☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אינטערנעט און אידישקייט » טעג שטעלט צו "Waze" אויף טעקסט

טעג שטעלט צו "Waze" אויף טעקסט

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13194

שושן פורים » פרייטאג יוני 21, 2019 5:23 pm

· #432171
טעג שטעלט צו "Waze" אויף טעקסט
די טעג ארגאניזאציע האט אהערגעשטעלט א סיסטעם ווי מען שיקט אריין די אדרעס פון ווי מען פארט ארויס און די דעסטינאציע און זיי שיקן צוריק די דירעקציעס מיט די צייט וואס עס דארף נעמען.

די נומער איז 732-994-6947

איך האלט נישט פון טעג און לדעתי איז די גאנצע סמארטפאון מערכה מופרך מעיקרא, אבער ווען אזא ארגיניזאציע טוט א שריט וואס איז נישט בלויז נאך א באגרעניצונג נאר א באקוועמליכקייט פאר זייער באנוצער, איז עס ווערט צו באגריסן.

יין שרף » מוצ"ש יוני 22, 2019 10:09 pm

· #432176
און די נעקסט סטעפ איז אז דער וואס האט די waze only device איז שוין אויך א שגץ ווייל איכא דרכא אחרינא..

וואלווי » זונטאג יוני 23, 2019 5:56 am

· #432206
שושן פורים
די טעג ארגאניזאציע האט אהערגעשטעלט א סיסטעם ווי מען שיקט אריין די אדרעס פון ווי מען פארט ארויס און די דעסטינאציע און זיי שיקן צוריק די דירעקציעס מיט די צייט וואס עס דארף נעמען.

די נומער איז 732-994-6947

איך האלט נישט פון טעג און לדעתי איז די גאנצע סמארטפאון מערכה מופרך מעיקרא, אבער ווען אזא ארגיניזאציע טוט א שריט וואס איז נישט בלויז נאך א באגרעניצונג נאר א באקוועמליכקייט פאר זייער באנוצער, איז עס ווערט צו באגריסן.


ס'איז שוין איינמאל א באגרעניצונג. און ס'איז פאר זייער אייגענע באקוועמליכקייט.

פאר וועלעכע שווארץ יאר זאל א מענטש נישט ניצען א געהעריגע סמארטפון? די קרומע געדאנק פון זיי קאנטאקטען פאר דיראעקשאנס איז א זאך וואס מ'דארף זיך שעמען אפילו צו אנטראגען. לאז לעבן, לערן אויס דער עולם ווי אזוי צו נוצען סמארטפונ'ס אחריות'דיגערהייט, סיי ווי דארף מען אנקומען צו דעם מער און מער. דאס איז א לעצטע פראבע צו צולייגען נאך א לאטע צום קייטל פון געפענגעניש אז מ'זאל נישט האבן א תירוץ זיך צו רוקען פאראויס מיט די מציאות פון דער וועלט. ס'איז א ריכטיגע היכי תמצא פון לא מעוקצך ולא מדובשך, מ'דארף נישט די באגרעניצונג און אויך נישט די באקוועמליכקייט.

בכל אופן, פאר'ן מלמד זכות זיין, תבא עליך ברכה.

הקטן » דינסטאג יוני 25, 2019 4:17 pm

· #432310
dark-patterns-consumer-consent
-humans-tech-obsessed-hunchbacks-double-eyelids

פארוואס קען מען נישט אויסלערנען דעם עולם ווי אזוי צו נוצען סמארטפונ'ס אחריות'דיגערהייט?!?

רביה''ק זי''ע » דינסטאג יוני 25, 2019 8:02 pm

· #432314
וואס איז טאקע די עצה?

