חסידישע אידן האבען נישט קיין ווייטאמין די
38 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1318
חסידישע אידן האבען נישט קיין ווייטאמין די
איך האב מיך לעצטנס געלזאט שטעכן ביים דאקטער צו זעהן מייין בלוט
דער דאקטער רופט מיך צירוק נאך אפאר טאג
אז מיין ווייטאמין 'די' איז זייער נידריג
ער איז מיר מסביר אז VD באקומט מען פין די זוהן
אין ביי אינז גייט מען אנגעטוהן מיט שמונה בגדים וואס האלט צירוק די זוהן פין באקען אויף אינזער קערפער די פאר מיניט וואס מיר גייען פין דערהיים ביז די קאר
אין רוב חסידישע מענער אין פרויען מאנגעלען גאר שטארק אין VD
ער זאגט אז VD איז גאר א קריטישע געברויך פאר'ן מענטש
אין דער עולם פארנאכלעסיגט עס זייער
אז מען רעדט שוין האב איך געהערט בשם הערשל מייזליש
אז די אנגעבליכע מאקסימום פין VD אין שטארק איבערגעטריבן
ד''ה וויבאלד זיך איבערדאוזען איז א סכנה, לייגן זיי א לימיט אסאך פריער פין די אמת'ע לימיט
אבער אינזער עולם זאל נישט טראכטען פין קיין לימיט ווייל מיר האלטן ווייט פין די דארט
ער שטורמט אויך איבער די וויכטיגקייט פין VD
אבער ער הייסט עס נעמען אויף גאנץ אנדערע וועג ווי מיין דר' רעקאנמענדירט
טרינק אסאך מילך
זר זהבטרינק אסאך מילך
ער האט גערעדט דערפון
ער זאגט אז מילך איז נישט עפעס וואס האט אין זיך VD
גאלדען פלוי/דבש לייגען אריין קום עפעס
נו, פארוואס טרונקען מילך אין פין דארט שעפן די ביסל וואס ווערט בטול ברוב
נעם גלייך טאבלעטן
אינטרעסאנט, מיין דאקטאר האט געזאגט די זעלבע דיאגנאז אויף מיר אויכעט, נאכן בלוט-טעסט.
טאבלעטן איז נישט אזוי זיכער אז דאס גייט אריין אינעם גוף. ס'דא ערנסטע באווייזן אז טאבלעטן ווערט נישט נארמאל פארדייעט אינעם סיסטעם, און א גרויס חלק דערפון איז ממש כבולעו כך פולטו.
און וואס איז מיט טראפןס איז דאס די זעלבע ווי טאבלעטן אדער בעסער ?
יידלטאבלעטן איז נישט אזוי זיכער אז דאס גייט אריין אינעם גוף. ס'דא ערנסטע באווייזן אז טאבלעטן ווערט נישט נארמאל פארדייעט אינעם סיסטעם, און א גרויס חלק דערפון איז ממש כבולעו כך פולטו.
געהערט אז נאך א פעטע סעודה
וועט די פעטען'ס אנהאלטן עפעס זאל בלייבן
ד''ה די בעסטע צייט צו נעמען איז נאך א פעטע נאכטמאל
איז פארהאנדן עפעס ספעציעל וואס דאס נידערט די וויטאמין D אין די קערפער ?,
ועוד, וואס זאגן זיי, צו וואס טויג ווייטאמין D בכלל ?, און אויב צו פיעל, וואס שאד עס חלילה ?.
כ ווייס נישט נישט פונקטליך אויף וואס ס' געמאכט אבער כ'מיין אז ס' פריווענט פארקילעכטס אין די ווינטער (נישט ווי וויטעמין C וואס מען נעמט ווען מען איז שוין פארקילט) גראדע ווי איך האב געהערט איז נישט דא קיין גבול פאר וויטעמין D וואס עס איז איבעריג שפייט "דער סיסטעם" אויס
אויף קולמע האט הערשל מייזעלס אוועקגעגבען אסאך צייט מסביר צו זיין וואס וויטעמען די איז און ווי וואוכטאג דאס איז און וואו ווייניג מיר האבן. עס לוינט אויסצוהערן און טאקע כאן המקום להודות פאר זיין געטרייע און גוטע ארבייט ה' ישלם שכרו
יידלטאבלעטן איז נישט אזוי זיכער אז דאס גייט אריין אינעם גוף. ס'דא ערנסטע באווייזן אז טאבלעטן ווערט נישט נארמאל פארדייעט אינעם סיסטעם, און א גרויס חלק דערפון איז ממש כבולעו כך פולטו.
