☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » נייע עדיוקעשען רעגאלאציעס

נייע עדיוקעשען רעגאלאציעס

165 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13211
בלאט: 1 2 3 4

calculator » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2019 12:27 pm

· #434519
yatzmachp
calculator
קענסט מיר מסביר זיין וואס איז די בעסטע זאך וואס עס קען זיין אז די DOE גייט באשליסן? אז זיי געבן מיליאנען א יאר פאר מוסדות און די מוסדות קענען טוען וואס זיי ווילן?

בקיצור וואס איז PEARLS פלאן?

וואו זענען די מיליאנען וואס דו רעדסט? אדרבה מאך א ליסטע פון אלע געלטער און פראגראמען וואס זיי געבן

אויף News12 האב איך אמאל געזעהן ווי זיי מאכען א חשבון אז UTA אין וויליאמסבורג מאכט בערך 20 מיליאן דאלער יערליך

איך אויך » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2019 12:46 pm

· #434520
סאטמאר איז פון אייביג אן געווען די מומחים אויסצוסאקן דעם פעטער מיט אלע מינע דריידעלעך, העק רז''ל מוסדות האבען אפילו גענומען סעקס עד. געלטער.

הקטן » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2019 12:50 pm

· #434522
calculator

איסר האטלקי

וואוטשערס איז א פראגראם פאר די עלטערן, נישט פארן מוסד.

איים סארי לאו דוקא DOE, אבער די אלע געלטער גיבט מען נאר פאר א ליגאלע סקול.

יעצט איז מען דן וואס איז דאס א "ליגעל" סקאל
א ביסעל קאמן סענס!

calculator » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2019 12:54 pm

· #434523
הקטן
calculator

איים סארי לאו דוקא DOE, אבער די אלע געלטער גיבט מען נאר פאר א ליגאלע סקול.

יעצט איז מען דן וואס איז דאס א "ליגעל" סקאל
א ביסעל קאמן סענס!

די האלטס אז זיי גייען זאגן אז מען קען בלייבן אזוי ווי מען האט געטוען ביז יעצט? א ביסעל קאמן סענס!

calculator » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2019 1:37 pm

· #434526
calculator
yatzmachp
calculator
קענסט מיר מסביר זיין וואס איז די בעסטע זאך וואס עס קען זיין אז די DOE גייט באשליסן? אז זיי געבן מיליאנען א יאר פאר מוסדות און די מוסדות קענען טוען וואס זיי ווילן?

בקיצור וואס איז PEARLS פלאן?

וואו זענען די מיליאנען וואס דו רעדסט? אדרבה מאך א ליסטע פון אלע געלטער און פראגראמען וואס זיי געבן

אויף News12 האב איך אמאל געזעהן ווי זיי מאכען א חשבון אז UTA אין וויליאמסבורג מאכט בערך 20 מיליאן דאלער יערליך

אנטשולדיג עס איז פון BRIC TV, דאכטס זיך אז אסאך מאל רעד ער פאר News12
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=NrMGl9vinhI&t=282s">https://www.youtube.com/watch?v=NrMGl9vinhI&t=282s</a>

איסר האטלקי » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2019 2:17 pm

· #434531
calculator
הקטן
calculator

איים סארי לאו דוקא DOE, אבער די אלע געלטער גיבט מען נאר פאר א ליגאלע סקול.

יעצט איז מען דן וואס איז דאס א "ליגעל" סקאל
א ביסעל קאמן סענס!

די האלטס אז זיי גייען זאגן אז מען קען בלייבן אזוי ווי מען האט געטוען ביז יעצט? א ביסעל קאמן סענס!

בקיצור דיין נקודה איז נישט ריכטיג אז די DOE באשליסט און געט די געלט. די געלט קומט פון איין פלאץ און די רעגולאציעס פון ערגעץ אנדערש.

און זיי זענען נישט דן אויב ס'איז א ליגעל סקול, ס'איז א ליגעל סקול און ס'גייט בלייבן. די שאלה איז נאר אויב זיי קענען ארויפצווינגען די גיידליינס אדער נישט.

גדליה » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2019 2:21 pm

· #434532
איסר וואס א חילוק וועלכע דעפארטמענט איז באשטימט צו געבן די טשעק? די נקודה איז אז די רעגירונג געט געלט כדי מזאל לערנען זאכען וואס מלערנט אין יעדע אמעריקאנע שולע. נישט אז מזאל לערנען וויאזוי צו זיין חסידישע אידן.
סאיז א ליגעל סקול? אויב קומט מען נישט נאך די פארלאנגען איז עס נישט ליגעל און אויב יא איז עס יא ליגעל.

calculator » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2019 2:45 pm

· #434533
גדליה
איסר וואס א חילוק וועלכע דעפארטמענט איז באשטימט צו געבן די טשעק? די נקודה איז אז די רעגירונג געט געלט כדי מזאל לערנען זאכען וואס מלערנט אין יעדע אמעריקאנע שולע. נישט אז מזאל לערנען וויאזוי צו זיין חסידישע אידן.
סאיז א ליגעל סקול? אויב קומט מען נישט נאך די פארלאנגען איז עס נישט ליגעל און אויב יא איז עס יא ליגעל.

יא יא, דאס האב איך געמיינט

calculator » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2019 4:34 pm

· #434537
yatzmachp
calculator
קענסט מיר מסביר זיין וואס איז די בעסטע זאך וואס עס קען זיין אז די DOE גייט באשליסן? אז זיי געבן מיליאנען א יאר פאר מוסדות און די מוסדות קענען טוען וואס זיי ווילן?

בקיצור וואס איז PEARLS פלאן?