מרדכי ישראל » זונטאג יוני 30, 2019 10:25 pm

· #432474
עס וואלט געקענט זיין א גיטע אפריל פולס דעי דזשאוק

לבי ובשרי » דינסטאג יולי 2, 2019 1:54 am

· #432513
כ'פארשטיי נישט:
ווען מ'ניצט וועיז דורך טעקסט, ווערט מען דען געאפדעיט ווען עס איז פארהאן א טראפיק אדער אנדערע אינצידענטן (ווי א 'העזערד אן ראוד אהער', אדער 'וויקל סטאפד אן שאלדער אהעד'...). אויב נישט, טא מה הועילו חכמים בתקנתם (אויסער די דירעקציעס וואס זיי שיקן אין אנהויב און ענדגילטיגע דעסטאנאציע)?

אט קומט דער קוועטש; ווייל לו יצוייר אז מען האט טאקע דעם דעסטינעישן, אבער עס ווערט פלוצלינג א מאסיווער טראפיק אויפן וועג, וועט דעמאלט קומען א פרישער טעקסט מיט פרישע דערעקציעס? אויב נישט איז דער אויפטו נישט קיין גרויסער.
מזל טוב מקודשת

אגב, איז דאס א גוטער מיטל פאר די וואס ווילן חלילה וחס וחלילה נישט רח"ל נכשל ווערן מיט די קול באשה'דיגע וועיז (הגם מ'קען דאס טוישן צו א קול באיש'דיגע)..

לבי ובשרי » דינסטאג יולי 2, 2019 1:55 am

· #432514
שושן פורים
די טעג ארגאניזאציע האט אהערגעשטעלט א סיסטעם ווי מען שיקט אריין די אדרעס פון ווי מען פארט ארויס און די דעסטינאציע און זיי שיקן צוריק די דירעקציעס מיט די צייט וואס עס דארף נעמען.

די נומער איז 732-994-6947

איך האלט נישט פון טעג און לדעתי איז די גאנצע סמארטפאון מערכה מופרך מעיקרא, אבער ווען אזא ארגיניזאציע טוט א שריט וואס איז נישט בלויז נאך א באגרעניצונג נאר א באקוועמליכקייט פאר זייער באנוצער, איז עס ווערט צו באגריסן.

כ'האב געלייקט אויפן צווייטן העלפט הודעה. דער ערשטער העלפט איז א בחינה פון: איסתרא בלגינא קיש קיש קריא

טשילער » דינסטאג יולי 2, 2019 5:06 am

· #432517
Re: טעג שטעלט צו "Waze" אויף טעקסט
בירא עמיקתא לפניך
<a class="postlink" href="http://www.yediot.co.il/articles/0,7340,L-5538171,00.html">http://www.yediot.co.il/articles/0,7340 ... 71,00.html</a>

וועיז איז יעצט אויף אראמיש. שוין לאנג געהאלטן אז מ'דארף פרובירן צו האבן א שמוס אין אראמיש. ס'איז דאך "אונזער שפראך" ממש. בפרט אין די היינטיגע "גמרא קולטור" ווי רוב מנין און בנין איז עוסק נאר אין דעים.

Sent from my SM-G950U1 using Tapatalk

רביה''ק זי''ע » דינסטאג יולי 2, 2019 2:24 pm

· #432536
טשילער
וועיז איז יעצט אויף אראמיש.

אמאל האט א שפראך פראפעסאר געהערט אז ביי די אידן לערנט מען אין אראמיש, איז ער געגאנגען באזוכן אין א ישיבה מיטהאלטן, צוריקקומענדיג אין יוניווערזיטעט האט ער זיך אנגערופן "איך ווייס נישט וועלכע שפראך זיי רעדן דארט, אבער מיט אראמיש האט קיין שייכות נישט..." ודפח"ח.

לבי ובשרי » מיטוואך יולי 3, 2019 12:10 am

· #432569
טשילער
בירא עמיקתא לפניך
<a class="postlink" href="http://www.yediot.co.il/articles/0,7340,L-5538171,00.html">http://www.yediot.co.il/articles/0,7340 ... 71,00.html</a>

מערקט אז דער אינציאטיוו פונעם וועיז אין אראמיש איז א חרדיש'ער מאן...