☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » שוידערליך שוידערליך!!!

שוידערליך שוידערליך!!!

24 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13216

רביה''ק זי''ע » מיטוואך יולי 10, 2019 2:49 pm

· #432976
שוידערליך שוידערליך!!!
וויפיל דערפון איז אמת ווייסט איין באשעפער...

<a class="postlink" href="https://lostmessiahdotcom.wordpress.com/2019/07/10/the-virtual-kidnapping-of-infants-from-young-haredi-girls-impregnated-out-of-wedlock-and-the-trafficking-of-babies-video-in-hebrew/">https://lostmessiahdotcom.wordpress.com ... in-hebrew/</a>

לבי ובשרי » מיטוואך יולי 10, 2019 2:59 pm

· #432980
@רביה''ק זי''ע. אמנון לוי האט זיך שוין ערוואבן א רעפוטאציע אלס העיטער און קריטיקירער. דאס אלעס

קרעקער » מיטוואך יולי 10, 2019 3:49 pm

· #432981
כמיין אז סאיז א גרעסערע חידוש אז דזשאו לעווין איז נתגלה געווארען ווער ער איז

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יולי 10, 2019 5:01 pm

· #432983
Re: שוידערליך שוידערליך!!!
די שטאטוטען פון קאוועשטיבעל לאזען נישט עפענען אן אשכול אויף אזא אופן, מיט נאר א לינק. מ׳דארף מסביר זיין, ובפרט פאר די וואס האבען פילטערס

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

אישתישבי » מיטוואך יולי 10, 2019 5:18 pm

· #432984
דאס אז מען ניצט גויטעס צו האבן קינדער מאכט נישט קיין סענס.
דאס אז היימישע מיידלעך זענען געצווינגן צו לאזן אנדערע אדאפטירן זייערע אומגעוואונטשענע קינדער, מאכט אביסל סענס.

איך אויך » מיטוואך יולי 10, 2019 5:49 pm

· #432986
אלטע אלטע נייעס. שוין יארן וואס מען שיקט די אלע איזרעלי שוואנגערדיגע מיידלעך מכלומפרשט קיין מאנטשעסטער אדער געיטסהעד סעמ און למעשה געשעהט וואס עס געשעהט.

פון די אנדערע זייט, קוקען עס אסאך אן פאזיטיוו. די מיידל מיט איר משפחה ווערן נישט פארשעמט, זי קען געווענליך נאך אלץ טוהן א לייטיש שידוך און א קינדערלאזע היימישע קאפל איז ענדליך זוכה צו א אידיש קינד.

ווי אייביג ביי אזעלכע סענסעטיווע געשעפטן סמוי מן העין וועלן שוין זיין פיפיגע ייודעלעך וואס מאכן שיין געלט פונעם תעשיה.

אונטער חכם » מיטוואך יולי 10, 2019 6:48 pm

· #432987
Re: שוידערליך שוידערליך!!!
אין מיינע אויגן וואלט עס נישט געווען אזא פראבלעם, דאס נעמען געלט אין אזעלכע קעיסעס כאטש עס איז אומלעגאל, אבער ווען מען זעהט אז עס איז טאקע געשען פונקט דאס פארוואס עס איז אומלעגאל, אז מען האט צוגענומען א קינד פון א מיידל וואס שרייט חי וקיים אז זי האט קיינמאל נישט מסכים געווען דערצו, זעהט מען אז עס איז יא אן ערנסטער פראבלעם, דאס אריינמישן געלט אין אזעלכע פעלער.

moneyminded » דאנערשטאג יולי 11, 2019 2:23 am

· #433000
Re: שוידערליך שוידערליך!!!
קרעקער
כמיין אז סאיז א גרעסערע חידוש אז דזשאו לעווין איז נתגלה געווארען ווער ער איז
זיי מסביר ווער איז ער?

Sent from my SM-G960U using Tapatalk

איך אויך » דאנערשטאג יולי 11, 2019 2:27 am

· #433001
בעל טוכעס אויפן טיש.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יולי 11, 2019 5:05 am

· #433003
Re: שוידערליך שוידערליך!!!
עס קען גאר זיין אז די מעשה איז גאנץ אויפגעבלאזען. עס קאסט דאך געלט פאר א מיידעל צו קומען קיין אמעריקא, ביי איינעם איינצושטיין, דאקטוירים ועוד. דאס מיינט נישט אז איינער מאכט דארט געלט פון פארקויפען קינדער. און עס איז אויך נישט אזוי שווער אז נאכ׳ן אוועק געבן א קינד כדת וכדין, וועט די מיידעל חרטה האבען. דאס מיינט נישט אז עפעס אומלעגאל האט פאסירט.
און די סתירות דארט זענען בולט. אז מ׳גיבט דוקא א קייסער שניט אז די מיידעל זאל זיין מטושטש, און אויך אז די שטייגער ביי זיי איז אז מ׳האט א קינד מיט א הייבאם אינדערהיים, נישט אין שפיטאל, ממילא קען מען מאכען שטיק.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

אישתישבי » דאנערשטאג יולי 11, 2019 8:42 am

· #433004
איך אויך
בעל טוכעס אויפן טיש.