וואו זענען די מיליאנען וואס דו רעדסט? אדרבה מאך א ליסטע פון אלע געלטער און פראגראמען וואס זיי געבן

דא האסטו פון NEW YORK POST
<a class="postlink" href="https://nypost.com/2019/01/19/nyc-yeshivas-collect-more-than-100m-a-year-in-public-funds">https://nypost.com/2019/01/19/nyc-yeshi ... blic-funds</a>

חוקר ודורש » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2019 5:14 pm

· #434539
Re: נייע עדיוקעשען רעגאלאציעס
די מענער וואלטען געדארפט לערנען כאטש אזויפיל ווי די פרויען, די מענער זענען די וואס גייען ארויס אויפן גאס צו ארבעטן, אויב עס קען ארבעטן פאר די נשים צדקניות פארוואס נישט ביי אונז?, זיי קען מען אויסלערנען דעם אמעריקאנעם ״התקוה” The national anthem, אבער די מענער חס ושלום, זיי קענען נעמען Regions, אבער די בחורים חס ושלום, זיי קענען לערנען Computers, אבער אונז חס ושלום, זיי קענען לערנען Science, history וכו׳, זיי קומען ארויס מיט א פיינעם Education, (אפי׳ און לימודי קודש קענען זיי הלכה למעשה מער פון אונז), למה נגרע?.

Sent from my iPhone using Tapatalk

איסר האטלקי » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2019 6:31 pm

· #434542
calculator
גדליה
איסר וואס א חילוק וועלכע דעפארטמענט איז באשטימט צו געבן די טשעק? די נקודה איז אז די רעגירונג געט געלט כדי מזאל לערנען זאכען וואס מלערנט אין יעדע אמעריקאנע שולע. נישט אז מזאל לערנען וויאזוי צו זיין חסידישע אידן.
סאיז א ליגעל סקול? אויב קומט מען נישט נאך די פארלאנגען איז עס נישט ליגעל און אויב יא איז עס יא ליגעל.

יא יא, דאס האב איך געמיינט

נישט ריכטיג. די רעגירונג געט געלט אז די שולע קינדער זאלן נישט הונגערן און האבן וואס צו טון איבערן טאג. קיין שייכות מיטן עדוקאציע וואס מען לערנט דארט. קיין שייכות.

אזוי איז עס געווען ביז היינט, און אינעם יעצטיגען סיטואציע קוקט נישט אויס קיין געפאר אז דאס זאל זיך טוישן. די קנס וועט זיין א געלט שטראף פאר די עלטערן.

calculator » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2019 8:07 pm

· #434556
איסר האטלקי

נישט ריכטיג. די רעגירונג געט געלט אז די שולע קינדער זאלן נישט הונגערן און האבן וואס צו טון איבערן טאג. קיין שייכות מיטן עדוקאציע וואס מען לערנט דארט. קיין שייכות.

אזוי איז עס געווען ביז היינט, און אינעם יעצטיגען סיטואציע קוקט נישט אויס קיין געפאר אז דאס זאל זיך טוישן. די קנס וועט זיין א געלט שטראף פאר די עלטערן.

אז א מענטש שטעלט זיך ארויס אז די עדקאציע איז קעגן זיין רעלוגיא קען אים די רעגורונג גארנישט טוען.

calculator » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2019 8:16 pm

· #434558
רבותי! רבינו הגדול שר התורה יעקב בער ט"ב שרייבט זיין דעת תורה צו שיקן בריוו פאר די סטיעט

📎 EBcfKV_WsAAlfL.jpg

איסר האטלקי » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2019 9:05 pm

· #434567
calculator
איסר האטלקי

נישט ריכטיג. די רעגירונג געט געלט אז די שולע קינדער זאלן נישט הונגערן און האבן וואס צו טון איבערן טאג. קיין שייכות מיטן עדוקאציע וואס מען לערנט דארט. קיין שייכות.

אזוי איז עס געווען ביז היינט, און אינעם יעצטיגען סיטואציע קוקט נישט אויס קיין געפאר אז דאס זאל זיך טוישן. די קנס וועט זיין א געלט שטראף פאר די עלטערן.

אז א מענטש שטעלט זיך ארויס אז די עדקאציע איז קעגן זיין רעלוגיא קען אים די רעגורונג גארנישט טוען.

אזוי האט מען געמיינט, אבער ליידער האט זיך ארויסגעשטעלט אז די ניו יארקער חוקי סדום זענען בכלל נישט אזוי ליבעראל, זיי קענען שטראפן חוץ אויב די סופרים קאורט וועט ארויסגעבן א פסק אז נישט.

calculator » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2019 9:17 pm

· #434568

אימש טאון?

calculator » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2019 9:20 pm

· #434569
אפאר אלטע אשכולות איבער דעם נושא

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/458">viewtopic.php?f=53&t=458</a><!-- l -->

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/9466">viewtopic.php?f=24&t=9466&start=0</a><!-- l -->

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/9413">viewtopic.php?f=24&t=9413</a><!-- l -->

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2019 9:22 pm

· #434570
מענין לבנין.

פארשטייט זיך אליינס אז דאס קען מען נאר טון אז מ'נעמט נישט קיין געלט, ופשוט היא.

איסר האטלקי » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2019 9:34 pm

· #434571
calculator
אימש טאון?

מיר זענען (ליידער) אין ניו יארק. אמיש טאון איז נישט אין ניו יארק, נאר אין פענסילוועניע.

calculator » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2019 9:44 pm

· #434573
איסר האטלקי
calculator
אימש טאון?

מיר זענען (ליידער) אין ניו יארק. אמיש טאון איז נישט אין ניו יארק, נאר אין פענסילוועניע.

פארשטייסט אליינס אז אויב די גאצע אידענטום פאראייניגט זיך אז עס איז אנטקעגען רעלוגיא, פארשטייסטו אויך אז מען קען עס שנעל פייטן, און אז די פארשטייסט נישט אזוי, איז אויך גארנישט.

איסר האטלקי » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2019 9:53 pm

· #434574
אמת.

די שאלה איז נאר ווילאנג אזא פראצעדור וועט נעמען. אויב קומט עס אן צום העכסטן סופרים קאורט, קען מען ווארטן 26 יאר אויף א פסק.

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2019 9:59 pm

· #434576
די אמיש פראצעס המכונה Wisconsin V. Yoder האט געדויערט איין יאר.

calculator » פרייטאג אוגוסט 9, 2019 11:08 am

· #434601
איך וויל קלאר מאכן מיין דעה.

