קענען אים ווייסן אליין, אבער אפילו אינעם בילד זעלבסט זעהט מען ווער ער איז, זיצט דארט דער זקן ממרא און הערט דעם מחוצף רעדן און ער שמייכלט, דער כהן שדעתו עבה, שלא קרא ולא שנה, מסרב לדין תורה, ואינו ציית דינא אין עטליכע פערזענליכע דיני תורה, מרים יד בתורת משה, לא נחל בינה מעולם, א טיפש, א גס לב בהוראה זיצט ער דארט מיט אפאר מונקאטשע יונגאטשעס, און לאכט פון אונזערע איינשטיין'ס פאר אפאר גראשן.

תורה תורה חגרי שק.

גדליה » מאנטאג אוגוסט 5, 2019 12:13 pm

· #434301
איך קען נישט דעם מיסטער שטיינבערג
אבער ר' משה בענין זה הייבט נישט אן צו מאכען סענס. וכל דבריו הבלים. (אזוי וואלט רבי משה אליינס זיך אויסגעדרוקט אויף זיך אין א אנדערע גלגול)

אישתישבי » מאנטאג אוגוסט 5, 2019 12:24 pm

· #434303
בעל הכרס

עס איז נישט שיין זיך אויסצודרוקן מיט זלזולים אויף רב כ"ץ וואס איז זיכער יא בבחינת קרא ושנה, און א כהן שדעתו יפה. ער איז אייגענארטיק, און רעכענט זיך נישט מיט דער רוח הדור, נאר גייט מיט וואס ער האלט, און דאס איז גענוי וואס ר' משה פיינשטיין האט געטוהן.

ב.ד.וו. קענסט וויסן א רעסיט אויף דער געלט וואס האבן געגעבן פאר דער עירוב?

דורך רעדן אזוי, וועט מען דיר אויסהערן אזוי ווי מען הערט אויס שפיגעל.

בעל-הכרם » מאנטאג אוגוסט 5, 2019 8:31 pm

· #434327
אישתשבי

איך קלער אז דו ביסט אייגענארטיג גענוי ווי ר' משה...

איך בין נישט קעגן די עירוב, איך האב נאר געמאכט א מחאה קעגן די מעסעדש פון די קאמפיין אז דאס איז נישט תורהדיג און מענטשליך. נאכדערצו אז דאס קומט פון די רבני העירוב.

און וועגן די רב הפיקוח, דאס איז נישט קיין זלזול, דאס איז די היסטאריע
זיינע אין בארא פארק, איך גלייב אז ער לייקנט דאס נישט.

ארי נוהם » מאנטאג אוגוסט 5, 2019 8:47 pm

· #434335
בעל-הכרם
וואס האט מיך אנטוישט און ערוועקט ביי מיר אנ'אויפברויז איז געווען, איך האלט זיך אביסל א אויפגעקלעטער, א למדן, איך פארשטיי אז עס זענען דא אוסרים ומתירים, כך היא דרכה של תורה, מען מעג בעטן געלט פאר דעם עירוב דאס איז העכסט נארמאל, רוב בארא פארק באנוצט זיך מיטן עירוב. אבער אין דעם בראשור מיש איך אריבער דאס בלעטל, זעה איך די הויכפונקט "אויסצוגן פון די דרשה פון הרב שטיינבערג שליט''א'', איך קען נישט דעם הרב שטיינבערג ברוך השם, ווייל זיינע ווערטער האבן מיך אויפגעשוידערט דאס הארץ. אין די דרשה לייגט הרב שטיינבערג אראפ אז די עירוב איז גאר מהודר וכו' זעהר גוט דערווייל, דערנאך גייט ער אריין אין א שמועס אז עס איז נישט דא קיין שום ענין צו מחמיר זיין, די חומרות זענען נאריש, און יעדער איינער זאל זיך באנוצן מיטן עירוב און ברענגט א מעשה פון אריז''ל פון צפת און נאך דברי הבאי.

דא בין איך געווארן אויפגעברויזט, אורייתא קא מרתח בי, דאס טייטש, נישטא קיין ענין צו מחמיר זיין? אזוי צו ארומשיקן בריוו צו אלעמען אין די פאסט? דאס האט מיך ערוועקט אז מען רעדט דא בכלל נישט לשם שמים, דאס זענען נישט קיין ערליכע מענטשן, דא רעדן אנשים רעים וחטאים, דאס איז גלאטע אהבת הנצחון, דאס זענען בעלי עוולה, וואלט עמיצער געשיקט בריוו אפצולאכן פון א בריסקע חומרא, אויף א חזון איש חומרא? הישמע כזאת? שטעלט זיך א מחוצף א שטארקער עם הארץ אויף (ווען ער איז א תלמיד חכם וואלט איך אים געקענט) און לאכט אפ א משכנות יעקב, א ראגאטשובער, א ר' משה פיינשטיין, ליובאוויטשע רבי, דעברעצינע רב, רבי אהרן קאטלער ועוד, סזענען דא וואס זענען מחמיר אלס חשש רשות הרבים, ס'דא וואס האבן א פראבלעם מיט שכירות פון שר העיר, זיכוי הפת, מנהג המקום, שוויה אנפשיה, ס'דא געוויסע אדמורי''ם וואס האבן געזאגט זייערע חסידים נישט צו פארלאזן זיך, ועוד, און ס'דא וואס פארלאזן זיך נישט אויפן רב הפיקוח.