כאילו עס איז אמאהל געוועהן א סוד.

אישתישבי » דאנערשטאג יולי 11, 2019 8:45 am

· #433005
דער עולם פארשטייט נישט.

עס ברענגט ארויס דער צוריקגעשטאנענקייט פין אונזער געזעלשאפט פון חרדים, אז א מיידל וואס שוואנגערט, מוז אויפגעבן איר קינד צוליב בושה פין איר, אדער בושה פין משפחהַ. ווען א מיידל זאל זאגן, ניין, איך ווייל האלטן דאס קינד, ווייסט עטץ אליין אז קען האניג וועט זי נישט לעקען פין איר פאמיליע. צו מען וועט זי גענצליך אפשניידן צו נישט.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יולי 11, 2019 9:32 am

· #433008
Re: שוידערליך שוידערליך!!!
דער עולם פארשטייט נישט

וואס מ׳טוט איז, מ׳גייט צו אבארשען קליניקס און ווען מ׳טרעפט איינעם וואס מ׳קען איהר איבעררעדן, איז מען מסדר אן אדאפשען. ווי ליגט א פראבלעם?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

moneyminded » דאנערשטאג יולי 11, 2019 11:18 am

· #433020
Re: שוידערליך שוידערליך!!!
איך אויך
בעל טוכעס אויפן טיש.
ווייס איך , וואס האט מען יעצט אויפגעדעקט

Sent from my SM-G960U using Tapatalk

moneyminded » דאנערשטאג יולי 11, 2019 11:20 am

· #433022
Re: שוידערליך שוידערליך!!!
אישתישבי
דער עולם פארשטייט נישט.

עס ברענגט ארויס דער צוריקגעשטאנענקייט פין אונזער געזעלשאפט פון חרדים, אז א מיידל וואס שוואנגערט, מוז אויפגעבן איר קינד צוליב בושה פין איר, אדער בושה פין משפחהַ. ווען א מיידל זאל זאגן, ניין, איך ווייל האלטן דאס קינד, ווייסט עטץ אליין אז קען האניג וועט זי נישט לעקען פין איר פאמיליע. צו מען וועט זי גענצליך אפשניידן צו נישט.
האלטסט טאקע עס מאכט זיך אפט היימישע פרעגנענט מיידלעך? און בכלל איז די קינד א כשר קינד ?

Sent from my SM-G960U using Tapatalk

הדסים » דאנערשטאג יולי 11, 2019 11:38 am

· #433024
moneyminded
אישתישבי
דער עולם פארשטייט נישט.

עס ברענגט ארויס דער צוריקגעשטאנענקייט פין אונזער געזעלשאפט פון חרדים, אז א מיידל וואס שוואנגערט, מוז אויפגעבן איר קינד צוליב בושה פין איר, אדער בושה פין משפחהַ. ווען א מיידל זאל זאגן, ניין, איך ווייל האלטן דאס קינד, ווייסט עטץ אליין אז קען האניג וועט זי נישט לעקען פין איר פאמיליע. צו מען וועט זי גענצליך אפשניידן צו נישט.
האלטסט טאקע עס מאכט זיך אפט היימישע פרעגנענט מיידלעך? און בכלל איז די קינד א כשר קינד ?

Sent from my SM-G960U using Tapatalk


ניין די קינד איז נישט כשר, ס'איז טריפה...

מ'רעדט דא דווקא נישט פון אן אשת איש, ווייל אויב יא וואלט דאך נישט געווען קיין פראבלעם.

אספקלריה » דאנערשטאג יולי 11, 2019 11:40 am

· #433025
moneyminded
אישתישבי
דער עולם פארשטייט נישט.

עס ברענגט ארויס דער צוריקגעשטאנענקייט פין אונזער געזעלשאפט פון חרדים, אז א מיידל וואס שוואנגערט, מוז אויפגעבן איר קינד צוליב בושה פין איר, אדער בושה פין משפחהַ. ווען א מיידל זאל זאגן, ניין, איך ווייל האלטן דאס קינד, ווייסט עטץ אליין אז קען האניג וועט זי נישט לעקען פין איר פאמיליע. צו מען וועט זי גענצליך אפשניידן צו נישט.
האלטסט טאקע עס מאכט זיך אפט היימישע פרעגנענט מיידלעך? און בכלל איז די קינד א כשר קינד ?