א) א אידישע מוסד דארף צו שטעלן לימודי חול עדיוקעשען, נישט קיין חילק צו זיי נעמען יא געלט פון די ממשלה אדער נישט.

ב) די סאבטשעקטס וואס מען זאל לערנען, דארף מען דורכטוען א יעדע סאבטשעק באזונדער, צו איז עס טאקע וויכטיג פאר א אידיש קינד צי קענען אדער נישט,
למשל, ענגליש, אריטמעטיק (אריטמעטיק האט עכט נישט מיט לימודי חול), קאמפיוטערס, איז זיכער וויכטיג, און די אנדערע סאבטשעקס ווייס איך נישט פונקטליך. און לויט וויפיל סאבטשעקס מען לערענט דארף מען אויסרעכנען וויפיל שעה מען דארף האבן עס צו לערנען.

ג) איך האלט עס פעלט נישט אויס אנצוהייבן לערנען לימודי חול בעפאר די קינדער זענען 9-10 יאר

ד) איך האלט אז א רעלוגיאזע מוסד, אויב זיי זענען באמת געטריי פאר זייער רעלוגיא טאר מען נישט נעמען קיין געלט פון א ליבעראלע רעגירונג, איי ווי וועט די מוסד קענען אויסהאלטן, סאטמאר קען זיכער נישט פרעגן די קשיא.

ה) פערלס ארגענזאציא איז נישט דא פאר אינזער טובה, זיי זענען דא אז אונזערע מוסדות זאלען זיך קענען פירען ווי ביז היינט, און צו ווייזען פארן יחיד(מאסטער) אז די וועסט נישט קענען רירען אינזער סיסטעם פון פלאטץ.

ו) יאפפעד ארעגענזאציע, גייט זיכער צו עקסטעירם

קורקלענד » פרייטאג אוגוסט 9, 2019 11:57 am

· #434606
קען איינער פּליז אנצייגן וואספארא פּראָגרעס מאָסטער האט געמאכט זינט ער האט אנגעהויבן פארפירן? איך רעד פון אפעקטיווע פּראָגרעסצום בעסערן פון די בּילדונג פון אונזערע קינדער.

מיין געוויסן זאגט אז ער האט שטארק געשאָדט, אַדאַנק איהם זענען די מוסדות געווארן אסאך הארטער. אונזערע קינדער זענען די וואס ליידן אדאנק איהם.

מיין אינפאו זאגט אויך אז ער איז נישטא צו העלפן אונזערע קינדער מיט עדיוקאציע. זיין ענדגילטיגע פּלאַן איז צו צוגרינד לייגן אונזער גאנצע רעליגיעזע אייגנארטיקייט און אמונה וכו', די גאנצע קאמפיין זיינע איז נאר א בריק צום נעקסטן שטאַפל. איך האב עס געהערט פון א קראַנטע מקור. ווער ס'וויל אבער דאַרף מיר נישט גלויבן.

רביה''ק זי''ע » פרייטאג אוגוסט 9, 2019 12:11 pm

· #434608
אויב אזוי זענען די רבנים און עסקנים טאקע טפשים פאר'ן אריינשפילן איז זיינע הענט, כ'הייב שוין אן שפעקולירן אז ס'איז איין גרופע מענטשן וועלכע שטייען אונטער יאפפעד און פירלס ביינעזאם און מישן א קאשע אינאיינעם.

אישתישבי » מוצ"ש אוגוסט 10, 2019 11:43 pm

· #434632
איך האלט אויך אזוי. פערלס און יאפעד איז איינס.

און יעצט האט סאטמאר זאלונים געמאכט א יד אחת מיט יאפעד כדי צו קענען האקען די ארונים.

ווידער די ארונים האבן א פראבלעם, ווייל ר' אהרן האט געשאלטען דער ראש פון די עדיוקעישן, און זי האט זיך דערשראקן און מאכט פליטה, יעצט דארפען זיי ווארטן א גאנץ יאר ביז ער וועט שעלטען די נעקסטע ראש, און ביז דעמאלטס איז א גרויסע פראבלעם.

אונטער חכם » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 7:20 pm

· #434726
Re: נייע עדיוקעשען רעגאלאציעס
אישתישבי
איך האלט אויך אזוי. פערלס און יאפעד איז איינס.

און יעצט האט סאטמאר זאלונים געמאכט א יד אחת מיט יאפעד כדי צו קענען האקען די ארונים.

ווידער די ארונים האבן א פראבלעם, ווייל ר' אהרן האט געשאלטען דער ראש פון די עדיוקעישן, און זי האט זיך דערשראקן און מאכט פליטה, יעצט דארפען זיי ווארטן א גאנץ יאר ביז ער וועט שעלטען די נעקסטע ראש, און ביז דעמאלטס איז א גרויסע פראבלעם.
און האסט פארגעסן אריינצולייגן משה דוד נידערמאן וואס האט געארבעט אריינצוברענגען וואקסינס ביים עולם און מבטל געווען רעלידזשעס עקזעמשאנס, און יעצט ארבעט ער מיט יאפעד און פערלס צו טוישן די חינוך, און דאס אלעס איז ווייל ער באקומט געלט פון ביל געיטס, דזשארדזש סאוראוס וחבריהם, פון די "ניו ווארלד ארדער", וואס די איינציגסטע וואס שטייט זיי נאך אין וועג זענען די הייפעלע היימישע אידן וואס נעמען נישט זייערע וואקסינס און לערנען נישט זייער חינוך.

פאר מער, הערט קול חומת הדת.

yerushalmi » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 11:13 pm

· #434744
אונטער חכם

מארגען שרייבטס אריין וואס נאך עטץ האטץ ג'כלומ'ט ביינאכט אדער ביי די נאכמיטאג דרימל

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2019 7:54 pm

· #435221
רביה''ק זי''ע
אויב אזוי זענען די רבנים און עסקנים טאקע טפשים פאר'ן אריינשפילן איז זיינע הענט, כ'הייב שוין אן שפעקולירן אז ס'איז איין גרופע מענטשן וועלכע שטייען אונטער יאפפעד און פירלס ביינעזאם און מישן א קאשע אינאיינעם.