עכ"פ די שאלה איז וואס איז טאקע די גוטע סופלימענט צו נעמען אויב איז אמת וואס דו זאגסט אז טאבלעטען איז האלב אין גארבעדש? אפשר זאל מען נעמען מער ווייל האלב גייט ארויס? אינטרעסאנט טאקע אז הערשל מייזעלס רעדט נישט פון דעם אז עס גייט לטמיון האלב. אפשר איז טאקע נישט אמת וואס דו זאגסט והראי' ער רעדט נישט דערפון? (אפשר ביניך שוין צו א גרויסע חסיד...)
קלאראז מען רעדט שוין האב איך געהערט בשם הערשל מייזליש
אז די אנגעבליכע מאקסימום פין VD אין שטארק איבערגעטריבן
ד''ה וויבאלד זיך איבערדאוזען איז א סכנה, לייגן זיי א לימיט אסאך פריער פין די אמת'ע לימיט,
Vs.
נס קאוועגראדע ווי איך האב געהערט איז נישט דא קיין גבול פאר וויטעמין D וואס עס איז איבעריג שפייט "דער סיסטעם" אויס
נס קאווע, כ'מיין ביזט'עך טועה מיט ווייטאמין C אפשר ?
בכלל וויטאמינען ווערן נישט איינגעזאפט אינעם קערפער ווי ווען מען באקומט עס נאטורליך דורך עסן (אדער די זון). לאו דווקא וויטאמין D.
נס קאוועכ ווייס נישט נישט פונקטליך אויף וואס ס' געמאכט אבער כ'מיין אז ס' פריווענט פארקילעכטס אין די ווינטער (נישט ווי וויטעמין C וואס מען נעמט ווען מען איז שוין פארקילט) גראדע ווי איך האב געהערט איז נישט דא קיין גבול פאר וויטעמין D וואס עס איז איבעריג שפייט "דער סיסטעם" אויס
וויטעמין C נעמט מען אויב מען איז פארקילט וויטעמין D מיינעך האבעך גיהערט נאכזאגען בשם רב (?) מייזליש איז גוט פאר צו פריווענטן א קאלד אויב דו ווייסט אנדערש אדרבה לאז הערן ביז מ'העמיר ארויסקריכן מיט א ברירות
אויב דענק איך גיט
ווייטאמין D שטארקט די אימיון סיסטעם וואס העלפט פרעווענטען אלע קרענק וואס מען קען כאפען
אז מען האט א גיטע אימיון סיסטעם קען ער פייטן אלע באקטיריעס, קאלד'ס אא''וו
דאס מאכט VD נאך וויכטיגער פאר אינז חסידישע אידן וואס ניצן טעגליך די שמיציגע מקוה'ס
ווייטעמין D איז זייער גוט פאר די ביינער.
פאר נאך ידיעות
קען מען זעהן דא אין וויקי.
וויטעמין די איז נישט פאר א קאלד, יעדע איינציגע פון די טריליאנען סעללס אונעם קערפער ניצט וויטעמין די פאר פארשידענע פונקציעס, אז ס'פרעווענט/היילט (מנסיון) א קאלד איז א תוצאה.
ווייטעמין די איז א פעט סאליעבל ווייטעמען ד.מ. אז עס ווערט איינגעזאפט נאר צוזאמען מיט פעטנס, אנדערשט ווי וואסער סאליעבל ווייטעמינס ווי ווייטעמין סי וכדו', ס'דא שטודיעס אז סאפלימענטן האבן נישט געהאלפן? הן הכי נמי ווען מ'האט עס גענומען אן פעטנס, איך בין אויך געווען דיפישענט, און נאכן נעמען סאפלימענטס (10,000 איי-יו טעגליך) האב איך איבערגענומען די טעסט און אלעס איז געווען אין פלאץ, היינט נעם איך טעגליך 5000 איי-יו.
ווייטעמין די גייט 'נישט' ארויס פונעם קערפער אזוי שנעל (אזוי אויך אלע פעט ווייטעמינס) ווייטעמין סי גייט יא ארויס אויב מ'האט מער ווי מ'דארף.
די נומערן דארפן זיין צווישן 50 און 70, אבער ביז 120 איז זיכער נישט קיין טאקסיסערי, ס'דא וואס זאגן אז אפי' ביז 200 איז נישט קיין טאקסיסערי.
נס קאווע..אויב דו ווייסט אנדערש אדרבה לאז הערן ביז מ'העמיר ארויסקריכן מיט א ברירות
די חלק האבן מיר געמיינט,
פארשטאנדוויטעמין די איז נישט פאר א קאלד, יעדע איינציגע פון די טריליאנען סעללס אונעם קערפער ניצט וויטעמין די פאר פארשידענע פונקציעס, אז ס'פרעווענט/היילט (מנסיון) א קאלד איז א תוצאה...
ווייטעמין די גייט 'נישט' ארויס פונעם קערפער אזוי שנעל (אזוי אויך אלע פעט ווייטעמינס) ווייטעמין סי גייט יא ארויס אויב מ'האט מער ווי מ'דארף.