און באמת פארשטיי איך די וואס פארלאזן זיך נישט אויף אים. די וואס קענען אים ווייסן אליין, אבער אפילו אינעם בילד זעלבסט זעהט מען ווער ער איז, זיצט דארט דער זקן ממרא און הערט דעם מחוצף רעדן און ער שמייכלט, דער כהן שדעתו עבה, שלא קרא ולא שנה, מסרב לדין תורה, ואינו ציית דינא אין עטליכע פערזענליכע דיני תורה, מרים יד בתורת משה, לא נחל בינה מעולם, א טיפש, א גס לב בהוראה זיצט ער דארט מיט אפאר מונקאטשע יונגאטשעס, און לאכט פון אונזערע איינשטיין'ס פאר אפאר גראשן.

תורה תורה חגרי שק.

לא יאומן כי יסופר, אז א יונגאטש שלא קרא ולא שנה מימיו (ווייל ווען נישט וואלט איך אים געקענט, שרייט דער וויינגארטנער), שרייבט אן אשכול ארונטערצורייסן אן אנגעבליכער חצוף וואס האט זיך דערוואגט צו זאגן אז מ'דארף נישט מחמיר זיין נישט צו טראגן מיטן עירוב, און דאס האט ערוועקט דעם גרימצארן פון אט דעם וויינגארטנער אז דאס איז גאר א זלזול אין גדולי ישראל.

און אין אט דעם זעלבן תגובה ענדיגט ער צו מיטן ארונטעררייסן איינע פון די חשובסטע רבנים אין בארא פארק, אן עובד ה' מנעוריו און ת"ח מופלג, א בעל הוראה און פרוש מעוה"ז פאר צענדליגע יארן, וואס האט אויך געהאט די שוידערליכע חוצפה פון מקדים זיין אונזער מקום קדוש מיטן ווייזן פארן א"ג "סיסטעם" דעם מיטלסטן פינגער - און אדאנק דעם האבן היינט אזויפיל אידישע שטעט עירובין, און ער באשמוצט אים כאחד הריקים אינעם זעלבן תגובה וואו ער רייסט ארונטער איינער וואס האט דורך זיינע רייד געברענגט א מעגליכער גרינגשעצונג אין אנדערע גדו"י.

אויב דאס איז נישט היפאקריטסווע, דאן איז דאס אייוועלט בתפארתה. בשם קנאות דקדושה קען מען באשמוצן וועמען מען וויל, ווייל איך מעג יא, ווייל איך בין "פרומער".


יבואו הקוצים ויכלו את "בעל הכרם"

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אוגוסט 5, 2019 8:54 pm

· #434336
Re: מרים יד בתורת ר' משה
אנטשולדיגט, אבער דער פותח האשכול האט אויסגעלאזט פיהל גדולי ישראל וואס יענער מאמר איגנארירט, כולל דער רמב"ם און דער סמ"ג. דער עובד ה׳ מנעוריו איז לכאורה נישט אין דער ליגע.

און אגב, דאס ווייזען זיין מיטעלסטע פאר׳ן סיסטעם האט ער געטון נאך דעם וואס דער סיסטעם איז שוין געווען צובראכען. ער האט געזוכט א פאסטן אין דער סיסטעם ווען עס האט זיך איהם געלוינט.

בעל-הכרם » מאנטאג אוגוסט 5, 2019 9:28 pm

· #434339
ארי נוהם

פון דיין תגובה זעהט מען אז דו קענסט אים נישט, איך קען אים מיט זיין משפחה זייער גוט.
I call a spade a spade.
''פרומער'' איז ער, און אויך די אנדערע זאכן ווי אויבערדערמאנט.
אבער דאס איז נישט געווען די עיקר נקודה.

בעל-הכרם » מאנטאג אוגוסט 5, 2019 9:33 pm

· #434340
רב ליטוואק

מיין נקודה איז אז דאס שיקן אין די פאסט אן אפלאכונג פון גרויסע רבנים, איז אן עוולה. איך ברענג נאר ארויס ווער דער ענעיבלער איז. Enabler.
עס איז ריין א מחאה.

אישתישבי » מאנטאג אוגוסט 5, 2019 10:53 pm

· #434345
וואס איז א חילוק וואס די ווילסט, מחאה צו הכאה, ווען די שרייבסט אזוי אויף רב כ"ץ ביסטו א אויסווארף אסאך גרעסער ווי רב שטיינבערג וואס די קענסט נישט איז לדעתך דעת תורא, ווייל ער סך הכל זאגט אז עס איז נישטא קיין מקום להחמיר פאר די וואס פירען זיך ווי מען האט זיך געפירט ביי אידען די לעצטע פאר הונדערט יאר, ער זאגט נישט אז ר' משה איז געווען א עם הארץ, די אבער, די גרויסע בעל הכרס, די זאגסט עס יא.

קענסט מיר מסביר זיין פארוואס מען דארף האלטען חומרות פין ר' משה? חומרות וואס ער ארבעט אויס וואס זענען קעגען גדולי אחרונים? און כידוע אז סאטמאר רבי האט שוין געזאגט וואס מען דארף זאגען. און דער משכנות יעקב ווערט אויך א גאנצע אחרון וואס מען איז מחויב צו פאלגן? ער איז א חולק אויף דער שולחן ערוך, און ביי אונז יוצאי אונגארן זענען זיינע פסקים נישט מאסגעבענד ווען ער איז חולק אויף אחרונים.

בעל-הכרם » מאנטאג אוגוסט 5, 2019 11:26 pm

· #434348
אישתישבי
מען דארף נישט פאלגן.
It takes one to know one.
איינער וואס האט נישט קיין כבוד התורה איז א עם הארץ.
אר''ע כשהייתי ע''ה אמרתי, מי יתן לי ת''ח ואנשכנו כחמור, א''ל תלמידיו, רבי! אמור ככלב, א''ל, זה נושך ואינו שובר עצם וזה נושך ושובר עצם.