ברוך שכוונתי לדברי הרב משפטיווקא.

yerushalmi » פרייטאג אוגוסט 23, 2019 2:07 pm

· #435244
רביה''ק זי''ע
רביה''ק זי''ע
אויב אזוי זענען די רבנים און עסקנים טאקע טפשים פאר'ן אריינשפילן איז זיינע הענט, כ'הייב שוין אן שפעקולירן אז ס'איז איין גרופע מענטשן וועלכע שטייען אונטער יאפפעד און פירלס ביינעזאם און מישן א קאשע אינאיינעם.

ברוך שכוונתי לדברי הרב משפטיווקא.

דאכטצעך מיר אז אויך נחום ראזענבערג האלט אזוי

calculator » זונטאג אוגוסט 25, 2019 4:19 pm

· #435325

yerushalmi » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 9:44 am

· #435361
נעכטען האט ר' טודרוס געזאגט אז אזא טעראר וואס נטורי קרתא לייגט אים יעצט האט ער נאך קיינמאל געהאט, אגב ווען די חברה זענען געקומען צו אים אז ער זאל נישט גיין מיט פעירלס האט ער זיי געענטפערט ווי אזוי איך וועל ענק זאגען וועל איך סיי ווי זיין א שגץ סאו זייט מוחל און גייט פון דאנעט.

calculator » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 12:39 pm

· #435368
yerushalmi
נעכטען האט ר' טודרוס געזאגט אז אזא טעראר וואס נטורי קרתא לייגט אים יעצט האט ער נאך קיינמאל געהאט, אגב ווען די חברה זענען געקומען צו אים אז ער זאל נישט גיין מיט פעירלס האט ער זיי געענטפערט ווי אזוי איך וועל ענק זאגען וועל איך סיי ווי זיין א שגץ סאו זייט מוחל און גייט פון דאנעט.

במחילות כבודו הרמה, פארשטיי איך נישט, ר' טודרוס פירט שוין יארן מערכות ציזאמען מיט די עקסטרמעסיטן בפרט ווען עס איז נוגע אין ארץ ישראל, פון ווי נעמט ער זיינע אלע ידיעות, נאר פון די עקסטרעמיסטן. פארוואס דא הערט ער זיי נישט אויס? כ'האב מורא דא האט ער פרעשור פון די אנטי עקסטרעמיטן וואס זענען פראו זלמן לייב פראטיי. (די מהות פון די זאלונישע פאלק, דארף מען קענען אפלערנען בעיון, עס איז צוטיילט אויף אסאך חלקים, ואכמ"ל).

איסר האטלקי » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 12:51 pm

· #435369
און מיט וועם גייט די ארוינישע פארטיי?

זיי דיך קלארער מסביר.

calculator » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 12:55 pm

· #435370
איסר האטלקי
און מיט וועם גייט די ארוינישע פארטיי?

זיי דיך קלארער מסביר.

יא יא, אבער די ארונישע פראטיי האט ניטאמאל א ציטריט צו ר' טודרוס.

calculator » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 2:18 pm

· #435378
איך שוין די סאטמארער מנהיג זלמן לייב ט"ב. מארגען איז כ"ו אב, ער מיז נעבעך רעדן א דרשה, און פארשטייט'זיך מיז ער רעדן פון די "גזירות החינוך", און מיט די דרשה דארף ער ציפרידן שטעלן זיין גאנצע פראטיי. דאס איז א שווערע עבודה יעצט, ווען אסאך זאליס, זענען אנגעווייטאגט פאר וואס מען האט זיך צוזאם געשטעלט מיט אגודות ישראל. ער גייט מסתמא איבער זיין דרשה איין מאל און נאכאמאל, און מען איז דן אויף יעדן ווארט צו מען מעג עס יא זאגן אדער נישט.

yerushalmi » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 6:29 pm

· #435385
calculator
איך שוין די סאטמארער מנהיג זלמן לייב ט"ב. מארגען איז כ"ו אב, ער מיז נעבעך רעדן א דרשה, און פארשטייט'זיך מיז ער רעדן פון די "גזירות החינוך", און מיט די דרשה דארף ער ציפרידן שטעלן זיין גאנצע פראטיי. דאס איז א שווערע עבודה יעצט, ווען אסאך זאליס, זענען אנגעווייטאגט פאר וואס מען האט זיך צוזאם געשטעלט מיט אגודות ישראל. ער גייט מסתמא איבער זיין דרשה איין מאל און נאכאמאל, און מען איז דן אויף יעדן ווארט צו מען מעג עס יא זאגן אדער נישט.

קיינער איז נישט אנגעווייטאגט יעדער פארשטייט און איז מסכים אז פעירלס פארטרעט זיי

yerushalmi » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 6:32 pm

· #435386
דאס פארשטיי איך טאקע נישט פארוואס די זאלוינים האלטען נאך די קינדער פון די חברה אין זייער מוסד, און א יעדע אנדערע קהילה וואלט מען שוין לאנג געטראסקעט פון די מוסד אזעלכע קינדער פון מענטשען וואס טרעטען ארויס אנדערש.

yerushalmi » דינסטאג אוגוסט 27, 2019 12:49 pm

· #435415
[ציטאט אראפגענומען]

לכאורה וועט מען דארפען עדיטן די דרשות ביי די יארצייט סעודות היינט לכבוד דעם בריוו..

calculator » דינסטאג אוגוסט 27, 2019 1:00 pm

· #435416
yerushalmi
דאס פארשטיי איך טאקע נישט פארוואס די זאלוינים האלטען נאך די קינדער פון די חברה אין זייער מוסד, און א יעדע אנדערע קהילה וואלט מען שוין לאנג געטראסקעט פון די מוסד אזעלכע קינדער פון מענטשען וואס טרעטען ארויס אנדערש.