די נומערן דארפן זיין צווישן 50 און 70, אבער ביז 120 איז זיכער נישט קיין טאקסיסערי, ס'דא וואס זאגן אז אפי' ביז 200 איז נישט קיין טאקסיסערי.
וטעות לעולם חוזר.
ווייטאמין די העלפט די קערפער איינזאפן קאלציום און העלפט אפשר פאר די ביינער. אויך מיין דאקטאר האט געהאט געזאגט אז כ'מאנגל דערין, און דער פראבלעם פון חסיד'ישע אידן איז נישט נאר אז מען גייט מיט הוט און רעקל, נאר אויך אז מען האט נישט די צייטן ווען פארברענגט אינדרויסן, ווי שפילן ספארטס, זיצן ביים ביעטש, און אנדערע.
דער הערשל מייזליש האב איך נאכנישט געהערט, אבער די פארגלייבטקייט וואס איך הער פון מענטשן מאכט מיך היפש נערוועז, ווען איך הער אזעלכע זאכן ווי ער זאגט אנדערש ווי דאקטוירים און האלט זיך עפעס משוגע קלוגער. למשל דא, אויב ווייסט מען היינט אז עס קען זיין אן ערנסטע געפאר צו נעמען צופיל ווייטאמין די, ווי קומט דער חכם זאגן פאר מענטשן אז מען זאל זיין רואיג ווייל די רעקאמענדירטע דאזע איז ווייניגער ווי מען דארף? נעמט ער די אחריות אויף די תמימות'דיגע מענטשן וואס נעמען אן זיין ווארט ווי הייליג און וועלן זיך אווערדאוזען? ווייסט ער דען צי עס העלפט שיצן אקעגן סיי וועלכע מחלה אן דעם וואס ער זאל ליינען וואס די גוי'אישע חכמים שרייבן דערוועגן, כ'גלייב אז נישט. ווער האט אים דען אויסגעזאגט פון ווייטאמינס בכלל אויב נישט זיי. סאו ווען זיי זאגן אז עס איז נישטא קיין באווייזן אז עס העלפט אויף אסאך פון די זאכן וואס מען זאגט, און דערקעגן זענען דא שטודיעס וואס האבן געוויזן א פארבינדונג צווישן אסאך ווייטאמין די און פארשידענע פראבלעמען, ווער איז ער צו פסק'נען פארקערט? האלט ער טאקע אז ער ווייסט בעסער ווי די יו-עס-פי-עס?
נאכאמאל, נישט אז איך האב יא גענומען א זייט, נאר איך פרעג וויאזוי קען ער נעמען א זיכערע זייט און דערקלערן פאר יונג און אלט עפעס וואס איז אנדערש ווי די אפיציעלע מענטשן זאגן?
און איידער איינער וויל מיך אנהייבן באשיסן מיט קשיות, זאל פליז אליין מאכן זיין ריסוירטש און נישט מיר שיקן א לינק וואס ער האט געטראפן ווי איינער זאגט כך וכך, ווייל כ'וועל אים באלד צוריקשיסן די וואס זאגן פארקערט. נאר קוק ביידע זייטן, און דערנאך קוק איך וואס די החלטה איז פון די וואס זענען באשטימט ארויסצוגעבן אזעלכע החלטות פאר'ן געזונטהייט פון פאלק (הינט: נישט הערשל מייזליש), און דערנאך זייט מיר מסביר ווי איינער קען נעמען די אחריות און געבן אן אנדערע פסק פאר א גאנצע עדה אידן, וואס האבן נישט קיין שום אנדערע קוואל פון אינפארמאציע און נעמען אלעס אן מיט בלינדע אויגן? ער קען רואיג זאגן זאכן וואס ער ווייסט קלאר, אבער דארט וואו עס איז דא צוויי שיטות אדער וואו עס איז נאכנישט דא קיין קלארער פסק און עס איז מוטל בספק, ווי טאקע ביי ווייטאמין די, פארוואס זאל ער נישט אנשטאט זאגן די גאנצע פרשה אנשטאט געבן אייגענע פסקים?
אויב זאגט ער נישט אנדערש ווי די אפיציעלע מיינונגען, צי איך שוין צוריק און כ'בעט אים שוין איבער.
קודם כל יא ווייטעמין די גייט צוזאמען מיט קאלסיום און מעגניזיום, ד.ה. אז נעמען קאלסיום אן ווייטעמין די איז כזורק אבן לחמת, (און דאס איז וואס געוויסע שטודיעס פרעגן אפ קאליום פאר ביינער)
והשנית, בארואיגט אייך.., טראכסט טאקע אז אזוי סאך מענטשן זענען פשוט משוגע? פאלגן 'בלינדערהייט'? אדרבה הער אים קודם אויך אויס, נישט נאר איין שיעור נאר אלע, און דערנאך וועל איך האבן די זכיה צו מאכן נאך א מייזליש חסיד...
