וואָס גייט פאר מיט די גערער מיידל קעמפ
86 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13200
וואָס גייט פאר מיט די גערער מיידל קעמפ
קען מיר איינער מסביר וואס גייט פאר און גור בארא פארק?
פין דא איז ק/פ
זעזוע בחסידות גור לאחר שהתפרסמו אתמול שני הקלטות, כבר לא ניתן להאמין לאיש.
הקלטה א , כ"ק אד"ש אומר לדוד ברלינר, "איך וויעל זאלסט מאכען מיידלעך קעמפ, בנוגע צו געלט וועס רעדן מיט רוטנבערג"
הקלטה ב, דוד ברלינר אומר לשלמה חיים רוטנברג שהוא מעוניין לעשות קעמפ לבנות כמו שאמר לו כ"ק אד"ש, ושלמה חיים עונה לו, שאינו צריך קעמפ לבנות, הוא רוצה שיעביר לו את הבעלות על הקעמפ. ושיחתום על המסמכים שהביא לו.
הקלטות אלו מבססים שוב ושוב את הידוע לכל שאנשים אלו משקרים ומסלפים את דברי כ"ק אד"ש בשביל נגיעות, וגורמים לכל המחלוקת והפילוג בקהילה.







Sent from my SM-G973U using Tapatalk
כ'ווייס נישט וואס גייט פאר דא אין אמעריקא וועגען מיידעל קעמפ, אבער דאס איז זיכער אז דארט אין אר"י גייט עפעס פאר מעדזשאר, לויט די ריבוי הרבנים פון ועד הצניעות...
דער רבי וויל מ'זאל געבן די גורער אינגל קעמפ פאר די מיידלעך און דער בעל הקעמפ האלט עס נישט ביים געבן.
ביז לעצטע יאר האט די קעמפ באלאנגט פאר יגדיל תורה אבער לאור הקאמפעטישן מיט די צוויי חדרים זענען ביידע נישט געפארן אין קעמפ. די בעלי הקעמפ ווילן עס לכאורה פארדינגען און מאכן געלט.
Re: וואָס גייט פאר מיט די גערער מיידל קעמפ
וואס האבן זיי דארט געטין אין קאורט?
Sent from my SM-G960U using Tapatalk
די קול קורא איז א ביליגע זיוף.
כ'קען מענדל ברלינר פון דער נאנט א שטילע גערער אינגערמאן וואס וואוינט אין בארא פארק א באקאנטע לאנג-יעריגער מארגעזש בראקער וואס האט ארויס געבעילט די קעמפ יארן צוריק פון א פינאנציעלען פלאנטער און אטאמאטיש איבער גענומען די הויפט פאזיציע אויפן באורד שנים ארוכות. יעצט איז ער געווארן די קרבן ציבור פון א דריי יעריגע מחלוקה און ב"פ וואס ווארט שוין לאנג אויף א שעיר לעזאזל. רוב ציבור אין ב"פ איז מיט איהם אבער אין א"י איז מען כל כולו איהם אונטער צוברעגן אזש אז מען צוזאמגענומען די גאנצע עולם דארטן פאר אן עצרת נוסח "רבם דקרו!".
📎 IMG-20190628-WA0056.jpg
moneymindedוואס האבן זיי דארט געטין אין קאורט?
Sent from my SM-G960U using Tapatalk
גור טרייט צו באקומען די קעמפ אין געריכט
אבער וואס גייט פאר אין קארט? ווער מאנט וועמען? און פארוואס קומען אלע גערער אין קארט?
בערלינער וואס האט די קעמפ אויף זיין נאמען, נאכן עס ראטעווען פון אקשען עטליכע יאר צוריק
זיי גייען מיט אזא לשם יחוד אין קארט פונקט ווי עס וואלט געווען די בחירות... בדחילו ורחימו מיטן גאנצן לשם יחוד
דארט איז דא א פחד נורא צו באקומען א לעיבעל אז מען גייט נישט הונדערט פראצענט בתלם, און ווען עס גייט ארויס א באפעל צו גיין אין קארט גייט יעדער וואס האט נאך א זיק של פחד.