אברך משי » דינסטאג אוגוסט 6, 2019 12:01 am

· #434353
גדליה

אבער ר' משה בענין זה הייבט נישט אן צו מאכען סענס. וכל דבריו הבלים. (אזוי וואלט רבי משה אליינס זיך אויסגעדרוקט אויף זיך אין א אנדערע גלגול)


כדרכי ווילעך מעורר זיין אז מ'קען האלטן וואס מ'וויל און שרייבן וואס מ'וויל, און מ'קעממיר אסאך פארדייען ב"ה, אבער שרייבן אויף א גדול און תלמיד חכם ווי רבי משה פיינשטיין "וכל דבריו הבלים" איז עלבון התורה גמור לכל הדיעות און פאסט נישט אויף קיין שום אופן און פאר קיין שום צוועק.
נצור לשונך מרע ושפתך מדבר מרמה.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אוגוסט 6, 2019 6:37 am

· #434365
Re: מרים יד בתורת ר' משה
אברך משי - הרב משה שרייבט ערגעץ אויף דברי הב"ח ׳הבל׳. איינער האט מוחה געווען צו איהם און ער האט זיך פארענטפערט אין אן אנדערן תשובה אז עס איז נישט קיין בזיון.

אישתישבי - יעדער וואס לערנט די סוגיא און זעט וויפיהל שיטות עס איז דא וואס האלט בכלל נישט פון די צוה"פ עירובין, ובפרט אין גרויסע שטעט, זעט קלאר אז עס איז דא א סבה להחמיר פאר בעלי נפש, על אף אז עס איז מעגליך דא דארט אז די מתירים האבען אויך אויף וואס זיך צו פארלאזען. איך ווייס אז זייט מ׳האט געוואלט אן עירוב אין ברוקלין האט מען אפיר געברענגט א בעל שמ׳סקע מסורה אז מ׳דארף דוקא מקיל זיין אין עירובין, אבער כל זה אכניס. דער זעלבע שו"ע איז נישט מכריע קעגן דער משכנות יעקב, און עס איז דא נאך א טוץ סבות אז דער וואס איז מקפיד אויף טויזענט אנדערע זאכען וואס די הלכה פאדערט נישט, זאל דא אויך מחמיר זיין.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

אישתישבי » דינסטאג אוגוסט 6, 2019 8:05 am

· #434366
געזונטערהייט.

מען גייט חולק זיין על דברי ר' שטיינבערג, אבער עס מאכט אים נישט קיין מחוצף אדער עם הארץ.

דער עירוב איז נישט אזוי הארב אז די מחמירים זאלען וועלען ארויף פארסען זייער שיטה אויף אנדערע.

און דער בעל הכרס האט נאך דער נארישקייט צו שרייבן אז מען ווערט אן עם הארץ פאר זאגן אז מען דארף נישט האלטען דער חומרות, מיט עפעס א פארצווייגטע חשבון.

ווילסט מחמיר זיין? געזונטערהייט. אבער זאג מיר נישט וואס מיינט חומרות זאלען זיין. און פרוביר נישט צו מאכן אז טאמער איך האלט נישט דיינע ליטווישע חומרות, בין איך א מקיל. ניין. דער מקיל איז געוועהן ר' משה מיט אלע זיינע פסקים. איך בין א מחמיר, און לגבי עירוב האלט איך איז נישטא קיין סיבה מחמיר צו זיין. עפעס ראנג? פארדעם ווערט מען א עם הארץ? נארישקייטן.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אוגוסט 6, 2019 8:11 am

· #434367
האסט חוזר געווען יעצט? פארשטייסט יעצט אז עס איז יא דא א סבה מחמיר צו זיין?

לויט וואס בעל-הכרם ברענגט, האט יענער שטיינבערג גערעדט קעגן זיך מחמיר זיין, ער האט געוואלט ארויף צווינגען זיין מיינונג אויף אנדערע, נישט פארקערט.

אישתישבי » דינסטאג אוגוסט 6, 2019 8:18 am

· #434368
ליטוואק פון בודאפעסט
אברך משי - הרב משה שרייבט ערגעץ אויף דברי הב"ח ׳הבל׳. איינער האט מוחה געווען צו איהם און ער האט זיך פארענטפערט אין אן אנדערן תשובה אז עס איז נישט קיין בזיון.

אישתישבי - יעדער וואס לערנט די סוגיא און זעט וויפיהל שיטות עס איז דא וואס האלט בכלל נישט פון די צוה"פ עירובין, ובפרט אין גרויסע שטעט, זעט קלאר אז עס איז דא א סבה להחמיר פאר בעלי נפש, על אף אז עס איז מעגליך דא דארט אז די מתירים האבען אויך אויף וואס זיך צו פארלאזען. איך ווייס אז זייט מ׳האט געוואלט אן עירוב אין ברוקלין האט מען אפיר געברענגט א בעל שמ׳סקע מסורה אז מ׳דארף דוקא מקיל זיין אין עירובין, אבער כל זה אכניס. דער זעלבע שו"ע איז נישט מכריע קעגן דער משכנות יעקב, און עס איז דא נאך א טוץ סבות אז דער וואס איז מקפיד אויף טויזענט אנדערע זאכען וואס די הלכה פאדערט נישט, זאל דא אויך מחמיר זיין.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


דער משכנות יעקב איז יא קעגען שולחן ערוך, דער רמ"א פסק'נט קלאר אז היינט איז נישטא קיין רה"ר. וואס מיינט איר צו זאגן?