לענין, יא! יעדע נושא ווי ער נעמט א שטעלונג איז עס נאכן דורך טוהן 'אלע' שטודיעס פון אלע צדדים און דערנאך קומט ער צו א קאנקלוזשן, אויף יעדע נושא ווי ער נעמט א שטעלונג קענסטו אים פרעגן אויף יעדע שטודיע וואס ווייזט פארקערט און ער וועט דיר זאגן פארוואס ער האט עס נישט אנגענומען, און די וועסט אים אייביג געבן גערעכט, גלייב מיר איך האב שוין עטליכע מאל אליינס נאכגעקוקט און גוט דורך געזיפט א נושא ווי ער האט גענומען א שטעלונג, געליינט ביכער, ארטיקלען און זשורנאלן, און סתם שרייבערס, ער איז אייביג געווען גערעכט, מיט אביסל קאמען סענס וועסטו עס אליין איינזעהן.
למחשבה נוספת טראכסט טאקע אז א איד,א ערנסטע איד א שומר תורה ומצות איז גרייט צו קראנק מאכן אסאך 'בלינדע' נאכפאלגערס ווייל..? ווייל? פארוואס זאל ער נישט, שטיפן די אנגענומענע דייעט און ווערן פאפולער אזוי? אן קראנק מאכן אידן? ווי איז זיין אחריות?? נאר 'דאס' איז טאקע זיין אחריות אויפצוקלערן אונזער ציבור די אמת'ע מהלך.
שרגא...צו פסקנען פארקערט? האלט ער טאקע אז ער ווייסט בעסער ווי די יו-עס-פי-עס?
...
שרגא, ביטע זייט בעסער מסביר וואס איר מיינט מיט דעם, אפשר נישט יעדער פארשטייט דאס..
לאמיר זיין עטוואס קלארער, געדענק די צוויי זאכן, איינס, דאקטוירעם לערנען נישט קיין נוטרישן, זיי לערנען די כעמיע פון יעדע זאך ווי למשל אז א קאלעסטעראל מאלעקיול איז א פעטנס, און פון וויפיל קארבאן אטעמס עס איז צוזאמגעשטעלט, וויפיל סינגל/דאבל באנדס וכו' דערנאך לערנט מען וועלכע מעדעצין ארבעט און וויאזוי פונקטליך עס ארבעט וכו' אבער די נוטרישן חלק דערפון ד.ה. איך ווייס שוין אז קאלעסטעראל איז שעדליך אבער וואס ברענגט הויעך קאלעסטעראל?? וואס איז א געזונטע דייעט?? דאס לערנט נישט א דאקטאר אין קאלעזש, דאס גייט דורך די אסאוסיעשאנס, די הארץ אסאוסיעשאן די דייעביטיס אסאוסיעשאן ליבער אסאוסיעשאן א.א.וו. אלע דאקטוירעם באקומען די אינפארמאציע דורך די אסאוסיעשאנס, אלזא ווען א דאקטאר זאגט דיר אז טשאקאלאד גייט דיר מאכן א הארץ אטאקע האט ער דאס בפירוש נישט געפארשט, נאר אזוי האט אים די אסאוסיעשאן געזאגט, נו, איך ווען איך עס יא טשאקאלאד קריג מיט די עסאוסיעשא. נישט מיטן דאקטאר (איך וועל אפשר באלד מאריך זיין מיט די אסאוסיעשאנס)
צוויי, די וועג פון נטרישינעל סייענס פון ווען עס ווערט געטראפן אין א שטודיע (און באשטעטיג) ביז ווען דיין דאקטאר זאגט עס דיר ביים וויזיט, נעמט יאאארן, ווייל דער דאקטאר וואס באדינט דיר איז שוין געווען צוואנציג יאר צוריק אין קאלעזש, דער דאקטאר וואס לערנט יעצט אין קאלעזש גייט דיר ערשט באדינען צוואנציג יאר ארום, נמצא אז מ'קען וויסן במציאות מער אפדעטעט אינפארמאציע דורך ליינען (מיט שכל) די 'רעספעקטפולע' (דייקא) מעדעצינישע זשורנאלן און זעהן וואס פרישע סייענס האט צו פארקויפן.
און דאס איז אויך די סיבה פארוואס אונזערע פרויען זענען מאסטלי בלאס.
לאמיר דיר געבן א ווייטאגליכע משל, קאלעסטראל, ווי האט זיך אנגעהויבן די מלחמה מיט קאלעסטראל? אין די 1960'ס האט א געוויסע דאקטאר באמערקט אז מ'זעהט א זאך וואס איז געלינקנט צו הארץ אטאקעס, און וואס איז דאס 'קאלעסטראל'.