וואס הייסט פארוואס ווען נישט די חברה, וואלט זלמן לייב נישט געפירט קיין פארטיי היינט, די גאנצע שטארקייט מיט וואס זלמן לייב האט געקענט אריינקומען מער פון זיין ברידער איז, אז ער איז פרומער און ער רירט זיך נישט אוועק קיין "זיז" כל שהוא, און נישט די רבי שליט"א איז די זאך נאר די רבי זי"ע (נאר כדי ער זאל האבן א כח גייט ער שפילן און עקטען ווי א רבי שליט"א) (ווידער איבער זיין ברידער האט זיך שוין אווער גערירט מער ווי אן "איסר האטלקי"). רוב פון די אנטי עקסטרעימע וואס זענען פראו זלמן לייב, בלאנגען עכט צו זיין ארונים, נאר אדער איז זיין טאטע געווען אן עקסטרעמיסט איז ער שוין געבליבן א זאלי, אדער האט זיין טאטע זיך נישט געמישט, און ער איז געבליבן לערנען אלס קינד ביי די זאליס איז ער געבליבן א זאלי. וכו' אבער די יסוד און Power מיט וואס זלמן לייב איז אריין געקומען שטארק סיי צו די סאטמארער רבנים און סיי צו די סאטמארער עולם, אז ער קען מער מאל זאגן רבי כיסויאעליינו, און מען גייט זיך נישט אווער רירן קיין זיז כל שהוא פונעם רבי'ן. איז ואדאי מיזען זיי זיך רעכענען מיט די עקסטרעמע, ביז די אנטי עקסטרעמע פראו זלמן לייב וועלן ווערן א ריזיגע כח וועלן זיי קענען ווארפען די אלע רבנים און עקסטרעמע.

איסר האטלקי » דינסטאג אוגוסט 27, 2019 6:20 pm

· #435421
ווי ווייט איך געדענק האט זיך סאטמאר צוטיילט תשנ"ט. קיינער האט נישט געוואוסט ביז 10 יאר שפעטער ווער עס וועט זיין א גרעסערע עקסטרעמיסט אדער קנאי. אין אנהויב האט ר' אהרן געהייסן אסאך שארפער קעגן ציונות, גיוס און אנדערע גזירות. איך געדענק נישט אז מענטשן זאלן טוישן זייטן שפעטער.

אפשר איז מיין זיכרון זיך טועה.

yerushalmi » דינסטאג אוגוסט 27, 2019 6:26 pm

· #435422
calculator
yerushalmi
דאס פארשטיי איך טאקע נישט פארוואס די זאלוינים האלטען נאך די קינדער פון די חברה אין זייער מוסד, און א יעדע אנדערע קהילה וואלט מען שוין לאנג געטראסקעט פון די מוסד אזעלכע קינדער פון מענטשען וואס טרעטען ארויס אנדערש.

וואס הייסט פארוואס ווען נישט די חברה, וואלט זלמן לייב נישט געפירט קיין פארטיי היינט, די גאנצע שטארקייט מיט וואס זלמן לייב האט געקענט אריינקומען מער פון זיין ברידער איז, אז ער איז פרומער און ער רירט זיך נישט אוועק קיין "זיז" כל שהוא, און נישט די רבי שליט"א איז די זאך נאר די רבי זי"ע (נאר כדי ער זאל האבן א כח גייט ער שפילן און עקטען ווי א רבי שליט"א) (ווידער איבער זיין ברידער האט זיך שוין אווער גערירט מער ווי אן "איסר האטלקי"). רוב פון די אנטי עקסטרעימע וואס זענען פראו זלמן לייב, בלאנגען עכט צו זיין ארונים, נאר אדער איז זיין טאטע געווען אן עקסטרעמיסט איז ער שוין געבליבן א זאלי, אדער האט זיין טאטע זיך נישט געמישט, און ער איז געבליבן לערנען אלס קינד ביי די זאליס איז ער געבליבן א זאלי. וכו' אבער די יסוד און Power מיט וואס זלמן לייב איז אריין געקומען שטארק סיי צו די סאטמארער רבנים און סיי צו די סאטמארער עולם, אז ער קען מער מאל זאגן רבי כיסויאעליינו, און מען גייט זיך נישט אווער רירן קיין זיז כל שהוא פונעם רבי'ן. איז ואדאי מיזען זיי זיך רעכענען מיט די עקסטרעמע, ביז די אנטי עקסטרעמע פראו זלמן לייב וועלן ווערן א ריזיגע כח וועלן זיי קענען ווארפען די אלע רבנים און עקסטרעמע.

ביי די ענין איז עס מער ווייניגער די זעלבע חברה וואס האבען מוחה געווען ביי די כינוס כלל ישראל און נישט ר'ז"ל און קיינער פון די פארטיי דארף נישט אז זיי זאלען בעקען די פארטיי

yerushalmi » דינסטאג אוגוסט 27, 2019 6:28 pm

· #435423
calculator
yerushalmi
דאס פארשטיי איך טאקע נישט פארוואס די זאלוינים האלטען נאך די קינדער פון די חברה אין זייער מוסד, און א יעדע אנדערע קהילה וואלט מען שוין לאנג געטראסקעט פון די מוסד אזעלכע קינדער פון מענטשען וואס טרעטען ארויס אנדערש.