Sent from my SM-G960U using Tapatalk

סמאכטזיך מער ביי אונז ווייל מלערנט נישט די מיידלעך אז מברויך נעמען בורט קאנטראל אויב וויל מען ארומהענגען מיט יונגען.
דער קינד איז זיכער א כשר קינד, קען זיין ער ווערט אנגערופען א פגום אויב דאס מיידעל האט נישט געמקווה׳עט אבער אוודאי איז ער א כשר קינד.
וחוץ מזה איז גונב איש ומכרו וועט אוכט אנגיין ביי א אומכשר קינד.

moneyminded » דאנערשטאג יולי 11, 2019 11:47 am

· #433026
Re: שוידערליך שוידערליך!!!
די ווייסט פאר א פאקט אז עס מאכט זיך? אז די זאגסט אז עס מאכט זיך מער ביי אונז

Sent from my SM-G960U using Tapatalk

בענבען » דינסטאג יאנואר 25, 2022 3:43 pm

· #492816
ס'מאכט זיך זיכער די שאלה איז נאר וואס טוט מען אין אמעריקא מיט אזעלעכע קעיסיס?

קידוש » דינסטאג יאנואר 25, 2022 4:09 pm

· #492820
איך גלייב שווער אז עס פאסירט אזאלכע מעשיות אין אמעריקא,
ווען יא וואלסטו שוין געהערט דערפון אין נישט געדארפט צוקומען צו א לינק פון "פארלוירענע מש**"

עס איז זייער גרינג צו באקען מעשיות און ארויפווארפען א נאסע ליילעך אז "אלע" חרדים זענען גאר צוריקגעשטאנען

קהל'ס נער » דינסטאג יאנואר 25, 2022 5:01 pm

· #492833
זייער מאדנע, אז איינער איז געניג אויפגעקלערט צי מזווג זיין זיווגים אבער ווייסט נישט פון קיין ב.ק.
לכאורה איז די מעשה געזויגן פון.....

בענבען » דינסטאג יאנואר 25, 2022 5:04 pm

· #492835
ס'איז ליידער דא מיידליך אין אונזערע היימישע קרייזן וואס ווען זיי קענען זיך נישט איינהאלטען פארגעסן זיי צו נעמען מיטלען וואס זאל צוריקהאלטען און זיי ווערן שוואנגעדיג.... ביודעי ובמכירי קאמינא (איך זאג נישט אז ס'געשעהט יעדן טאג אבער איך האב שוין מיטגעהאלטען מער ווי איין אזא מעשה) איך ווייס אז ס'דא וואס מ'פלעג שיקען קיין פלארידא

berlbalaguleh » דינסטאג יאנואר 25, 2022 5:08 pm

· #492837
לבי ובשרי
@רביה''ק זי''ע. אמנון לוי האט זיך שוין ערוואבן א רעפוטאציע אלס העיטער און קריטיקירער. דאס אלעס

לי יצוייר אז ער איז נישט קיין גוטער פריינט פאר די חרדי קאמיוניטי. אבער ער זאגט דאך עפעס. מ'קען זיך נישט פארשטאפן די אויערן (סימבאליש גערעדט) צו הערן וואס ער פארציילט.
די דאזיגע פרשה האט א סאך עלעמענטן פון די פרשה פון די ..."ילדי תימן"...! דארט האט מען געבלעימט די ציונים. און זיי זענען טאקע געווען שולדיג. נאר זייער .."פעסיליטעיטאר"..האט געוואוינט דאהי אין ניו יארק. און ער איז געווען פאררעכנט אלס אנגעזעהענער, בעל בת'ישער מענטש. פארשטייצעך אז ער האט געמאכט א סאך געלט. אפשר די מערסטע, פון די גאנצע רינג...!

berlbalaguleh » דינסטאג יאנואר 25, 2022 5:18 pm

· #492842
קהל'ס נער
זייער מאדנע, אז איינער איז געניג אויפגעקלערט צי מזווג זיין זיווגים אבער ווייסט נישט פון קיין ב.ק.
לכאורה איז די מעשה געזויגן פון.....

קהל'ס נער: ווער זאגט אז ער/זי ווייסט נישט?! נאר ביי די עידזש, ווען די הארמאנען זענען זיך גובר, טראכט מען נישט פון די קאנסעקווענצן. ווער שמועסט נאך די בושה אין די קאמיוניטי. אט דאס איז אפשר א הויפט פאקטאר וואס פיהרט צו דעם קרימינאלן ענד פון די געשיכטע...!

איך ווייס פון א מעשה וואס א יונגל פון א פיינע משפחה מיט גאר א גוטע פינאנציעלע אונטערלאגע. בלשון המעטה. האט אנגעזעצט א מיידעלע. און מ'האט געמוזט מאכן א..."שאט-גאן"... חתונה. כ'ווייס נישט אויב דו האסט געהערט פון דעם (גוי'אישן) אויסדרוק?

פארשטייצעך מ'האט אהערגעשטעלט א שיינע חתונה. און א הערליכן שבת באווארפן. דאמאלס האביך געזעהן ווער ס'איז אלץ ארויסגעקומען פון די מייזן לעכער. נעבעך, תינוקות שנשבו. און אונז זעמיר ביזי מיט די ציונים...!