פיין און וואויל מ'גייט טשעקן ביי יעדן די קאלעסטראל און מ'וועט עס נידערן ביי וועם עס איז הויעך און הכל על מקומו יבוא בשלום, אויס הארץ אטאקעס. איבעריג צו זאגן אז מ'האט טאקע אזוי געטוהן, מ'האט פארשריבן פאר מיליאנען מענטש אנטי קאלעסטראל מעדעצינען, יארן איז פארלאפן און נייע בעסערע פארשונגען זענען געמאכט געווארן, און מ'האט אויסגעפינען אז עס זענען דא עטליכע מינים קאלעסטעראל און נישט אלע זענען שעדליך, פארקערט גאר איינע פון די איז גאר גאר וויכטיג און זייער געזונט, די אזויגערופענע שלעכטע LDL און די גוטע HDL, עפעס שלעכט? ניין!
נאר?? נמצא לפי זה אז אלע שטודיעס וואס מ'האט געמאכט ביז אהער זענען לגמרי א שטיק גארביטש, ווייל די שטודיע וואס האט געוויזן א פארבינדונג צווישן הארץ אטאקעס און קאלעסטעראל האט מען געמאכט אויפן 'טאטעל קאלעסטעראל' און ווער ווייסט וואס עס איז געווען אין דעם? אפשר מער HDL? אפשר מער LDL?? סאו יעדע שטודיע געמאכט אין יענע יארן איז טאטאל גארנישט ווערד, נאכמער מ'האט געגעבן מעדעצין פאר מיליאנען מענטשן בעיסט אז זייער טאטעל קאלעסטעראל איז הויעך, נו אפשר איז די גוטע HDL הויעך און דער מענטש איז גאר זייער געזונט? מיינסטו אוודאי אז מ'האט עס אראפגעפלאשט און שוין, ניין, די קענסט נאך היינט זעהן דאקטוירים ריפערן צו יענע שטודיעס כאילו אויפצוווייזן אז קאלעסטעראל שאדט פארן הארץ, נאכמער דאקטוירים טשעקן נאך היינט די טאטעל קאלעסטעראל טראץ דעם וואס די טעסט צייגט 'גארנישט'!!
היינט ווייסט שוין די פארגעשריטענע טעסט צו מאכן א חילוק אפי' אין די מכלומר'שטע שלעכטע LDL קאלעסטעראל און טוט עס אפטיילן און צוויי סאב-טיילן איינס גאר גוט און עסענשל, און די אנדערע שעדליך, דיין דאקטאר ווייסט דערפון? מן הסתם נישט, און ווען ער פארשרייבט דיר א אנטי LDL קאלעסטעראל בעיסט אויף א LDL טעסט, ווייסטו נישט צו די הרג'סט די גוטע צו די שלעכטע.
איך האב גערעדט מיט מיין חבר, א פרייער איד, וואס האט ל״ע יענע מעשה, זאגט ער מיר אז דער דאקטער האט אים געזאגט אז ער מוז באקומען מער ווייטאמין D. ווי אויבנדערמאנט. סא דער פראבלעם איז נישט נאר ביי אונז וואס מיר האבן שמונה בגדים נאר ביי סיי וועלכער נארמאלער מענטש וואס האט נישט די צייט ארויסצוגיין אויף די זון פאר א האלבע שעה טעגליך.
נו וואס איז די עצה דערצו? וואו קען מיר ארויסגיין זיך אויסציען...?
אגב, ער זאגט מיר נאך אן אינטערעסאנטע זאך, אז אמאל האט מען אויך באקומען מער נוטרישאן ווייל מען איז געגאנגען בארפעסיג, און דער מענטש האט געצויגן כח פון דער ערד. היינט פרובירן סייענטיסטן אויפצוקומען מיט א געוויסע טעכנאלאגיע דאס צו ערזעצן
שרגאו
און איידער איינער וויל מיך אנהייבן באשיסן מיט קשיות, זאל פליז אליין מאכן זיין ריסוירטש און נישט מיר שיקן א לינק וואס ער האט געטראפן ווי איינער זאגט כך וכך, ווייל כ'וועל אים באלד צוריקשיסן די וואס זאגן פארקערט. נאר קוק ביידע זייטן, און דערנאך קוק איך וואס די החלטה איז פון די וואס זענען באשטימט ארויסצוגעבן אזעלכע החלטות פאר'ן געזונטהייט פון פאלק (הינט: נישט הערשל מייזליש),
דאס זאגט הערשל מייזליש אז ער טוט פאקטיש
ווי 'פארשאטאנד' צולייגט שיין
פארשטאנדקודם כל יא ווייטעמין די גייט צוזאמען מיט קאלסיום און מעגניזיום, ד.ה. אז נעמען קאלסיום אן ווייטעמין די איז כזורק אבן לחמת, (און דאס איז וואס געוויסע שטודיעס פרעגן אפ קאליום פאר ביינער)
.
