☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » די צער פון דעם שרייבער

די צער פון דעם שרייבער

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13255

ספרא דמרא » פרייטאג אוגוסט 2, 2019 12:24 am

· #434166
די צער פון דעם שרייבער
בעזהי"ת אדון כל

ווער קען מיר צוזאגן און פארשפרעכן
מיין צער און קאלטע אייז אויפברעכן
מיר געבן א אמת'ע גוט ווארט און אן עצה
אראפצונעמען דעם לאסט פון מיין פלייצע

קיינער נישט…

ווער קען מיר טיף אין הארץ ליבן האבן
טראץ וואס אין מיין פיין איך ליג באגראבן
ליב האבן מיינט מיט אן אויפריכטיגקייט און שיין
ליב האבן און זיכער מאכן אז כ'בין נישט אליין

קיינער נישט…

ווער קען מיר דירעקט אין מיין פנים אריין ווייזן
וויאזוי צו פאררעכטן און נישט איבערטאן מיינע גרייזן
אבער מיט א ליבשאפט און נישט בעל הבאטעווען
נאר אינגאנצן פון די סיטואציע מיר ארויסראטעווען

קיינער נישט…

און טאמער קיינער קען מיר נישט ארויסהעלפן און ווייזן א פלייצע און ליבע...

ווער קען מיר כאטשיג צוצייגן
וואו מיין פארשעמטע פנים צו לייגן
ווען איך שעם זיך נאר וואו אימער
וואו זיך צו פארשטעקן אין וועלכער צימער

קיינער נישט…

ווער קען מיר אפילו א געזונטן פאטש געבן
אז איך זאל שוין געדענקען א גאנץ לעבן
קיינמאל נישט איבערצומאכן די נישט ריכטיגע ענינים
נו, איך בין אפילו אויף דעם גרייט פראסקעט מיר אריין אין פנים

קיינער נישט…

און אזוי בלייב איך אלס קרח מכאן וקרח מכאן, ווייל די וועלט דאהי איז נישט אויסגעשטעלט מיט א פלאן, עס איז נישט א פלאץ פאר אזעלכע ווי מיר און מיינע געהירן, וועלכע פרואוון אביסעלע די לויטערע נאטור צו שפירן, מיר דרייען זיך אייביג אומעטיג און קרעכצן, אויף אביסעלע ווארעמקייט און ליבע מיר לעכצן, עס טוט מיר לייד אבער איך קען נישט צופיל טאן, אוי ווען הייבט זיך שוין די נאכט אן?

וואלווי » פרייטאג אוגוסט 2, 2019 12:35 am

· #434169
הערט זיך ווי ספרא דמר"ה ליידער.

זאלסט וואס שנעלער זוכה זיין צו אלס גוטס.

בת קול » פרייטאג אוגוסט 2, 2019 12:41 am

· #434170
נאר דו קענסט זיך געבן א גוט ווארט
וואס צילט פונקט אינעם ריכטיגן ארט
נאר דו קענסט זיך ליב האבן אינגאנצן
מיט דיינע פעלערן, אימפערפעקציעס און משוגעתן

נאר דו קענסט אריין קוקן אין זיך אליין
און זיין אמתדיג איבער וואו דו טוסט שטיין
נאר דו קענסט זיך אויפן עתיד פארנעמען
און אויספירן דיינע פלענער, און פלאנען וואס זיי זענען.

----
הער אויף צו חלומען אז איינער אדער יעדן
קען דיר עפעס פרידן צו געבן
עס ווענד זיך אין דיר צו פארשטיין
אז וואס פעלט איז נאר ליבן זיך אליין.

מי אני » מוצ"ש אוגוסט 3, 2019 11:00 pm

· #434200
אם אין אני לי מי לי (אבות א יד).

mevakesh » זונטאג אוגוסט 4, 2019 1:52 pm

· #434231
דיין ווייטאג איז ריין און בארעכטיגט
לאז נישט קיינעם דיר שלאגן
אויב וויל יענער נישט פארשטיין
שיק איהם ווייטער בעט איהם נישט מער פיין

נקודת-אמת » זונטאג אוגוסט 4, 2019 11:06 pm

· #434286
ספרא דמרא
בעזהי"ת אדון כל


א סקוליענע תנועה?