קען איינער אפשר מסביר זיין בקיצור הדברים וואס גייט פאר? ווער רופט וועמען אין קאורט? וואס וויל די רבי? א.א.וו.?
היינט קומט פאר נאך א געריכט פראצעס איבער דעם קעמפ. צענדליגער חסידי גור זענען פארזאמלט אין געריכט הויז.
טוב ויפהקען איינער אפשר מסביר זיין בקיצור הדברים וואס גייט פאר? ווער רופט וועמען אין קאורט? וואס וויל די רבי? א.א.וו.?
גא''מ, איינער האט ארויס די מעשה?
Re: וואָס גייט פאר מיט די גערער מיידל קעמפ
איין זאך פארשטיי איך נישט, וואס זאגט דער רבי? ער לעבט אין קאלעכט נישט ס'איז זייער פשוט ניין?
Sent from my SM-G973U using Tapatalk
Re: וואָס גייט פאר מיט די גערער מיידל קעמפ
לבלראיין זאך פארשטיי איך נישט, וואס זאגט דער רבי? ער לעבט אין קאלעכט נישט ס'איז זייער פשוט ניין?
Sent from my SM-G973U using Tapatalk
עס איז מעגליך א ריזיגע חידוש, אבער עס איז דא רביס אין דער וועלט וואס האבען גענוג שכל נישט צו באשמירען זייער רעביסטיווע מיט די מחלוקת צווישען די בעליבתים. עס איז זייער א קלוגע וועג פון האנדלען און בלייבען ריין. עס שטעקט דא נישט קיין אידישקייט (בפרט בנוסח גר), ממילא וואס האט ער פון פארלירען א חלק פון זיין פאסטן? טאמער אבער איז דיין גאנצע פאסטן דער פיהרונג פון די מוסודת, זענען זאכען אנדערש
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Re: וואָס גייט פאר מיט די גערער מיידל קעמפ
לבלראיין זאך פארשטיי איך נישט, וואס זאגט דער רבי? ער לעבט אין קאלעכט נישט ס'איז זייער פשוט ניין?
Sent from my SM-G973U using Tapatalk
דער רבי זאגט ער זאל עפענען די קעמפ פאר די מיידלעך און ער וויל נישט. ער טענה'ט ס'איז מיינס און כ'האלט נישט דערביי. איך דארף געלט דערפאר.
אגב, געריכט האט גע'פסקנ'ט אז ס'איז אפן פאר די מיידלעך ביז סוף זומער, נאכדעם וועט מען ווייטער דן זיין.
איסר האטלקילבלראיין זאך פארשטיי איך נישט, וואס זאגט דער רבי? ער לעבט אין קאלעכט נישט ס'איז זייער פשוט ניין?
Sent from my SM-G973U using Tapatalk
דער רבי זאגט ער זאל עפענען די קעמפ פאר די מיידלעך און ער וויל נישט. ער טענה'ט ס'איז מיינס און כ'האלט נישט דערביי. איך דארף געלט דערפאר.
אגב, געריכט האט גע'פסקנ'ט אז ס'איז אפן פאר די מיידלעך ביז סוף זומער, נאכדעם וועט מען ווייטער דן זיין.
נישט ביז סוף זוממער, ביז סוף July
אהא, און נאכדעם גייט מען ארויסווארפן די קינדער בו ביום?...
עוויקשען דויערט לכה"פ א האלב יאר אין ניו יארק. איינמאל מ'קען אריין, אפי' פאר א טאג, מיינט אז מ'איז דארט פארן זומער.
איסר האטלקיאהא, און נאכדעם גייט מען ארויסווארפן די קינדער בו ביום?...