איך מיין אז די מישט יוצרות
קאל' אין מעג' גייען צוזאמען אבער VD קען גיין אליין אויך
אזוי געדענק איך
פארשטאנד נאר צוויי קליינע הערה'לעך. דאקטוירים לערנען גראדע יא נוטרישאן. אפשר פאוקוסען זיי נישט אזוי שטארק דערויף ווייל ווי נישט ווי איז זייער עיקר תפקיד נישט צוריקצוהאלטן קראנקהייטן פון פאסירן נאר אויסצוהיילן קראנקהייטן וואס האט שוין פאסירט, אבער צו זאגן אז זיי לערנען נישט נוטרישאן איז פאלש.
צווייטנס, דאס וואס דו זאגסט אז עס נעמט 20 יאר ס'זאל אנקומען צו זיי איז אויך נישט אמת, ווייל [גוטע] דאקטוירים דערהיינטיגן זיך שטענדיג מיט די לעצטיגע פארשונגען און שטודיעס.
זייער אינטערעסאנט פארוואס דער אייבערשטער האט אזוי אויסגעשטעלט די וויטעמין די ביזנעס בפרט פאר פרויען וואס דארפן צומאל זייער וויכטיג וויטעמין די
אינטערעסאנט איז פארוואס ער האט אויסגעשטעלט אז מ'זאל היינט גיין צוגעדעקט פון קאפ ביז פוס...
בעיקר האב איך געמיינט די פרויען וואס דארפן זיין בעיסעקלי צוגעדעקט און דארפן צומאל האבן זייער אסאך וויטעמין די כידוע
נס קאוועבעיקר האב איך געמיינט די פרויען וואס דארפן זיין בעיסעקלי צוגעדעקט און דארפן צומאל האבן זייער אסאך וויטעמין די כידוע
סיי די מענער און סיי די פרויען גייען צוגעדעקט פון קאפ ביז פוס, חוץ פון אפאר אינטשעס אויפן פנים און די האנטפלאך, און ביי ביידע האט עס גארנישט מיר אידישקייט איינגעשטויסן.
הימל און ערד און ווייטאמין D...!!!
אלעס פיין און וואויל, א וויכטיגע זאך צו נעמען פאר די ביינער, קאלדס און וואס נישט (יעדער לשיטתי').
אבער וואס איך קען נישט פארגעסן, ס'געווען אפאר יאר צירוק ווען איך בין געגאנגן פאר מיין יערליכע well visit, מ'שטעכט אביסל מ'טשעקט דא דארט אלעס פיין און וואויל.
ויהי ממחרת באקום איך א טעלעפאן רוף פון א נוירס אז די Blood work איז צירוקגעקומען און איך זאל אריבערקומען איבערשמועסן די ריזאלטס, ס'איז מיר שלעכט געווארן פאר די אויגן, איך געב איר א פרעג למה זה ועל מה זה, אפשר קענסטו מיר מגלה זיין אפס קצהו פון וואס איך גיי הערן אין אפיס, נאו, סארי באט ווי קענט דיסקאס איט אווער די פאון...
איך באשטעל תיכף א קאר סערוויס, איך קום אן אין וועיטינג רום מיט איין בהלה, כ'בין געווען זיכער אז כ'על טרעפן דעם דאקטאר מיט אן ערענסטן געזיכט ווארטן מיט שפאנונג אויף מיר, אבער א מכה, מ'הייסט מיך סיינען מיין נאמען אויפן וועיטינג ליסט עז יוזשועל, נאך א 20-25 מינוט ווארטן הער איך רופן מיין נאמען, איך קום אריין די געהעריגע דאקטאר איז ניטאמאל דארט נאר די PA, און הייבט אן מיט די רשימה:
אקעי, די ריזאלטס איז שאוינג א סיגניפיקענט לעק אוו ווייטעמין די... בלא בלא בלא....
ס'איבריגע איז היסטאריע... אז כ'האב זיי געוואלט צורייסן אויפן פלאץ איז אפגערעדט, אבער אזויפיל יא אז ווען כ'הער נאר רעדן פון א מאנגל אין ווייטאמין די איז עס פונקט גענוג ארויפצוברענגן מיין אויפברויז (מילד גערעדט) איבער יענע אנגעצויגענע 3/4 שעה וואס איך בין דורכגעגאנגן.
סתם לסיומא דמילתא, שפעטער פרעג איך דעם דאקטאר, וואס איז פשט דערפון זאגט ער מיר אז ס'איז זייער פאליסי נישט איבערצוגעבן קיין בלאדווארק ריזאלטס איבערן פאון מחמת טעמים כמוסים וסיבות שונות, נארוואדען, די נורס וואס האט מיך גערופן האט פשוט נישט געהאט די שכל הישר וויאזוי צומאכן אזא סימפל נער'ישע פאון קאלל.