וואס הייסט פארוואס ווען נישט די חברה, וואלט זלמן לייב נישט געפירט קיין פארטיי היינט, די גאנצע שטארקייט מיט וואס זלמן לייב האט געקענט אריינקומען מער פון זיין ברידער איז, אז ער איז פרומער און ער רירט זיך נישט אוועק קיין "זיז" כל שהוא, און נישט די רבי שליט"א איז די זאך נאר די רבי זי"ע (נאר כדי ער זאל האבן א כח גייט ער שפילן און עקטען ווי א רבי שליט"א) (ווידער איבער זיין ברידער האט זיך שוין אווער גערירט מער ווי אן "איסר האטלקי"). רוב פון די אנטי עקסטרעימע וואס זענען פראו זלמן לייב, בלאנגען עכט צו זיין ארונים, נאר אדער איז זיין טאטע געווען אן עקסטרעמיסט איז ער שוין געבליבן א זאלי, אדער האט זיין טאטע זיך נישט געמישט, און ער איז געבליבן לערנען אלס קינד ביי די זאליס איז ער געבליבן א זאלי. וכו' אבער די יסוד און Power מיט וואס זלמן לייב איז אריין געקומען שטארק סיי צו די סאטמארער רבנים און סיי צו די סאטמארער עולם, אז ער קען מער מאל זאגן רבי כיסויאעליינו, און מען גייט זיך נישט אווער רירן קיין זיז כל שהוא פונעם רבי'ן. איז ואדאי מיזען זיי זיך רעכענען מיט די עקסטרעמע, ביז די אנטי עקסטרעמע פראו זלמן לייב וועלן ווערן א ריזיגע כח וועלן זיי קענען ווארפען די אלע רבנים און עקסטרעמע.

ווי איך געדענק איז עס ממש פארקערט אז אסאך פון די קינדער וואס זייערע עלטערען זענען אויסגעשפראכענע אנטי ארוינים אבער וויבאלד זיי האבען געלערענט אין מאנרא און די מ' יארן זענען זיי ארוינים

הדסים » דינסטאג אוגוסט 27, 2019 11:18 pm

· #435437
איך האב יעצט אריינגעשיקט אן אימעיל, לאמיר האפן אז זיי וועלן טאקע אנקומען צו ליינען אלעס, און מאכן די ריכטיגע באשלוס.

calculator » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 1:15 pm

· #435469

רביה''ק זי''ע » זונטאג סעפטעמבער 1, 2019 4:08 pm

· #435619
א חשובע תלמיד חכם האט מיך געזאגט אז מ'דארף דאווענען אז די "גזירת החינוך" זאל נישט דורכגיין, האב איך איהם געפרעגט וואס איז שלעכט מיט די נייע פארשריפטן, און וויאזוי פונקטליך איז עס א גזירה קעגן אידישקייט. נאך א לאנגע דין ודברים וואו איך האב צעווארפן זיינע טענות איינס נאכ'ן צווייטן, זאגט ער מיר אז וויבאלד די רבנים האבן אוועקגעשטעלט אז יונגלעך דארפן לערנען תורה א געוויסע סכום שעות א טאג, און אויב די נייע פארשריפטן גייען דורך וועט מען דארפן לערנען מיט א שעה אנדערהאלבן ווייניגער תורה א טאג, ממילא איז עס א גזירה קעגן די רבנים/אידישקייט... און בכלל האבן זיך זיי נישט וואס אריינצומישן אין אונזער חינוך. האב איך איהם געענטפערט אז הערשט יעצט פאנג איך אן איינצוזעהן ווי וויכטיג ס'איז אז זיי זאלן זיך דייקא יא אריינמישן, ווייל אויב די רבנים קענען טאקע ארויפצווינגען אויפ'ן ציבור וואס ס'פאלט זיי נאר ביי, דארפ'ן זיי דאך זיכער מאכן אז זיי ציען נישט איבער.

בעצם איז די גאנצע סומאטוכע נישט מער ווי א power struggle צווישן די רעגירונג און די רבנים, און ס'איז קלאר אז די רעגירונג האט דעם אויבערהאנט.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג סעפטעמבער 1, 2019 7:18 pm

· #435621
Re: נייע עדיוקעשען רעגאלאציעס
קיין לעיקוואד איז נישט אנגעקומען די קנאישע שריפטן, ממילא מוז איך ליינען אויף דער געוועב. די שטותים וואס זיי רעדן צוזאם איז נורא ואיום. זיי רעדן פון פיתום ורעמסס און מאכען זיך נישט צוטון אז דא רעדט זיך פון א וויכטיגער נושא.

דער חת"ס האט געזאגט אז מ׳דארף רעדען שטאלץ מיט די רעגירונג אין דעם, כמבואר בדרשות חת"ס?!

די חברה זוכען צו מאכען א מחלוקת דערפון, אבער ב"ה ביזדערווייל איז זיי נישט געלונגען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

הדסים » מאנטאג סעפטעמבער 2, 2019 11:02 am

· #435638
איך האב אויך גערעדט צו אן ערנסטע איד די שבת. ער האט אזעלכע גוטע סברות, אבער ס'איז פשוט נישט נוגע אהער, ער האט נישט געוואוסט די אלף פון די מציאות הדברים.

פאר די זעלבע מענטש האב איך אמאל געזאגט: דו האסט קלארע תירוצים פאר אן אפיקורס בימי הרמב"ם.

איש את רעהו » מאנטאג סעפטעמבער 2, 2019 7:23 pm

· #435663
[ציטאט אראפגענומען]

עס איז א ערנסטער פראבלעים וואס מהרז"ל האט יעצט. סי דער ערשטע מאל וואס ער שטעלט זיך ארויס היבש לינקער ווי זיין ברידער
והשנית האט ער יעצט אסאך היץ פון אינעווייניג.
סע דער ערשטע מאל וואס די אלע וואס האבן געקלערט ביז היינט פון נ"ט ביז ע"ט אז יעדער האט א רעכט זיך זאגן א מיינונג ביי מהרז"ל ציבור
איז יעצט געוואויר געווארן אז בלא, מען קען שוין נישט.
בכלל איז עס די ערשטע מאל וואס ער דארף זיך ספראווען מיט אייגענע מענטשן.

איש את רעהו » מאנטאג סעפטעמבער 2, 2019 7:29 pm

· #435664
yerushalmi
calculator
איך שוין די סאטמארער מנהיג זלמן לייב ט"ב. מארגען איז כ"ו אב, ער מיז נעבעך רעדן א דרשה, און פארשטייט'זיך מיז ער רעדן פון די "גזירות החינוך", און מיט די דרשה דארף ער ציפרידן שטעלן זיין גאנצע פראטיי. דאס איז א שווערע עבודה יעצט, ווען אסאך זאליס, זענען אנגעווייטאגט פאר וואס מען האט זיך צוזאם געשטעלט מיט אגודות ישראל. ער גייט מסתמא איבער זיין דרשה איין מאל און נאכאמאל, און מען איז דן אויף יעדן ווארט צו מען מעג עס יא זאגן אדער נישט.