צורת הפתח איז גוט איבעראל אין קאנטרי און ווי נישט, פונקט דא אין ברוקלין איז עס נישט גוט? עס איז קלאר אז די אוסרים האבן א תאווה צו אסר'ן, און ווילען מאכען א צומישעניש ביי מענטשן, זאגן זיי פראבלעמען מיט צורת הפתח.

און דער זעלבער איז לגבי די גוים, מען האט אייביג געמאכט עירובין מיט גויים, אפילו ווען עס איז געוועהן פראפערטי רייטס, און אפילו היינט, זענען ביי זעלבע רבנים וואס אסר'ן די עירוב מתיר צו מאכן עירובין מיט גוים אין הייזער.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אוגוסט 6, 2019 8:19 am

· #434369
'מ'האט אייביג' מיינט נישט אז עס איז נישט דא קיין סבה מחמיר צו זיין. און דאס איז דיין טעות. דא רעדט מען נישט פון מאכען אן עירוב, דא רעדט זיך פון א סבה מחמיר צו זיין.

חכם-לב » דינסטאג אוגוסט 6, 2019 11:01 am

· #434384
הרב חל"כ איז א רעגלמעסיגע חסידישע דורכגעווייקטע יונגערמאן, לערנט אסאך חסידישע ספרים און האט א באקאנטע שיעור אין אוהחה"ק. ער האט געשריבן אביסל אויף אבן העזר'דיגע ענינים (אויף עירוב האב איך נישט געזעהן), ער איז זייער ווייט פון א גאון, ער קען פארטייטשן א מגן אברהם אבער א דברות משה ווייסט ער נישט וויאזוי צו לעזן...

בענין זיינע פריוואטע דיני תורה איז דא שמועות שוין יארן, וועגן עטליכע, איך האב געהערט פון איינעם א באקאנטע רב אין בארא פארק יארן צוריק אויף אים, "אז ער איז נישט נזהר אין חושן משפט, פארלאז איך מיך נישט אויף אים אין אורח חיים".

דער ווארהייט איז אבער אז די עיקר פארלאזט מען זיך אויף הגאון רבי יחזקאל ראטה שליט"א.

גדליה » דינסטאג אוגוסט 6, 2019 2:33 pm

· #434393
זייט ווען דארף מען האבען א גדול הדור צו מאכען א עירוב?
סאיז נאר ווייל סאיז דא א פאליטיק דערוועגן מוז מען האבן גרויסע נעמען.
אברך משי
גדליה

אבער ר' משה בענין זה הייבט נישט אן צו מאכען סענס. וכל דבריו הבלים. (אזוי וואלט רבי משה אליינס זיך אויסגעדרוקט אויף זיך אין א אנדערע גלגול)


כדרכי ווילעך מעורר זיין אז מ'קען האלטן וואס מ'וויל און שרייבן וואס מ'וויל, און מ'קעממיר אסאך פארדייען ב"ה, אבער שרייבן אויף א גדול און תלמיד חכם ווי רבי משה פיינשטיין "וכל דבריו הבלים" איז עלבון התורה גמור לכל הדיעות און פאסט נישט אויף קיין שום אופן און פאר קיין שום צוועק.
נצור לשונך מרע ושפתך מדבר מרמה.

איך האב געשריבן כל דבריו הבלים באציענדיג זיך אויף די ספעציפישע פסק, כמובן. ער איז מחולק מיט הלכה פסוקה בשו"ע און חוץ מזה בויט ער באמבאסטישע בנינים וואס הייבן נישט אן צו שטימען און זענען כמעט ווי א דורכזיכטיגע שטריק.

מי אני » דינסטאג אוגוסט 6, 2019 3:00 pm

· #434396
ווי נישט אין דעם ענין. פון שבת בלעטל 10.

די פוינט איז אז טאמער עס איז דא שיטות אויף וועם זיך צו פארלאזן, איז לאו דוקא אז מ׳מוז מחמיר זיין.
📎 קולא.pdf

הקטן » דינסטאג אוגוסט 6, 2019 3:18 pm

· #434398

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אוגוסט 6, 2019 4:08 pm

· #434402
Re: מרים יד בתורת ר' משה
גדליה
זייט ווען דארף מען האבען א גדול הדור צו מאכען א עירוב?
סאיז נאר ווייל סאיז דא א פאליטיק דערוועגן מוז מען האבן גרויסע נעמען.
אברך משי
גדליה

אבער ר' משה בענין זה הייבט נישט אן צו מאכען סענס. וכל דבריו הבלים. (אזוי וואלט רבי משה אליינס זיך אויסגעדרוקט אויף זיך אין א אנדערע גלגול)


כדרכי ווילעך מעורר זיין אז מ'קען האלטן וואס מ'וויל און שרייבן וואס מ'וויל, און מ'קעממיר אסאך פארדייען ב"ה, אבער שרייבן אויף א גדול און תלמיד חכם ווי רבי משה פיינשטיין "וכל דבריו הבלים" איז עלבון התורה גמור לכל הדיעות און פאסט נישט אויף קיין שום אופן און פאר קיין שום צוועק.
נצור לשונך מרע ושפתך מדבר מרמה.

איך האב געשריבן כל דבריו הבלים באציענדיג זיך אויף די ספעציפישע פסק, כמובן. ער איז מחולק מיט הלכה פסוקה בשו"ע און חוץ מזה בויט ער באמבאסטישע בנינים וואס הייבן נישט אן צו שטימען און זענען כמעט ווי א דורכזיכטיגע שטריק.
יא , ער זאגט א חידוש. ער איז אבער נישט מחולק מיט׳ן הלכה פסוקה אין שו"ע. די שו"ע רעדט נישט פון זיין נושא.