עוויקשען דויערט לכה"פ א האלב יאר אין ניו יארק. איינמאל מ'קען אריין, אפי' פאר א טאג, מיינט אז מ'איז דארט פארן זומער.
עס איז לכתחלה געפלאנט נאר פאר א האלבע זומער, אזוי איז אויכעט געווען פאר א יאר
פארוואס דארפען די מיידלעך א קעמפ מער ווי די יונגלעך?
אישתישביפארוואס דארפען די מיידלעך א קעמפ מער ווי די יונגלעך?
זיי אויסצולערנען די גערע תקנות...
אישתישביפארוואס דארפען די מיידלעך א קעמפ מער ווי די יונגלעך?
ווייל חדרים האבן זיי צוויי, און די נייע חדר האט נישט קיין קעמפ, און דאס איז די סיבה פארוואס ״מען גייט נישט אין קעמפ״.
אישתישביפארוואס דארפען די מיידלעך א קעמפ מער ווי די יונגלעך?
איז נישט אין גור געווארן עפעס א שיטה אז די חדר זאל בלייבן אין שטאט?
אדונינואישתישביפארוואס דארפען די מיידלעך א קעמפ מער ווי די יונגלעך?
ווייל חדרים האבן זיי צוויי, און די נייע חדר האט נישט קיין קעמפ, און דאס איז די סיבה פארוואס ״מען גייט נישט אין קעמפ״.
אבי גערעדט, דער גערער רבי פירט שוין יארן א מערכה אקעגען גיין אין קעמפ פאר די יונגעלך ובחורים, נאך פאר עס איז געווען 2 ת"ת.
אוהב ספריםאדונינואישתישביפארוואס דארפען די מיידלעך א קעמפ מער ווי די יונגלעך?
ווייל חדרים האבן זיי צוויי, און די נייע חדר האט נישט קיין קעמפ, און דאס איז די סיבה פארוואס ״מען גייט נישט אין קעמפ״.
אבי גערעדט, דער גערער רבי פירט שוין יארן א מערכה אקעגען גיין אין קעמפ פאר די יונגעלך ובחורים, נאך פאר עס איז געווען 2 ת"ת.
אדער יא אדער נישט ... ברענג מיר פראף! א דרשה א מכתב סאמטינג.... קיינער האט נישט קיין אנונג וואס גייט פאר דארט,
דער רבי פירט א מערכה, פון ווי נעמסטו דאס?
📎 שפרן.jpg
לבלראוהב ספריםאדונינואישתישביפארוואס דארפען די מיידלעך א קעמפ מער ווי די יונגלעך?
ווייל חדרים האבן זיי צוויי, און די נייע חדר האט נישט קיין קעמפ, און דאס איז די סיבה פארוואס ״מען גייט נישט אין קעמפ״.
אבי גערעדט, דער גערער רבי פירט שוין יארן א מערכה אקעגען גיין אין קעמפ פאר די יונגעלך ובחורים, נאך פאר עס איז געווען 2 ת"ת.
אדער יא אדער נישט ... ברענג מיר פראף! א דרשה א מכתב סאמטינג.... קיינער האט נישט קיין אנונג וואס גייט פאר דארט,
דער רבי פירט א מערכה, פון ווי נעמסטו דאס?
איך ווייס נישט וועגן פירן א מערכה, אויספירן די מערכה איז נאר געשעהן נאכן פילוג.
ווייסט איינער, ווער זענען די רשעים אין גער אמעריקא?
והוקע אותם, מען דארף זיי מפרסם זיין און נאך שרייען אין די גאסען.
📎 IMG_20190703_084751.jpg
מערקט ווי אפילו אין אזא סארט בריוו קען א גערער נישט ארויסשרייבן דאס ווארט 'זוגתי' כאילו עס איז עפעס א שמוציג ווארט, נעבעך.
cictim📎 שפרן.jpg
מורא'דיג צו ליינען. וויאזוי איז דער מנהג געווארען אין א"י? ווער האט עס געפסקנ'ט?