קיינער איז נישט אנגעווייטאגט יעדער פארשטייט און איז מסכים אז פעירלס פארטרעט זיי

שטעק נישט איין די קאפ אין זאמד

איש את רעהו » מאנטאג סעפטעמבער 2, 2019 7:56 pm

· #435667
שיקט א פעטיציע וואס ברענגט ארויס "קלאר" די תורה שטעלונג
בעזהשי"ת
אין די יעצטיגע טעג נעמט די "באורד אוו עדיוקעישאן" אויף קאמענטארן אויף די נייע "גיידליינס," וועלכע צילן צו באצווינגען אונזערע מוסדות צו געבן א חינוך וואס איז "כמעט אייניג" מיט די חינוך פון "פובליק שולע" רח"ל. עס איז זייער וויכטיג אז זיי זאלן הערן פונעם ציבור זייער קלאר אז מיר קענען נישט און מיר וועלן נישט געבן פאר אונזערע קינדער אן אנדערע סארט חינוך ווי דאס וואס זיי באקומען אצינד.פאלגענד איז א פרייע איבערזעצונג פון די פעטיציע אויף די אנדערע זייט.א פעטיציע אין קעגנערשאפט צו די פארגעשלאגענע נייע רעגולאציעס איבער די אייניגקייט פון די לימודים אין די שולעס אינעם דריטן יולי, האט די ניו יארק סטעיט עדיוקעישאן דעפט. פארגעשלאגן נייע רעגולאציעס איבער: ..."די געזעצליכע פארלאנג צו לערנען מיט סטודענטן אין פריוואטע שולעס אייניגע לימודים ווי די פון פובליק שולעס צו פארזיכערן אז אלע סטודענטן באקומען די חינוך צו וואס זיי זענען בארעכטיגט אונטערן געזעץ."איך וויל אויסדרוקן מיין אומ-איינשטימיגקייט מיט די רעגולאציעס אלץ טאטע\מאמע וואס שיקט די קינדער אין ישיבות. אין א פרייע לאנד דארף די רעכטן פון די עלטערן צו מחנך זיין זייערע קינדער אין איינקלאנג מיט זייער אמונה ווערן רעספעקטירט. עס איז דא א באוואוסטע געריכטליכע פאל, אין וועלכע די סופרים קאורט האט געאורטיילט צו באשיצן די רעכטן פון רעליגיעזע מינאריטעטן בנוגע חינוך.אונזער עקזיסטירענדע חינוך סיסטעם איז אויפגעשטעלט געווארן דורך הוראות פון אונזערע פירנדע רבנים פון פריערדיגע דורות, און דינט אלץ איינע פון די גרונד שטיינער פון אונזער אמונה. איינצושטעלן די פארגעשלאגענע רעגולאציעס וועט שעדיגן א יסודות'דיגע טייל פון אונזער רעליגיעזע פראקטיצירונג, א זאך וואס מיר קענען נישט מיט א ריינעם געוויסן מיטהאלטן דערמיט.אויב די פארגעשלאגענע גיידליינס ווערן עווענטועל באשטעטיגט, דאן וועל איך מיט צענדליגע טויזנטער ווי מיר אינערהאלב די חרד'ישע ציבורים פון ניו יארק סטעט נישט האבן קיין אנדערע ברירה, ווי צו אויספירן די אלטע אמעריקאנע טראדיציע פון ציווילע אומפאלגזאמקייט (ד.מ. אז אנשטאט צו רעוואלטירן פאלגט מען פשוט נישט די געזעץ.) אלץ א געמיינדע וואס האלט נישט פון געוואלדטאטן ווי די תורה לערנט אונז, וועט סיי וועלכע ווידערשטאנד פון אונזער זייט באשטיין בלויז פון נישט קאאפערירן.די תורה איז אונזער וועגווייזער אין אלע הינזיכטן, און אלץ א רעליגיעזע געמיינדע זענען מיר פארפליכטעט צו אויספירן אירע פאדערונגען אפגעזעהן פון די קאנסעקווענצן. איינע פון די לערעס פון די תורה איז צו זיין פאלגזאמע, געטרייע, און פראדוקטיווע מיטגלידער פון געזעלשאפט, אין די לענדער וואו מיר וואוינען, די תורה שרייבט קלאר: הוי מתפלל בשלומה של מלכות, און דינא דמלכותא דינא.די תורה איז מחייב יודן צו ארויסווייזן דאנקבארקייט פאר די וואס זענען גוט צו זיי, און דערפאר זענען מיר שטארק דאנקבאר פאר די פרייהייט וואס מיר פארמאגן, אויף פארשידענע שטאפלן, אין די פאראייניגטע שטאטן בכלליות און אין ניו יארק סטעיט בפרטיות.בכל אופן, די זעלבע תורה הייסט אונז אויך זיך קעגנשטעלן אזעלכע געזעצן וועלכע זענען קעגן די תורה לערנונגען. איך בעט זיך אז די רעגולאציעס זאלן נישט באשטעטיגט ווערן, כדי נישט צו שטעלן מיר און אנדערע אין א מצב וואס מיר מוזן זיין אומפאלגזאם. עס דארף ווערן באצייכנט, אז אויב דאס נישט נאכקומען די גיידליינס, אויב זיי וועלן באשטעטיגט ווערן, וועט מאכן אז די ישיבות וועלכע קאאפערירן נישט זאלן פארלירן טייל אדער אלע רעגירונגס געלטער, וועט דאס מיט גארנישט טוישן אונזער שטעלונג. קיין שום סכום פון געלט איז נישט ווערט צו טוישן דערפאר די יסודות פון אונזער חינוך. סיי וועלכע געלטער וואס קומט מיט דעם תנאי פון טוישן אונזער חינוך סיסטעם, טו איך אלץ א טאטע \ מאמע פרייוויליג צוריקווייזן.אפילו אויב שטראפן וועלן ווערן ערנסטער, וו.צ.ב. איינזעצן אין תפיסה, איז פארהאן א שטילע מאיאריטעט פון עלטערן אין אונזער געמיינדע, פון וועלכע איך בין א חלק, וואס זענען גרייט צו צאלן סיי וועלכע פרייז עס פעלט זיך אויס צו פארזיכערן די תורה'דיגע חינוך בלייבט אזוי ווי מיר האבן דאס מקבל געווען. די תורה פארפליכטעט אונז אויף א פרידליכן אופן נישט צו קאאפערירן, ביז דער פראבלעם וועט זיין גענצליך געלעזט. אלץ א מינאריטעט גלויבן האבן מיר שוין אדורכגעמאכט פילע שטורעמס, פילע פרואוון צו טוישן אונזער אמונה און רעליגיעזע פירונגען, פון א גאר קאלירפולע אויסוואל פון גרופעס און פריוואטע מענטשן. מיר זענען אנטשלאסן צו אויסהאלטן אויך די יעצטיגע פרואוו.נעמענדיג דאס אין באטראכט, בעט איך דיר זיך צו קעגנשטעלן די פארגעשלאגענע גיידליינס, זינט מיר אלץ א געמיינדע קענען נישט מיט א ריינעם געוויסן און אלץ ג-ט'ס דינער דאס אויספירן. אויב ניו יארק סטעיט וועט למעשה באשליסן אונז צו פארפליכטן צו די רעגולאציעס, דאן וועלן מיר נישט האבן קיין אנדערע ברירה אויסער נישט צו פאלגן. דאס איינשטעלן אזעלכע רעגולאציס וועט אוועקנעמען פרייהייט פון ניו יארק, צווינגענדיג אונזער געמיינדע ערנסט צו איבערטראכטן צו מיר האבן נאך א פלאץ דא אין די סטעיט.איך בעט, אין גייסט פון דעמאקראטיע און פארשידענארטיגקייט, אז דו זאלסט זיך קעגנשטעלן די איבערפאל אויף פרייהייט און אויף די פרייע פראקטיצירונג פון יעדן מענטשנס גלויבן. א דאנק פאר דיין זיך רעכענען. אלעס גוטס,שרייבט אונטער די פעטיציע אויף די אנדערע זייט, שרייבט אייער פולע נאמען און אדרעס מיט א קלארע ליינבארע שריפט. דאן שיקט אריין דעם בריוו:איר קענט אויך שיקן דעם בריוו צו אנדערע פאליטיקאנטן, וו.צ.ב. אייער אסעמבלימאן, סענאטאר, גאווערנאר, א.א.וו.

