☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » אשכול אן א טיטל #13226

אשכול אן א טיטל #13226

20 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13226

— » מיטוואך יולי 17, 2019 2:08 pm

· #433284

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

לבי ובשרי » דאנערשטאג יולי 18, 2019 12:55 am

· #433309
עס איז מיר א ווינדער פארוואס זיי האבן געגעבן דעם עפפ א נעמען "יודיש24".
לענ"ד הרמה וואלט דאס ווען געדארפט בלייבן מיט זעלבן נעמען און ברענד פון "קול מבשר".

קאצקע ציקער » דאנערשטאג יולי 18, 2019 3:51 am

· #433313
לבי ובשרי
עס איז מיר א ווינדער פארוואס זיי האבן געגעבן דעם עפפ א נעמען "יודיש24".
לענ"ד הרמה וואלט דאס ווען געדארפט בלייבן מיט זעלבן נעמען און ברענד פון "קול מבשר".

פארלאז דיך אויף זלמן ער ווייסט גיט וואס ער טוט.

לבי ובשרי » דאנערשטאג יולי 18, 2019 1:21 pm

· #433330
האבעך געהערט, ווייל די קאלמע חברה האבן מורא געהאט אז ס'וועט זיין היץ אויף זיי מיט'ן עפענען דעם עפפ.
דערפאר האבן זיי געמאכט כככככאילו א צווייטער עפנט דאס מיט די אינהאלט פון קאלמע

chosen people » דאנערשטאג יולי 18, 2019 7:18 pm

· #433358
עס איז שוין דא פאר ענדרויד

איסר האטלקי » דאנערשטאג יולי 18, 2019 7:22 pm

· #433359
יעצט איז פונקט א גוטע צייט ארויסצוקומען דערמיט, אלע רבנים זענען אויף דאטשע אין קאנטרי אדער אין ניו העמפשיר, התאחדות איז פארמאכט ווייל זומער איז נישט קיין צייט פאר פראטעסטן, און יעדער איז טאקע שטיל...

ביבער » דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:20 pm

· #433365
פון די פערמישאנס זעה איך ער בעט פאון איידענטיטי. צווישן אנדערע קען דעס אויך זעהן וועלכע דזשימעיל אקאונטס זענען אויף דעם מאשין. דארף מען האפן אז טובי מאיר ניימאן ענד קא. לייגט נישט קיין הענט דערויף.

קאצקע ציקער » פרייטאג יולי 19, 2019 12:30 am

· #433367
מאך זיכער
פארוואס זעה איך עס נישט אויפן פלעי סטאר?

טוה דיר אן דיין גלעזער וועסט עס זעהן

קאצקע ציקער » פרייטאג יולי 19, 2019 12:55 am

· #433369
<a class="postlink" href="https://play.google.com/store/apps/details?id=com.yiddish24">https://play.google.com/store/apps/deta ... .yiddish24</a>

נעגעל וואסער » פרייטאג יולי 19, 2019 12:39 pm

· #433384
א געוואלדיגע עפפ.
איך פלעג זיין הוקט צו קול מבשר יארן צוריק, אבער שוין מסתמא א צען יאר וואס איך הער דאס נישט צוליב די ים פון עדווערטייזמענעס וואס איז דא דערויף וואס קריכן מיר אויף די געהירן. אויפן עפפ איז דערווייל נישטא קיין עדס, און מען קען לייכט טרעפן וואס מען זוכט, גיימער צוריק אריין טאנצן דערין. גאר אסאך האט זיך געטוישט זייט לעצטע מאל וואס איך האב דאס געהארכט.

לבי ובשרי » פרייטאג יולי 19, 2019 1:35 pm

· #433389
אינעם עפפ האבן זיי געשריבן אז יעצט, נאך אין אנהויב האבן זיי נאר קאלמע נייעס און בהמשך ימים וועלן זיי זעלבסט אפדעיטן עקסקלוסיווע נייעסלעך.

סאמטינג פישי

קאצקע ציקער » פרייטאג יולי 19, 2019 1:37 pm

· #433390
לבי ובשרי
האבעך געהערט, ווייל די קאלמע חברה האבן מורא געהאט אז ס'וועט זיין היץ אויף זיי מיט'ן עפענען דעם עפפ.
דערפאר האבן זיי געמאכט כככככאילו א צווייטער עפנט דאס מיט די אינהאלט פון קאלמע

אינטערסאנט ער שרייבט אז די עפפ האט גארנישט מיט קול מבשר ער זאגט אז עדווענטשילי גייט ער אפילו האבן אייגענע זאכן


לבי האקט ____

איסר האטלקי » זונטאג יולי 21, 2019 10:48 am

· #433433
[ציטאט אראפגענומען]

בולעטין נאטיפיקאציס איז דא פון די ערשטע מינוט. גיי צו סעטינגס.

טאמבל סאס » זונטאג נאוועמבער 29, 2020 1:14 pm

· #463349
גאש, כ'האב יעצט דיסקאווערד די עפפ. קיהל. פארוואס אבער לאזט נישט @יונה כהן הערן זיינע אנאליזן פון בעפאר צוויי חדשים? אזוי שנעל טשעינדזשד ער זיין מיינד?

טאמבל סאס » דאנערשטאג אוגוסט 5, 2021 11:34 am

· #478942
ווייסט איינער אויב און וואו אויף קול מבשר מען קען הערן יונה כהן'ס עקענאמישע אנאליזן פונעם ערשטן נומער?

תרמב » פרייטאג אוגוסט 6, 2021 12:49 am

· #479030
יעצט איז ער אין איטאליע, ער שמייסט ארום ווענעציע מיט א גאנדאלע און ער באזוכט אלטע שולן....

קא משמע לן » דינסטאג נאוועמבער 1, 2022 2:57 am

· #511021
עס איז געוועהן א שמוציגע אינטערוויו אויף קול מבשר און נאך געציילטע מינוטן האט מען פארמעקט אכציג פראצענט.

פון וועלעכע נושא האט מען גערעדט? עסן. פוי גרויל

ברוך השם אז די צד הקודש האט מצליח געוועהן אראפ צו נעמען די מיסיאנערישע שמועס רח"ל.

צוזאמגעדרייט » דינסטאג נאוועמבער 1, 2022 2:59 am

· #511022
אז דו ברענגסט א נייעס, ביטע קום מיט דיטעילס, שכוח.

קאצקע ציקער » דינסטאג נאוועמבער 1, 2022 9:37 am

· #511026
ועוד כמה סיבות אז ער רעדט אביסל צו ברייט...

דוד שריפטליך » פרייטאג נאוועמבער 4, 2022 1:05 am

· #511170
קאצקע ציקער
ועוד כמה סיבות אז ער רעדט אביסל צו ברייט...
למשל וואס ? דא קען מען יא שמועסן.....