יעדער וואס ווייסט וואס טוט זיך, ווייסט אז דער שפרן איז איינער וואס ווייסט בכלל נישט פון אן איסור ערכאות, און יעדער זאך איז פונקט ווי דער 'דינא דמלכותא'. אונזערע חו"מ עגזיסטירט כמעט נישט ביי איהם. און דא שרייבט ער לפי תומו פון א 'מנהג' אין א"י.
איך זאג נישט ער איז נישט גערעכט, אבער זיין געמאכטע תמימות איז מערקבאר.
📎 IMG-20190711-WA0001.jpg
📎 Screenshot_20190711-144219_Adobe Acrobat.jpg
פון דעם רעדן זיי
📎 D_MOuFqWkAA7ZEJ.jpg large.jpg
📎 D_MnvhTXoAEPXUz.jpg large.jpg
מודה בטפל📎 IMG-20190711-WA0001.jpg
פארוואס האט הרב נויסבוים און הרב גרוס ארויסגעגעבן א חתימה אָן טוען די פשוטע זאך פון אויסהערן ביידע צדדים?
ליין איבער. נישט דאס שטייט דארט. עס שטייט אז זיי האבען נישט געוואוסט דער אמת'ער מציאות. ווייל ער האלט אנדערש, עס מיינט גארנישט.
ונבנתה העיר📎 Screenshot_20190711-144219_Adobe Acrobat.jpg
נאר מיר איז מאדנע דער פסוק פון דער פרשה? אדער וואס איז דאס מרמז...
גראדע זאגט ר' שאול בפירוש אז ער האט אליין געהערט פין זיי אז זיי האבן גע'חתמ'ט אהן וויסען. ד.מ. זיי האבן אונטערגעשריבן צוליב פרעשור.
עס דערמאנט מיר א מעשה פון דער חרם פין דער גר"א אויף דער בעל שם טוב, וואס דער רב פין ווילנא, ר' שמואל האט אויך אונטער געשריבן מחמת פרעשור פין דער גר"א, כאטש ער האט נישט געהאלטען פין דער חרם.
ביי ר' שמואל איז יענער שבת אראפגעפאלן דער הענג לייכטער, און אים צומזיק'ט. ער האט עס תולה געוועהן אין דעם וואס ער האט אונטער געשריבן דער חרם.
האבן חסידים געזאגט, הלמאי דער גר"א אליין איז גארנישט געשעהן?
האט מען גענטפערט, אז דער גר"א האט ערענסט געהאלטען פין דער חרם, האט ער געברויכט אונטער שרייבן. אבער ר' שמואל וואס ער האט נישט געהאלטען, און נאר אונטער געשריבן צוליב פרעשור, דאס איז שוין נישט אויסגעהאלטן.
דער פרשה אין גער איז א גרויסע בושה פאר אונז אידן. אז א קהילה זאל מיינען אז זיי מעגן צווינגן דורך בושות און קלעפ צו באקומען נכסים, איז געהעריג גניבה ברשות הקהל. שטעלט ענק פאר א קהילה מאכט א גזירה אז יעדער מוז געבן כך וכך א יאר, און א גביר מוז געבן נאך אסאך מער, כפי יכלתו, און טאמער נישט הייבט מען אהן מיט בושות און צעקות פין ימח שמו. יישר כח גער פאר וועסטו דער וועג. באלט קומט דאס.
דער מעשה אין גער שטייגט איבער דער רשעות פין סקווירא עשרת מונים. ווייל דארט האט איינער נישט געהאלטען תקנות, יהיה מה שיהיה זיינע תירוצים, און די תקנות זענען טאקע ראנג, אבער האט עס א לבוש פין תקנות. און די סקווירא מעשה איז אויך רשעות גמור. אבער דאס וואס געשעהט אין גער איז פיל ערגער.