אגב, פאר ווער ס'וויל באמת וויסן, זייט דענסמאל האב איך אויפגעהערט צו נוצן יענעם דאקטאר, איינס, צילוב'ן די נארוואס געשריבענע. צווייטענס, ווייל ס'איז מיר פשוט נאכנישט אויסגעקומען דערזייט צו זעהן א דאקטאר ב"ה.
שמעקעדיגווייטעמין D איז זייער גוט פאר די ביינער.
פאר נאך ידיעות
קען מען זעהן דא אין וויקי.
אויך פאר ידיעות איבער די אומזיכערקייט און אויך פארקערטער שטודיעס איבער אסאך אנגעבליכע בענעפיטן פון ווייטעמין D, און אויך איבער די געפאר פון נעמען צופיל, קוק אין דעם זעלבן לינק.
פארשטאנדקודם כל יא ווייטעמין די גייט צוזאמען מיט קאלסיום און מעגניזיום, ד.ה. אז נעמען קאלסיום אן ווייטעמין די איז כזורק אבן לחמת, (און דאס איז וואס געוויסע שטודיעס פרעגן אפ קאליום פאר ביינער)
והשנית, בארואיגט אייך.., טראכסט טאקע אז אזוי סאך מענטשן זענען פשוט משוגע? פאלגן 'בלינדערהייט'? אדרבה הער אים קודם אויך אויס, נישט נאר איין שיעור נאר אלע, און דערנאך וועל איך האבן די זכיה צו מאכן נאך א מייזליש חסיד...
לענין, יא! יעדע נושא ווי ער נעמט א שטעלונג איז עס נאכן דורך טוהן 'אלע' שטודיעס פון אלע צדדים און דערנאך קומט ער צו א קאנקלוזשן, אויף יעדע נושא ווי ער נעמט א שטעלונג קענסטו אים פרעגן אויף יעדע שטודיע וואס ווייזט פארקערט און ער וועט דיר זאגן פארוואס ער האט עס נישט אנגענומען, און די וועסט אים אייביג געבן גערעכט, גלייב מיר איך האב שוין עטליכע מאל אליינס נאכגעקוקט און גוט דורך געזיפט א נושא ווי ער האט גענומען א שטעלונג, געליינט ביכער, ארטיקלען און זשורנאלן, און סתם שרייבערס, ער איז אייביג געווען גערעכט, מיט אביסל קאמען סענס וועסטו עס אליין איינזעהן.
למחשבה נוספת טראכסט טאקע אז א איד,א ערנסטע איד א שומר תורה ומצות איז גרייט צו קראנק מאכן אסאך 'בלינדע' נאכפאלגערס ווייל..? ווייל? פארוואס זאל ער נישט, שטיפן די אנגענומענע דייעט און ווערן פאפולער אזוי? אן קראנק מאכן אידן? ווי איז זיין אחריות?? נאר 'דאס' איז טאקע זיין אחריות אויפצוקלערן אונזער ציבור די אמת'ע מהלך.
דו זאגסט אז ווייטעמין די איז כזורק אבן לחמת, אבער דערמיט ביסטו מחולק מיט רוב פוסקים און אסאך שטודיעס.
מען פאלגט בלינד ווייל מען ווייסט גארנישט קיין אינפא אויסער פון אים. ווער האט דען געהערט דאס ווארט קארבאהיידרעיט איידער מייזליש (אויסער אפשר פון א מעקסי העלט עד)?
קען זיין ער טוט אלעס דורך, אבער אויב זיין מסקנא איז אנדערש ווי די אפיציעלע מסקנא פון די עקספערטן האלט איך אז ער האט נישט קיין רעכט דאס צו טאן, איבערהויפט מיט מענטשן וועלכע האבן נישט קיין שום אייגענע מיינונג און וועלן אים פאלגן בלינד. יא, בלינד.
אן ערנסט איד טאקע און וויל זיכער קיינעם נישט קראנק מאכן במזיד, אבער מיט אן איבערגעטריבענע קאנפידענץ קען מען בשוגג אסאך שאדן טון, פונקט ווי די אלע "נאטירליכע" היילער וועלכע ברענגען אז זייערע פאציענטן גייען נישט אנשטאט צו די ריכטיגע דאקטוירים און טון די ריכטיגע שריט וואס קען אפשר געטון ווערן.
דעינעששרגא...צו פסקנען פארקערט? האלט ער טאקע אז ער ווייסט בעסער ווי די יו-עס-פי-עס?
...
שרגא, ביטע זייט בעסער מסביר וואס איר מיינט מיט דעם, אפשר נישט יעדער פארשטייט דאס..
