☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » ווי ווייט דארף מען גיין פארן פארטיי?

ווי ווייט דארף מען גיין פארן פארטיי?

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1325

outspoken » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 5:33 pm

· #30875
ווי ווייט דארף מען גיין פארן פארטיי?
אלץ א סעילסמאן קומט מיר אויס צו רעדן מיט אידן פון אלע סארטען, אזוי ווי איך קוק אויס ווי א סאטמארע פרעגט מען מיר שאלות וועגן די שיטה, ציונות. וואס איך שטאלציר זיך מיט מיינע ענטפערס און הסברים, וואס כאטש איך טויש נישט יענעם, גיי איך מיט א גאנג וואס האט עכ''פ א הסבר אפילו פאר פרעמדע.


ווידער ווען מ'פרעגט קשיות וועגן די חילול השם וועגן לויפען אין קארט (אויך אנשטיקען אלע פאלעטישענס מיט די טונופות)אד''ג, פלעג איך ענטפערן אז מיין פארטיי טוט ווי די תורה נאר די צווייטע זענען די שקצים, וואס די רעאקציע אויף זייער פנים איז, ווי מפרעגט א דריטע וועלט לאנדסמאן פארוואס שלאגט עטס ענק ארום א גאנצען לעבען און מאכט'ס אלעס חרוב אז ענק מיט ענקערע קינדער שטארבן פון הונגער? וועט ער ענטפערען אז זיין שבט זענען ערשט קלאסיגע נארמאלע מענטשען נאר שולדיג זענען די אנדערע שבט...

איז עס מענטשלעך און נארמאל צו ענטפערן, אז מיין סאטמאר באשטייט פון א מהלך אין אידישקייט, נישט אין קיין מענטש, און ווען צווי ברודערס שלאגען זיך ווי אומערצויגענע בריאים האט דאס נישט מיר, און איך דארף דאס נישט פארענטפערען (אפילו איינער פון זיי איז מיין רבי און פארטיי הויפט.)

כ'האב עס געשריבען אלץ סאטמארע אבער די שאלה איז אויך אויף מענטשען פון אנדערע חסידות און פארטיי ווי מ'שלאגט זיך שלא ע''פ תורה און נארמאלקייט.

town1 » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 5:57 pm

· #30885
איך האלט עס איז די בעסטע וועג וואס מען קען ענטפערן פאר איינעם

real jew » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 9:27 pm

· #30981
Read animal farm and decide who you are. There are people and sheeple
<a class="postlink" href="http://books.google.com/books?id=SGAZdjNfruYC&printsec=frontcover&sig=CZ0Zo4fSLyFciIX1SGMmHgUIKHY&source=gbs_book_other_versions_r&cad=0_2#v=onepage&q&f=false">http://books.google.com/books?id=SGAZdj ... &q&f=false</a>

ונבנתה העיר » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 10:30 pm

· #31016
outspoken
איז עס מענטשלעך און נארמאל צו ענטפערן, אז מיין סאטמאר באשטייט פון א מהלך אין אידישקייט, נישט אין קיין מענטש, און ווען צווי ברודערס שלאגען זיך ווי אומערצויגענע בריאים האט דאס נישט מיר, און איך דארף דאס נישט פארענטפערען (אפילו איינער פון זיי איז מיין רבי און פארטיי הויפט

סאטמאר האט עפעס א אייגנארטיגע מהלך אין אידישקייט? אויף וויפיהל איך זעה עס האבן זיי די זעלבע מהלך ווי ראסלאוויץ...

ווי עס זעהט אויס - איך ווייס אבער נישט אויב דו וועסט זיין באקוועם דאס צו ענטפערן פאר מענטשן וואס נעמען אן אז דו שטעלסט מיט זיך פאר סאטמאר - האסטו טאקע גארנישט מיט סאטמאר, דו ביסט פשוט איינגעוואוינט אין זייער הלוך ילך איז דיר געשמאק דארטן צו דאווענען, שיקן אין די מוסדות וכדומה.

איחוד פעלד » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 11:02 pm

· #31040
Re: ווי ווייט דארף מען גיין פארן פארטיי?
אסאך מאהל נעם איך זיך יא אהן און אסאך מאהל נישט.

למשל לעצטענס האט מיר א קאנאדישער חוזק געמאכט פין אבאמא, האט מיר אנגעכאפט א נערוו און זיך אהנגענומען פאר אבאמא, ווידער ארום רוב מאהל מאך איך חוזק פין אים.

דאס זעלבע מיט מיין רבי, צו אייגינער מאכט מען חוזק, אבער א פרעמדע אך אין וויי.

גיי פארשטיי.

קליינע קינדער, ברודערס, קענען זיך רייסען ביי די קעפ, אבער ווען א גוי וועט טוהן דאס מינדעסטע צום ברודער, וועלען זיי זיך אהננעמען.

ביי אראבער איז עמטליך אזוי, הרגענען א אראבער איז נישט געפעהרליך, אבער ווען א אינפידעל הרגט, האבען זיי אלע א חיוב צו מאכען דזיהאד.
זעהט אויס דער מאהאמעד, האט דאך געהאט שייכות צום תורת הבעל שם.

Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android

ניו יארק » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 11:16 pm

· #31049
איחוד פעלד
אסאך מאהל נעם איך זיך יא אהן און אסאך מאהל נישט.

למשל לעצטענס האט מיר א קאנאדישער חוזק געמאכט פין אבאמא, האט מיר אנגעכאפט א נערוו און זיך אהנגענומען פאר אבאמא, ווידער ארום רוב מאהל מאך איך חוזק פין אים.

דאס זעלבע מיט מיין רבי, צו אייגינער מאכט מען חוזק, אבער א פרעמדע אך אין וויי.

גיי פארשטיי.

קליינע קינדער, ברודערס, קענען זיך רייסען ביי די קעפ, אבער ווען א גוי וועט טוהן דאס מינדעסטע צום ברודער, וועלען זיי זיך אהננעמען.

ביי אראבער איז עמטליך אזוי, הרגענען א אראבער איז נישט געפעהרליך, אבער ווען א אינפידעל הרגט, האבען זיי אלע א חיוב צו מאכען דזיהאד.
זעהט אויס דער מאהאמעד, האט דאך געהאט שייכות צום תורת הבעל שם.

Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android

און איין ווארט: שמיץ-וועש וואשט מען נאר אינדערהיים!

No_name » זונטאג אוגוסט 5, 2012 5:29 pm

· #31819
ווייב קען זיך עטליכע מאל אפרעדן וועגן איר טאטע אדער מאמע עפעס וואס געפעלט איר נישט וכדומה, אבער אויב דער מאן זאל זיך עפעס אנרופן וועגן זיין שווער דאן שטעלט זי זיך אויף די דעפענס, און די זעלבע איז פארקערט.

איך קען רעדן אויף מיינע פיפל וויפיל איך וויל אבער אויב דו הויבסט אן דאן איז א צווייטע מעשה.