עס איז טאקע אינטרעסאנט צו באמערקן די געפערליכע נויט פון מאנכע אוועק צו מאכען די וואס זענען מקפיד אויף א פשוט׳ע זאך וואס דער מחבר ברענגט און דער מ"ב שרייבט דערויף בעל נפש יחמיר. איך האב שוין געהערט פון אנדערע אז נישט טראגען אין ב.פ. הייסט א פאטש אין פנים פאר די טראגערס, כאילו זיי צווינגען עפעס אויף אנדערע. עס איז א מאדנע דינאמיק, אבער אזוי זעט עס דא אויס.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אוגוסט 6, 2019 5:45 pm

· #434408
הקטן

איך ווייס נישט פארוואס, אבער יעדעס מאל מ'זעט אזא ליקוט פון הונדרעטע מראי מקומות, חזקה הוא אז עס האט נישט מיט די ענין כלל וכלל. דאס גילט ביי געשטעטנער און זיין מאמרים, ווי אויך אין דיי ן לינקס. ער שטעלט צו תקנה צו תקנה, חומרא צו חומרא, באין דעה הבדלה מנין?

און דער זעלבע מלקט האט, פאר עפעס א סבה, פארזען די ווערטער


[quote="משנה ברורה סי' שס"ד סק"ח"]וע"כ דסומכין על הי"א שבסימן שמ"ה דר"ה לא הוי אא"כ ששים רבוא בוקעין בו וזה אין מצוי [פמ"ג] אמנם באמת הרבה ראשונים חולקין על הי"א הנ"ל כמו שכתבנו שם בסימן שמ"ה וע"כ אף דאין למחות לאחרים הנוהגין להקל ע"י צורת הפתח שכן נהגו מעולם ע"פ דעת הפוסקים המקילין בזה מ"מ כל בעל נפש יחמיר לעצמו שלא לטלטל ע"י צורת הפתח לבד[/quote]

[quote="ביאור הלכה סי' שס"ד ד"ה ואחר"]

וגם קולא זו דאין ר"ה בלא ששים ריבוא הרבה ראשונים פליגי עלה וע"כ אף דאין למחות ביד העולם שנהגו להקל אבל בעל נפש יחמיר לעצמו כי יש בזה גררא דחיוב חטאת וכ"כ בספר בית מאיר עיי"ש[/quote]

אדער דאס


[quote="שו"ע סי' שס"ב סעי' י'"]ולהרמב"ם אין צורת הפתח מועיל לפרצה יותר מעשר, אלא אם כן עומד מרובה על הפרוץ[/quote]

און דארט

[quote="משנה ברורה שם סקנ"ט"]אא"כ עומד וכו' - ונכון לחוש לדברי הרמב"ם (מד) שגם דעת הסמ"ג והסמ"ק הוא כן:[/quote]

דאס מיינט נישט אז מ'טאר נישט טראגען, נאר אז קלאסישע מראה מקומות, נישט פארשטופטע תשובות ערגעץ, זאגען אז עס איז ריכטיג מחמיר צו זיין. דער וואס לייקענט אפילו די צד להחמיר מוז זיין ער האט פארזען די אלע מראי מקומות, בתוך אחרים.

עזרא » דינסטאג אוגוסט 6, 2019 9:06 pm

· #434415
[quote="ליטוואק פון בודאפעסט"]


[quote="משנה ברורה סי' שס"ד סק"ח"]וע"כ דסומכין על הי"א שבסימן שמ"ה דר"ה לא הוי אא"כ ששים רבוא בוקעין בו וזה אין מצוי [פמ"ג] אמנם באמת הרבה ראשונים חולקין על הי"א הנ"ל כמו שכתבנו שם בסימן שמ"ה וע"כ אף דאין למחות לאחרים הנוהגין להקל ע"י צורת הפתח שכן נהגו מעולם ע"פ דעת הפוסקים המקילין בזה מ"מ כל בעל נפש יחמיר לעצמו שלא לטלטל ע"י צורת הפתח לבד[/quote]

[quote="ביאור הלכה סי' שס"ד ד"ה ואחר"]

וגם קולא זו דאין ר"ה בלא ששים ריבוא הרבה ראשונים פליגי עלה וע"כ אף דאין למחות ביד העולם שנהגו להקל אבל בעל נפש יחמיר לעצמו כי יש בזה גררא דחיוב חטאת וכ"כ בספר בית מאיר עיי"ש[/quote]

אדער דאס


[quote="שו"ע סי' שס"ב סעי' י'"]ולהרמב"ם אין צורת הפתח מועיל לפרצה יותר מעשר, אלא אם כן עומד מרובה על הפרוץ[/quote]

און דארט

[quote="משנה ברורה שם סקנ"ט"]אא"כ עומד וכו' - ונכון לחוש לדברי הרמב"ם (מד) שגם דעת הסמ"ג והסמ"ק הוא כן:[/quote]

דאס מיינט נישט אז מ'טאר נישט טראגען, נאר אז קלאסישע מראה מקומות, נישט פארשטופטע תשובות ערגעץ, זאגען אז עס איז ריכטיג מחמיר צו זיין. דער וואס לייקענט אפילו די צד להחמיר מוז זיין ער האט פארזען די אלע מראי מקומות, בתוך אחרים.[/quote]
די וויכוחים איבערן עירוב אין בארא-פארק זענען פארשידענארטיג. יעדע צד האט זיך זיינע שטערקערע און שוואכערע פאזיציעס. אבער וואס איז בנוגע רשות הרבים זענען די מתירים בעיקר זיך נישט סומך אויף שיטת רש"י פון ששים רבוא. נאר אויף אינו מפולש. לדעתם איז דאס א דבר פשוט אז אויב די גאסן דרייען זיך איז נישטא קיין רשות הרבים בכלל.

