☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » מ'קען חתונה מאכן אן בארגן און אן גנב'ען!

מ'קען חתונה מאכן אן בארגן און אן גנב'ען!

58 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13182
בלאט: 1 2

אדונינו » זונטאג יוני 23, 2019 3:31 am

· #432202
קורקלענד
די צודרייטע קאנצעפט איז דאס 'אריינלייגן' אהין, נישט 'ארויסנעמען'...

עניוועיס. לאמיר צוריקגיין צו די ביליגע חתונות. ס'איז אסאך וויכטיגער.

קענסט אריינלייגן ווי דו ווילסט, ווי דו האלטסט איז בעסער, אבער פאוקעסן אויף ביליגע חתונות בעת וואס יעדער כמעט קען אוועקלייגן גענוג אויף א נארמאלע חתונה, איז נישט אזא אויפטו.

קורקלענד » זונטאג יוני 23, 2019 3:48 am

· #432203
אבי געהאקט! יעדער קען אוועקלייגן? אכט טויזנט דאלער א יאר? איר רעדט מיט אדער אן גיין אין קאנטרי? מיט אדער אן וואוינען אין וויליאמסבורג? וואס איז אייך װיכטיקער, חתונה מאכן אדער רעטייערמענט און פינאנציעלע אינדעפענדענץ?

איר האט אפגעמאכט אז איר וועט אויפגעבן אויף וויליאמסבורג און גיין גלות ליידן קיין מאנסי צו קענען אפארדן א שיינע חתונה נאכט. אנדערע ווילן האבן שיינע יארן אין אין שטאט און וואלטן ליבערשט אוועקגעקוקט אויף עפעס איין נאכט....

בקיצר. איר האט געזעהן פאר וויכטיג אין לעבן צו מאכן א גרויסע חתונה, ממילא איז די פאקט אז רוב מנין ובנין ווערט אויפגעגעסן דערפין אייך נישט נוגע......

אדונינו » זונטאג יוני 23, 2019 3:53 am

· #432204

גערעכט, אז מען בלייבט אין וויליאמסבורג, האט מען נישט אויף קאנטרי, אויף חתונה מאכן, אויף ריטייערמענט, און אפילו נישט אויף טאג טעגליכן לעבן, אבער אויב גייט מען גלות ליידן אין א 3 שטאקיגן הויז אינעם עיר ואם בישראל מאנסי, דארף מען נישט קאנטרי, און מען קען חתונה מאכן.

קורקלענד » זונטאג יוני 23, 2019 4:33 am

· #432205
וויליאמסבורג אדער מאנסי איז גאנץ ווייניק נוגע אהער. לעת עתה איז יעדער מחיוב חתונה צו מאכן 'נארמאל' וויאזוי איר רופט עס. לעת עתה קען א מחותן אין בעסטס פאל זאגן אז ער וויל ויואל משה, און אויב די צד שני וויל קענען זיי אויסצאלן די קאנטינענטעל אדער עטרת אברהם דיפערענץ. אדאנק רוטה, וועט מען אין אפאר יאר קענען זאגן, מחותן טייערע איך וויל חתונה מאכן פאר פינף אלפים, אז איר ווילט לייגט אוועק זעכצן אלפים א יאר.... און אנדערע ווערטער מ'וועט ווייטער פילן פאר וויכטיג חתונה צו מאכן נארמאל. אבער אנטשטאט נארמאל זאל זיך טוישן פון א איין מאן באנד, צו א איין מאן באנד מיט א זינגער, און דערנאך צו א איין מאן באנד מיט נאך צוויי זייטיגע, און מיט אפאר יאר צו א קאפעליע, שפעטער מיט טייערערע סאונד, דערנאך מיט קאלירפולע לייטס. וועט נארמאל אויך זיין פינף אלפים פאר די נאכט.

דאכצעכמער » זונטאג יוני 30, 2019 12:10 pm

· #432457
עמיצער האט מיר געפארווערד א טעקסט וועגען א חתונה פון מחותנים גרינבלאט און בארדאגו ווייסט איינער צו עס גייט טאקע זיין דארט היינט נאכט ווייל שבת איז די בית מדרש געווען פארשפארט זיי וועלן עפענען פאר א חתונה היינט נאכט?

שושן פורים » זונטאג יוני 30, 2019 1:25 pm

· #432460
דאכצעכמער
עמיצער האט מיר געפארווערד א טעקסט וועגען א חתונה פון מחותנים גרינבלאט און בארדאגו ווייסט איינער צו עס גייט טאקע זיין דארט היינט נאכט ווייל שבת איז די בית מדרש געווען פארשפארט זיי וועלן עפענען פאר א חתונה היינט נאכט?

די חתונה איז שוין פארגעקומען די פארגאנגענע וואך.

מי אני » דינסטאג אקטאבער 6, 2020 12:46 pm

· #459792
📎 40A76152-159E-4C76-AEE5-829377668F0A.jpeg
אן אינטרעסאנטע מהרש״א אין תענית טז: איך פארשטיי אז דאס איז נישט דומה צו די זינגערס וואס מ׳בעהט זיי זיי זאלן זינגען, אבער דאך א שטיקל געפיהל פון ווערן געצווינגען.

אישתישבי » דינסטאג אקטאבער 6, 2020 11:32 pm

· #459820
היינט אויך, ביי א ברית ווען דער שמש גייט ארום מאכן מי שברך'ס.
בלאט: 1 2