☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » רבי גמליאל ראבינאוויטש נאמבער

רבי גמליאל ראבינאוויטש נאמבער

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13218

הערסטע » דאנערשטאג יולי 11, 2019 8:14 pm

· #433054
רבי גמליאל ראבינאוויטש נאמבער
איינער ווייסט א נאמבער ווי איך קען רופן רבי גמליאל ראבינאוויטש?

א גרויסן יישר כח.

Sent from my SM-N960U using Tapatalk

לבי ובשרי » דאנערשטאג יולי 11, 2019 9:14 pm

· #433057
אינעם וועכנטליכן גליון טיב הקהילה פון רבי גמליאל שטייט דארט אויפן לעצטן עמוד טעלעפאן נומערן און אימעיל אדרעסן. דורך יענע אינפארמאציע בין איך שנעל אנגעקומען צו רבי גמליאל דריי יאר צוריק.

אישתישבי » דאנערשטאג יולי 11, 2019 10:58 pm

· #433062
ווען די רעדסט מיט אים, פרעג אים שוין ווען משיח קומט. לאז אים נישט זיך ארויסדרייען.

יין שרף » דאנערשטאג יולי 11, 2019 11:06 pm

· #433064
אישתישבי
ווען די רעדסט מיט אים, פרעג אים שוין ווען משיח קומט. לאז אים נישט זיך ארויסדרייען.

וועט נישט העלפן, משיח איז א כיטרע בחור... היום! *




*Restrictions apply
אם בקולו תשמעו...

לבי ובשרי » דאנערשטאג יולי 11, 2019 11:39 pm

· #433070
הערסטע
איינער ווייסט א נאמבער ווי איך קען רופן רבי גמליאל ראבינאוויטש?

א גרויסן יישר כח.

Sent from my SM-N960U using Tapatalk

אז ער וועט דיר בתוך הדברים פרעגן צי דו ביסט מקפיד צו דאווענען אלע דריי תפילות מיט מנין, און דיין ענטפער וועט זיין אז נישט, זאלסטו נישט פארגאפט ווערן אז דער מענטש האט רוח הקודש, וויבאלד דאס איז איינס פון זיינע מבצעים און ער פרעגט דאס פון רוב מענטשן.

אישתישבי » פרייטאג יולי 12, 2019 2:03 am

· #433074
וועט ער זאגן אז די דארפסט חיזוק אין קדושה ענינים, ווער נישט נתפעל, אלע טרייען דער טריק.

קאצקע ציקער » פרייטאג יולי 12, 2019 2:12 am

· #433075
אדער ביסט מקפיד אויף קריאת שמע בזמנו..