ווען עס איז זיכער אז עס קומט בערלינער נישט קיין געלט וואלטען די גערער שקצים געגאנגען אין דין תורה. אלא מאי? דער טוען האט זיי געזאגט אז זיי האבן נישט קיין שאנס, מאכען זיי טעראר ביז דער בערלינער שרייבט עס איבער, און דעמאלס קומען זיי צו דין תורה.
דער שקצות איז צועק עד לב השמים, און דער שושנת יעקב מעג זיך שעמען. ווער ווייסט צו זיין טאטע און פעטער זענען בעסער געווען. ער פארשעמט זיי אלע.
לעיקוואדונבנתה העיר📎 Screenshot_20190711-144219_Adobe Acrobat.jpg
נאר מיר איז מאדנע דער פסוק פון דער פרשה? אדער וואס איז דאס מרמז...
דאס איז בעסער?
יום ה' לסדר "ויפתח ה' את פי...ותדבר אל..."
Re: וואָס גייט פאר מיט די גערער מיידל קעמפ
די צוויי דיינים וואס האבן אנגעבליך גע'חתמ'ט אויף די חרם בלא ידיעה שרייבן היינט א מכתב הבהרה

Sent from my SAMSUNG-SM-G891A using Tapatalk
זיי האבן גוט אויסגעהערט ביידע צדדים, און זענען געקומען צום החלטה אז 'כבוד רבו' איז מדחה אמת און יושר!
נעבעך.
ווען מען פרעגט זיי פארוואס, זאגען זיי נישט געוויסט, געמוזט. צווינגט מען זיי צו שרײַבן טייל איך ווייס אלעס.
וואס ווייסן זיי בידיעה ברורה? אז טאמער שרייבן זיי נישט פונקטלעך וואס די גערער באהערדע וויל, פליען זיי היים ונשיהם ובניהםַ ובני בניהם. דאס איז בידיעה ברורה. און די רעשט איז נישט נוגע.
און אצינד די פרישע נייעס, אז די גערע שקצים האבן ווארשיינליך מזייף געווען דער חתימה פון הרב גראס, וואס שרייבט כלומרשט א מכתב הכחשה אויף ר' שאול אלתר'ס אפענע ווערטער. אבער אצינד זעט מען, אז די חתימה זיינע איז פשוט ק/פ פון זיין חתימה אויפן נוסח החרם.
בייגעלייגט זענען ביידע מכתבים, וירא הקהל וישפוט:
📎 0_FB_IMG_1562923534599.jpg 📎 FB_IMG_1562923454943.jpg
נ"ב, אין גער איז א גרויסע עסק די חתימה פון הרב גראס, וואס דארף צו הייסן איינע פון די חשובסטע רבנים אין ארץ ישראל, נישט נאר אין גער נאר בכלל, און וועגן דעם האט ר' שאול געוואלט מברר זיין וויאזוי ער האט געקענט טון אזא עוולה ווי חתמ'נען אויפן חרם (די אנדערע מו"צ'לעך זענען נישט ווערד התייחסות, פאנדלעך אויפן שאך ברעט, און מעגליך נישט גענוג ת"ח, ערליך, וברי-דעת, אז זייער חתימה זאל איינעם צושאקלען), אויף וואס ער האט טאקע געזאגט אז ער האט נישט געקענט פרטי המעשה. דערפאר איז מען געווארן ווילד אין גער, און מ'האט פשוט ארויפגעלייגט זיין אלטע חתימה אויפן נייעם מכתב הכחשה!
די עפאכע פון 'fake news'!
Re: וואָס גייט פאר מיט די גערער מיידל קעמפ
אנטשולדיגט, אבער הרב אלטר האט געזאגט אז זיי קענען נישט פרטי המעשה, זיי האבען דערצו נישט מודה געווען, כפי דברי הרב אלטר.
גראדע איז די מעשה נישט ערגער וןי סקווער. אין סקווער האט זיך גערעדט פון א פרטיותדיגע מעשה פון א מענטש. דא איז עס נכסי קהל, אדער נכסי הפרט, ע"ז הם דנים. עס איז להדיא א פובליק זאך, און אזוי גייט עס
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
די גאנצע דין ודברים דא האט נישט קיין פשט.