BS"D

A petition in Opposition to Proposed Substantial Equivalency Guidelines

On July 3rd, 2019, the New York State Education Department (NYSED) proposed new guidelines for: "...the statutory requirement for substantial equivalency of instruction for students attending nonpublic schools to ensure that all students receive the education to which they are entitled under the law."

I wish to voice my dissent with these regulations as a yeshiva parent. In a free and democratic society, the right of parents to educate their children in accordance with their faith must be respected. Wisconsin v. Yoder was a landmark case, with the Supreme Court establishing a legal precedent to protect the rights of religious minorities in regards to education.

Our current educational system was structured through the direction of our leading rabbis of previous generations, and serves as one of the cornerstones of our faith. Implementing the proposed regulations would damage a fundamental element of our religious practice, something we cannot in good conscience comply with.

If the proposed guidelines are eventually approved, then I and tens of thousands like myself within the Torahadherent Jewish communities of New York State, will have no other choice than to engage in the storied American tradition of civil disobedience. We as a community are strict pacifsts as prescribed by the Torah and any resistance on our part would be restricted to nonviolent noncooperation.

The Torah is our guiding light in all matters and we as a faith community are duty-bound to fulfll its precepts come what may. One of those dictates is to be law-abiding, loyal, and productive members of society in our countries of residence, stating clearly:

"Pray for the peace of the kingdom (of your country of residence)," and "the law of the land is obligating."

The Torah admonishes devout Jews to display gratitude towards those who have bestowed kindness upon them and, given that, we are extremely thankful for the freedom that we experience, on a multitude of levels in the United States in general and New York State in particular.

However, the same Torah also commands us to resist laws which fly in the face of Torah precepts. I plead that these regulations not be implemented so as to not place myself and others in a position where we must disobey.

It should be noted, that if failure to comply with the guidelines, should they be approved, would result in the forfeiting of any or all government funding for uncooperative yeshivos, it would not alter our position in any way. No amount of money is worth altering the fundamental nature of yeshiva education. Any funding preconditioned on altering our educational system I, as a parent, gladly eschew.

Even if penalties were to become even more severe, such as jail time, there is a silent majority of parents in our community, of which I am a part, who are ready to pay whatever price necessary to insure Torah education remains intact in its historical entirety. The Torah obligates us to engage in nonviolent noncooperation until the absolute end in this matter. As a minority faith we have weathered many storms, many attempts to alter our convictions and modes of practice from a dizzying variety of groups and individuals. We are determined to resist this current attempt as well.

Bearing this in mind, I ask that you reject the proposed guidelines since we as a community cannot in good conscience and as servants of G-d carry them out. If New York State ultimately decides to make these regulations binding, then we have left no other alternative than to respectfully disobey. Their establishment will erode personal and communal freedom in New York, forcing us as a community to seriously reconsider if there is still a place for us in this state.

I ask, in the spirit of democracy and pluralism, that you reject this affront to liberty and the free exercise of individual conscience. Thank you for your consideration.

All the best,

<a class="postlink" href="https://chinuchhatuhor.com/">https://chinuchhatuhor.com/</a>
בלאט: 1 2 3 4