בנוגע דער שיטת הרמב"ם, הגם דער עיקר הלכה איז נישט ווי דער רמב"ם, למעשה איז דער עירוב אין בארא-פארק עומד מרובה על הפרוץ (דורך די בעק-יארדס) וואס דעמאלס איז א צורת הפתח יותר מעשר כשר אפילו לשיטת הרמב"ם.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אוגוסט 6, 2019 9:20 pm

· #434418
Re: מרים יד בתורת ר' משה
איך קען נישט רעדן אין לערנען אין די סוגיא נאך היבש צייט נאכ׳ן לערנען, אבער עס ליגט מיר אין קאפ אז די גאנצע שיטה פון משכנות יעקב (הייסט׳ס דימשיטת הראשונים אז מ׳דארף נישט קיין ס"ר) איז געבויט אויף דעם אז אתי רבים ומבטלי מחיצתא, אין די פאל. ממילא די פארדרייטע געסער העלפען נישט. דער חזו"א, דער מרא דשמעתתא אויף די שיטה, גייט טאקע אין די שיטה פון בית אפרים, אויב איך געדענק גוט.

די עומד מרובה דארף מען זען גוט, ווייל נארמאל בויט מען נישט אזוי עירובין, אז מ׳דארף עס באהעפטן צו א טלפון שטאנג, שטימט עס בעסער אן בעק יארדס.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

הקטן » דינסטאג אוגוסט 6, 2019 11:34 pm

· #434427
[quote="ליטוואק פון בודאפעסט"]
הקטן

איך ווייס נישט פארוואס, אבער יעדעס מאל מ'זעט אזא ליקוט פון הונדרעטע מראי מקומות, חזקה הוא אז עס האט נישט מיט די ענין כלל וכלל. דאס גילט ביי געשטעטנער און זיין מאמרים, ווי אויך אין דיי ן לינקס. ער שטעלט צו תקנה צו תקנה, חומרא צו חומרא, באין דעה הבדלה מנין?

און דער זעלבע מלקט האט, פאר עפעס א סבה, פארזען די ווערטער


[quote="משנה ברורה סי' שס"ד סק"ח"]וע"כ דסומכין על הי"א שבסימן שמ"ה דר"ה לא הוי אא"כ ששים רבוא בוקעין בו וזה אין מצוי [פמ"ג] אמנם באמת הרבה ראשונים חולקין על הי"א הנ"ל כמו שכתבנו שם בסימן שמ"ה וע"כ אף דאין למחות לאחרים הנוהגין להקל ע"י צורת הפתח שכן נהגו מעולם ע"פ דעת הפוסקים המקילין בזה מ"מ כל בעל נפש יחמיר לעצמו שלא לטלטל ע"י צורת הפתח לבד[/quote]

[/quote]
שוין גארנישט פארזען


Part 1: According to the Mishnah Berurah, May a Baal Nefesh Carry in an Eruv of Tzuras HaPesachim?
Part 2: According to the Mishnah Berurah, May a Baal Nefesh Carry in an Eruv of Tzuras HaPesachim?
Kuntres Kaneh VeKinamon: Carrying and the Baal Nefesh

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אוגוסט 7, 2019 11:31 am

· #434452
בקיצור, כמו שכתבתי למעלה. וואס איז די געוואלדיגע נגיעה אז יעדער זאל טראגען? וואס גייט זיי אן אז איינער טראגט נישט? יענער שטעלט צוזאם האלבע זאצען און עס איז קענטיג אז ער האט אנגעהויבען פון די קונטרסים, נישט פון די סוגיא מיט די פוסקים. ווארשיינדליך פארשטייט ער בכלל נישט די מהלך פון דער משנה ברורה טאמער ער קען זאגען אז ער וואלט חוזר געווען ווען ער וואלט געזען דער בית אפרים אינעווייניג.

נועם אלימלך » מאנטאג יוני 5, 2023 11:53 pm

· #527299
בעל-הכרם
איין שיינעם אווענט עטליכע מאנאטן צוריק, שפאן איך אהיים צו מיין הויז, איידער איך גיי אהיים עפען איך די פאסט קעסטל, איך זעה א געלן בראשור מיט ליכטיגע פארבן, ''פאר מיר און פאר דיר'' שרייט דאס בלעטל, גיבט געלט פארן בארא פארקער עירוב, א שנאר בריוו ווי אלע, איך פארשטיי זייער גוט אז די עירוב קאסט אפ א בודשעט, איך פערזענליך האב הנאה פונעם עירוב, און דאס איז נישט קיין קלייניקייט, בשעה שתיקן שלמה עירובין יצאה בת קול אם חכם בני ישמח לבי גם אני, זיי זענען דאך מזכה/מציל טויזנטער אידן, איך האב געטוהן אין די ענינים ווען איך בין געווען פארמישט אין אן אנדערען עירוב מחוץ לעיר עטליכע יאר צוריק, נו, איז די פארגאנגענע יאר ביים לכבוד שבת קודש קאמפיין האב איך ביישטייערט א סכום.

בסדר.