חושן משפט איז נישט אזוי ווי יורה דעה, נישטא אזא זאך אז א רב אדער דיין קען הערן א שאלה און ארויסגעבען א פסק, אפילו אויב הערט ער אלע פרטי הדברים
ס'איז דא א דין פון "שמוע בין אחיכם" אז אן הערן ביידע צדדים פון די צוויי בעלי דינים קען מען נישט פסקנען.
אגב פארשטיי איך נישט וואס גייט דא פאר מיט גער. פאר א פאר דאלער איז מען גרייט צו מאכען אזא שטינק?
אז די מחלוקת איז פאליטיש פארשטיי איך, אבער אז די מחלוקת איז געלט איז דאס בכלל נישט פארשטענדליך.
ארי נוהםאון אצינד די פרישע נייעס, אז די גערע שקצים האבן ווארשיינליך מזייף געווען דער חתימה פון הרב גראס, וואס שרייבט כלומרשט א מכתב הכחשה אויף ר' שאול אלתר'ס אפענע ווערטער. אבער אצינד זעט מען, אז די חתימה זיינע איז פשוט ק/פ פון זיין חתימה אויפן נוסח החרם.
בייגעלייגט זענען ביידע מכתבים, וירא הקהל וישפוט:
📎 0_FB_IMG_1562923534599.jpg 📎 FB_IMG_1562923454943.jpg
נ"ב, אין גער איז א גרויסע עסק די חתימה פון הרב גראס, וואס דארף צו הייסן איינע פון די חשובסטע רבנים אין ארץ ישראל, נישט נאר אין גער נאר בכלל, און וועגן דעם האט ר' שאול געוואלט מברר זיין וויאזוי ער האט געקענט טון אזא עוולה ווי חתמ'נען אויפן חרם (די אנדערע מו"צ'לעך זענען נישט ווערד התייחסות, פאנדלעך אויפן שאך ברעט, און מעגליך נישט גענוג ת"ח, ערליך, וברי-דעת, אז זייער חתימה זאל איינעם צושאקלען), אויף וואס ער האט טאקע געזאגט אז ער האט נישט געקענט פרטי המעשה. דערפאר איז מען געווארן ווילד אין גער, און מ'האט פשוט ארויפגעלייגט זיין אלטע חתימה אויפן נייעם מכתב הכחשה!
הרב נויסבוים'ס בריוו איז נישט קיין קלייניגקייט ער איז אויכעט א ארויפגעקוקט רב. און דאס זעהט לכאורה אויס יא אמת'דיג..
Re: וואָס גייט פאר מיט די גערער מיידל קעמפ
די באן פארט ווייַטער.

Sent from my LGLS991 using Tapatalk
📎 WhatsApp Image 2019-07-14 at 00.53.26.jpeg
גדליהדי גאנצע דין ודברים דא האט נישט קיין פשט.
חושן משפט איז נישט אזוי ווי יורה דעה, נישטא אזא זאך אז א רב אדער דיין קען הערן א שאלה און ארויסגעבען א פסק, אפילו אויב הערט ער אלע פרטי הדברים
ס'איז דא א דין פון "שמוע בין אחיכם" אז אן הערן ביידע צדדים פון די צוויי בעלי דינים קען מען נישט פסקנען.
אגב פארשטיי איך נישט וואס גייט דא פאר מיט גער. פאר א פאר דאלער איז מען גרייט צו מאכען אזא שטינק?
אז די מחלוקת איז פאליטיש פארשטיי איך, אבער אז די מחלוקת איז געלט איז דאס בכלל נישט פארשטענדליך.
ס'איז טאקע געלט, אבער דאס איז נאר די גוף דערפון, די נשמה איז פאליטיק, ווער ס'איז מכריע, ווער ס'גייט אין שפאן...