די "יונייטעד סטעיטס פריווענטעטיוו סערוויסעס טעסק פארס" (uspstf), וועלכע איך טראסט זייער מיינונג אביסל מער ווי עפעס בשם סיי וועלכן היימישן יונגערמאן, וועלכע האט לעצטנס געשריבן נאך א לאנגע שטודיע אין זייער "דרעפט רעקאמאנדאציע" (נאכנישט פיינעל) וועגן ווייטעמין D אז זייער אסאך פון די מעלות האבן נישט קיין באווייזן:
For cancer, the Task Force found there isn’t enough information to say whether supplements can prevent cancer. For fractures, the science tells us there is no benefit in taking vitamin D and calcium supplements at low doses to prevent fractures in post-menopausal women. There isn’t enough information to say whether the supplements prevent fractures in men and in premenopausal women, or whether they prevent fractures in postmenopausal women if taken in higher doses.”
In light of those findings, even the relatively small risk of kidney stones that supplementation with 400 International Units (IU) of vitamin D and 1,000 milligrams (MG) of calcium a day poses is viewed as outweighing any potential benefits.ליין איבער מיינע ווערטער, נישט ווייטעמין די איז כזורק אבן נאר קאלסיום אן ווייטעמין די איז די קאלסיום כזורק אבן.
לענין די טעקס פארס וואס די ברענגסט אראפ איז א טעקס פארס אינטער די פוד ענד דראג אדמיניסטראציע, און זיי האבן רעקאמענדאציעס פאר יעדע סאפלימענט וויפיל מ'דארף האבן דערפון טעגליך, פארשטייט זיך אז די זעלבע גרופע מענטשן קענען נישט אזוי גרינטלעך א דורך טוהן 'יעדע איינציגסטע' ווייטעמין, מינעראל, עמינא עסיד, פעטי עסיד, הערב, וכו' וכו' ווי א דאקטאר אדער גרופע דאקטוירעם וואס טוען דורך איין ספעציפישע נושא והוא פשוט למאוד, לענינינו, ס'דא א קאנסול גערופן 'די ווייטעמין די קאנסול' וואס זיי זענען א גרופע פון גרויסע דאקטוירעם וואס פארשן נאר די איין זאך 'ווייטעמין די', איך מיין אז איך האב רעכט זיי צו גלייבן מער ווי א גרופע (שוואך באצאהלטע רעגירונגס ארבעטער וד"ל) דאקטוירעם וואס האבן נישט אזוי גרינטלעך דורך געטוהן די נושא, (בד"וו די גאנצע ווייטעמין די שטורעם די לעצטע צעהן יאר האט זיך אנגעהויבן דורך די קאנסול)
אבער אז די רעדטס שוין יא פון די ווייטעמין די מיט די יו עס עפ די עי, זאלסטו וויסן אז עס איז נישט אזוי פשוט, די גאנצע מעדעצינישע וועלט האט ערווארטעט מיט שפאנונג זייער רעקאמענדאציע טויש, און ווען זיי האבן עס ארויסגעגעבן האבן זיי נישט ארויסגעגעבן די פאפירן וואס זייער שטודיע האט געברענגט, נאר די רעזולטאטן וואס זיי האבן באשלאסן האבן זיי ארויסגעגעבן און נישט די גאנצע באריכט (אנדערשט ווי געווענטליך), און ס'איז אין געריכט יעצט אז זיי זאלן עס ארויסגעבן, וואס באהאלטן זיי? דאס לאז איך פאר דיין עמעזשינעשן.
אבער כל זה איז איבעריג לגמרי, ווייל לאמיר זעהן מיט מציאות, לאז אפ די דעילי דאוז 400 צו טויזענט צו 5000 צו מער, לאמיר קוקן אויף רעזאלטס, אפי' זיי זאגן אז ס'דארף זיין צווישן 40 און 60, די ווייטעמין די קאנסול זאגט צווישן 50 און 70, (נישט קיין גרויסע דיפירענטס), נו גיי נעם א בלוט טעסט און טשעק דיין 'די' שטאפל און אויב איז עס ווייניגער ווי מ'דארף נעם סאפלימענטס, און נעם נאר טויזענעט און קוק די רעזאלטס, אויב ווערט עס פיין מה טוב ומה נעים, אויב נישט נעם מער און טשעק נאך עטליכע חדשים נאכאמאל, און אזוי ווייטער, (איך גלייב אז די וועסט אנקומען צו 5000-10,000 א טאג), איך האב אזוי געטוהן און טאקע גענומען קודם 10,000 ביז ווען ס'איז געווען גוט, און דערנאך יעדן טאג 5,000 אנצוהאלטן די גוטע נומער, און אזוי הייסט טאקע מייזליש צו טוהן, דהיינו נעמען 'נאר' דורכ'ן טשעקן מיט בלוט טעסטס און 'נישט' בלינדערהייט.
נאך די אלע שמועסערייען קומט אויס אז מיר פארמאגן יא ווייטעמין די נאר אפשר נישט גענוג. נו, אפשר בייט מען דעם קעפל פונעם אשכול?