וואס האט מיך אנטוישט און ערוועקט ביי מיר אנ'אויפברויז איז געווען, איך האלט זיך אביסל א אויפגעקלעטער, א למדן, איך פארשטיי אז עס זענען דא אוסרים ומתירים, כך היא דרכה של תורה, מען מעג בעטן געלט פאר דעם עירוב דאס איז העכסט נארמאל, רוב בארא פארק באנוצט זיך מיטן עירוב. אבער אין דעם בראשור מיש איך אריבער דאס בלעטל, זעה איך די הויכפונקט "אויסצוגן פון די דרשה פון הרב שטיינבערג שליט''א'', איך קען נישט דעם הרב שטיינבערג ברוך השם, ווייל זיינע ווערטער האבן מיך אויפגעשוידערט דאס הארץ. אין די דרשה לייגט הרב שטיינבערג אראפ אז די עירוב איז גאר מהודר וכו' זעהר גוט דערווייל, דערנאך גייט ער אריין אין א שמועס אז עס איז נישט דא קיין שום ענין צו מחמיר זיין, די חומרות זענען נאריש, און יעדער איינער זאל זיך באנוצן מיטן עירוב און ברענגט א מעשה פון אריז''ל פון צפת און נאך דברי הבאי.

דא בין איך געווארן אויפגעברויזט, אורייתא קא מרתח בי, דאס טייטש, נישטא קיין ענין צו מחמיר זיין? אזוי צו ארומשיקן בריוו צו אלעמען אין די פאסט? דאס האט מיך ערוועקט אז מען רעדט דא בכלל נישט לשם שמים, דאס זענען נישט קיין ערליכע מענטשן, דא רעדן אנשים רעים וחטאים, דאס איז גלאטע אהבת הנצחון, דאס זענען בעלי עוולה, וואלט עמיצער געשיקט בריוו אפצולאכן פון א בריסקע חומרא, אויף א חזון איש חומרא? הישמע כזאת? שטעלט זיך א מחוצף א שטארקער עם הארץ אויף (ווען ער איז א תלמיד חכם וואלט איך אים געקענט) און לאכט אפ א משכנות יעקב, א ראגאטשובער, א ר' משה פיינשטיין, ליובאוויטשע רבי, דעברעצינע רב, רבי אהרן קאטלער ועוד, סזענען דא וואס זענען מחמיר אלס חשש רשות הרבים, ס'דא וואס האבן א פראבלעם מיט שכירות פון שר העיר, זיכוי הפת, מנהג המקום, שוויה אנפשיה, ס'דא געוויסע אדמורי''ם וואס האבן געזאגט זייערע חסידים נישט צו פארלאזן זיך, ועוד, און ס'דא וואס פארלאזן זיך נישט אויפן רב הפיקוח.

און באמת פארשטיי איך די וואס פארלאזן זיך נישט אויף אים. די וואס קענען אים ווייסן אליין, אבער אפילו אינעם בילד זעלבסט זעהט מען ווער ער איז, זיצט דארט דער זקן ממרא און הערט דעם מחוצף רעדן און ער שמייכלט, דער כהן שדעתו עבה, שלא קרא ולא שנה, מסרב לדין תורה, ואינו ציית דינא אין עטליכע פערזענליכע דיני תורה, מרים יד בתורת משה, לא נחל בינה מעולם, א טיפש, א גס לב בהוראה זיצט ער דארט מיט אפאר מונקאטשע יונגאטשעס, און לאכט פון אונזערע איינשטיין'ס פאר אפאר גראשן.

תורה תורה חגרי שק.


קול כסיל ברוב דברים (משלי), אפיקורס מיינט איינער וואס איז מבזה תלמידי חכמים (גמ' פרק חלק)

תשובה קצרה לדברי הפוחז הלזה - איך מיין אים נישט פערזענליך און איך בעהט אים איבער פון פאראויס. נאר מקום מצאתי לגבות את חובי ולברר הענין.

וועל איך מקיים זיין ענה כסיל כאולתו בעזהש״י

א. ערשטנס איז מיר א פלא אז די וועבסייט לאזט אריין אזעלכע דברי זלזול און לשה״ר אויף א ת״ח גדול ומפורסם, מורה הוראה מובהק כמו ששים שנה, ועל כולם יר״ש מרבים. (איך קען נישט זיין פריוואטע משפחה פאליטיק און עס מאכט נישט אויס סייווי).

ב. איך קען נישט דעם שטיינבערג אבער זיין כוונה איז ברור אמת ויציב. דהיינו אז איינער טראגט נישט אין ערגעץ איז מה טוב. אבער אז איינער (און מסתמא אז דער פוחז לשון מדברת גדולות טוט אזוי) טראגט אין אן עירוב אין מאנסי, מאנרא וכדומה האלט ער דאך נישט פון ר' אהרן קאטלער, נישט פון דער ראגאטשעווער, נישט פון דער משכנות יעקב, (ליובאוויטשער רבי און דעברעצינער רב קומען דא אינגאנצען נישט אריין. ר״מ פיינשטיין אויך נישט לויט די מציאות הדברים וד״ל) נישט פון ר' משה ביק, נישט פון ר' משה ווייסמאן (מח״ס יציאות השבת - וועלכער ווייזט אויף אז גאנץ אמעריקע איז א רשה״ר דאורייתא), ועוד, (די אלע האלטען אז אפילו די אלע שטעט זענען רשה״ר דאורייתא) נישט פון די אלע רבנים אין ברוקלין וואס שרייען זיכוי הפת (ווייל מאנסי האט געהאט מוחים בעיקר פון די ליטווישע), נישט ווי די אלע וואס שרייען אז שכירות רשות פון די רעגירונג וכדומה העלפט נישט דא אין אמעריקע, אויך האט ער נישט פארשידענע אנדערע מעלות ווי עומד מרובה (דאס איז געווען אמאל; היינט קען זיין איז דאס אנדערש) וועלכער איז יא פארהאנען אין גרויסע שטעט ווי ניו יארק סיטי. און אט צו די מענטשן באציעהט זיך דער שטיינבערג, ויפה אמר כי באמת ישנם כל ההיתירם של ערים מחוץ לעיר כאן בעיר רבתי ברוקלין. ומהודר יותר. ונקל לבודקו ולתקנו פון די דרויסענדיגע שטעטלעך הנ"ל.

ג. איז כדאי צוצולייגן אז דאס וואס פארשידענע קרייזן נוצן נישט די שטאט עירוב ווי ב״פ און וומסב״ג איז בלויז צוליב פארשידענע פאליטישע טעמים, צוליב וואס זייער רבי אדער דיין האט אזוי געהייסן מטעם הכמוס, אדער צוליב וואס מען פארקויפט זיי אז זייער רבי בשעתו האט נישט געוואלט, א.ד.ג. און נישט צוליב הלכה, והא ראיה אז אויף קליינע גאסן עירוב'ס זענען זיי סומך און כל בר בי רב דחד יומא ווייסט אז דער שטאט עירוב איז פונקט אזוי כשר און עס איז נישטא קיין שום חילוק אין הלכה פון די שטאט עירוב ביז א קליינע בלאק עירוב. און דאס איז מצד רשה״ר. און ווידער מצד זיכוי הפת זענען זיי אויך נישט חושש ווייל זיי מאכן עירובׁ׳ס אין אפארטמענט בילדינגס כאטש עס איז דארט פארהאן מענטשן וואס גלויבן אינ'ם גרויסן עירוב און ווילן נישט קיין זיכוי אין דעם קליינעם עירוב.

(און אין אמת'ן אריין וועט איר זעהן אז די וואס האבן פראבלעמען באמת ע״פ הלכה אין ברוקלין ווי למשל די ליטווישע ,וועלן זיי קיינמאל נישט מאכן א גאס עירוב. זיי זענען קאנסיסטענט. די חסידישע מתנגדים צום עירוב זענען נישט.)

קומט אויס אז צדקו דברי השטיינבערג הנ״ל אז אין קאמפעריסן מיט אנדערע שטאט עירובין, אדער קליינע גאס עירובין (וואס הרבה מהם פסולים) איז דער בארא פארק עירוב גארנישט אונטערשטעליג אין קיין שום זין, נאר מהודר לפי ערך וכמו שנתבאר בס״ד.

דרך אגב איז פשוט לכל מבין קצת אז דער עירוב איז מער כשר ווי פיעל, פיעל זאכן וואס מיר נעמן אריין אין מויל. אויך, אז דו פארלאזט זיך צו עפענען למשל די סעלטזער פלעשער אום שב״ק, אפילו די פון פלעסטיק, זאלסטו וויסן אז די היתר פון דעם (נאר לויט קצת פוסקים ואינו בגדולי הדורות מלפנים שלא היה בימיהם) קעגן די היתר פון עירוב (וואס אלע היתירים זענען געבויעט און ערקלערט אין פיעל, און מסתמא רוב גדולי הפוסקים במשך הונדערטער יארן, כאטש עס זענען אוודאי דא א פאר פוסקים וואס קריגן) איז בערך פינף קעגן הונדערט (5%).
ונצדק קודש.

קומט אויס אז דער פוחז האקט סתם א טשייניק ווי עפעס א מאן דאמר, אדער, ווי ער רופט זיך גאר א "למדן", אבער מיר ווייסן ווי ווייט זיין למדנות דערגרייכט וגמולו ישיב לו בראשו.

נאכאמאל, איך זאג נישט מען זאל טראגן. איך טוה נאר אויפקלערן א זאך וואס מאנכע פארשטייען נישט. בעיקר צוליב דער אומוויסנדיגקייט אין די הלכה און אין די מציאות.

נועם אלימלך » דינסטאג יוני 6, 2023 12:04 am

· #527301
ליטוואק פון בודאפעסט
בקיצור, כמו שכתבתי למעלה. וואס איז די געוואלדיגע נגיעה אז יעדער זאל טראגען? וואס גייט זיי אן אז איינער טראגט נישט? יענער שטעלט צוזאם האלבע זאצען און עס איז קענטיג אז ער האט אנגעהויבען פון די קונטרסים, נישט פון די סוגיא מיט די פוסקים. ווארשיינדליך פארשטייט ער בכלל נישט די מהלך פון דער משנה ברורה טאמער ער קען זאגען אז ער וואלט חוזר געווען ווען ער וואלט געזען דער בית אפרים אינעווייניג.
כמעט קיינער האט נישט קיין נגיעה אז יעדער זאל טראגן (איך לייקען נישט אז עס זענען דא אויך פון דעם סארט). (דרך אגב אז דער מכשיר אין ב״פ זעלבסט טראגט נישט). דער פונקט איז נאר אז די נישט טראגערס זאלן וויסן דברים כהווייתן, און נישט אפקויפן אלץ וואס די פראפאגאנדיסטן שטעלן זיי צו. ווי אויך סתם אזוי אויפקלערן מענטשן וואס זענען נבוך. אויך כדי די נישט טראגערס זאלן נישט אראפקוקען אויף די טראגערס אדער מיינען אז עס איז געבויעט אויף קולות. אויך בעיקר אז דער וואס וויל טראגן (פארשטייט זיך נישט קעגן זיין רב) זאל קענען טראגן און נישט מורא האבן, און וויסן אז דער עירוב האט שטארקע יסודות פון די גדולי הפוסקים מדורות שעברו ומדורנו. (דאס וואס עס זענען דא חולקים מאכט נישט אויס פאר רוב היימישע, ועיין בתשובתי לבעל הכרם לעיל.)