☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » קליינע ציבור / גרויסע ציבור.. אבער איך דארף ''פארענטשעס''!

קליינע ציבור / גרויסע ציבור.. אבער איך דארף ''פארענטשעס''!

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13176

חיים יואל » דינסטאג יוני 11, 2019 5:53 pm

· #431813
קליינע ציבור / גרויסע ציבור.. אבער איך דארף ''פארענטשעס''!
ביים שבועות נעילת החג טיש אין ביאלא ב״ב, זענען געזעסן 13 יודן, נאך 14 יודן געשטאנען אויף פארענטשעס, און נאך 21 בחורים געשטאנען אויף פארענטשעס.
פארוואס דארפן זיי ''3 שטאקיגע פארענטשעס'', פאר א ציבור פון 48 נפשות?
נאר משום מראית העין, אז עס זאל אויסזעהן ווי א גרויסע ציבור.
📎 ביאלה-בב-נעילת-החג-שבועות-עט-5-1.jpg

מודה בטפל » דינסטאג יוני 11, 2019 6:47 pm

· #431815
[ציטאט אראפגענומען]

דו האסט דאס גראדע אויך נישט פיינט...

הקטן » דינסטאג יוני 11, 2019 8:15 pm

· #431818
בחרים און אינגעלאט זיצען נישט

איסר האטלקי » דינסטאג יוני 11, 2019 8:17 pm

· #431819
אויב האט זיין טאטע זצוקללה"ה געהאט פארענטשעס ביים טיש איז עס א שאלה פון משנה זיין די מסורה.

משולם שטיינפעלד » דינסטאג יוני 11, 2019 9:11 pm

· #431823
חיים יואל
ביים שבועות נעילת החג טיש אין ביאלא ב״ב, זענען געזעסן 13 יודן, נאך 14 יודן געשטאנען אויף פארענטשעס, און נאך 21 בחורים געשטאנען אויף פארענטשעס.
פארוואס דארפן זיי ''3 שטאקיגע פארענטשעס'', פאר א ציבור פון 48 נפשות?
נאר משום מראית העין, אז עס זאל אויסזעהן ווי א גרויסע ציבור.
📎 ביאלה-בב-נעילת-החג-שבועות-עט-5-1.jpg

יום טוב נעמט מען אן 'הואיל ומקלעי לי' אורחים חזי לי' השתא נמי חזי לי'

וואלווי » דינסטאג יוני 11, 2019 9:33 pm

· #431824
משולם שטיינפעלד
חיים יואל
ביים שבועות נעילת החג טיש אין ביאלא ב״ב, זענען געזעסן 13 יודן, נאך 14 יודן געשטאנען אויף פארענטשעס, און נאך 21 בחורים געשטאנען אויף פארענטשעס.
פארוואס דארפן זיי ''3 שטאקיגע פארענטשעס'', פאר א ציבור פון 48 נפשות?
נאר משום מראית העין, אז עס זאל אויסזעהן ווי א גרויסע ציבור.
📎 ביאלה-בב-נעילת-החג-שבועות-עט-5-1.jpg

יום טוב נעמט מען אן 'הואיל ומקלעי לי' אורחים חזי לי' השתא נמי חזי לי'


הואיל זאגט מען נאר ביי א מילתא דשכיחא...

משולם שטיינפעלד » דינסטאג יוני 11, 2019 9:40 pm

· #431825
וואלווי
משולם שטיינפעלד
חיים יואל
ביים שבועות נעילת החג טיש אין ביאלא ב״ב, זענען געזעסן 13 יודן, נאך 14 יודן געשטאנען אויף פארענטשעס, און נאך 21 בחורים געשטאנען אויף פארענטשעס.
פארוואס דארפן זיי ''3 שטאקיגע פארענטשעס'', פאר א ציבור פון 48 נפשות?
נאר משום מראית העין, אז עס זאל אויסזעהן ווי א גרויסע ציבור.
📎 ביאלה-בב-נעילת-החג-שבועות-עט-5-1.jpg

יום טוב נעמט מען אן 'הואיל ומקלעי לי' אורחים חזי לי' השתא נמי חזי לי'


הואיל זאגט מען נאר ביי א מילתא דשכיחא...

ער זאגט אע"פ שמתמהמה עכ"ז אחכה לו בכל יום טוב שיבוא

איסר האטלקי » דינסטאג יוני 11, 2019 11:53 pm

· #431829
מ'זאגט אז אין בני ברק פאלט נישט קיין ראקעטן ווייל ס'איז נישטא קיין שטח פתוח דארטן. אויב איך וועל אמאל הערן אז אין בני ברק איז געפאלן אויף א שטח פתוח, וועל איך שוין וויסן וואו ס'איז...

אישתישבי » מיטוואך יוני 12, 2019 12:09 am

· #431831
און ווען מען האט א גרויסע עולם דארף מען יא פארענטשעס? וואס זעהט מען דארט?

שמעון וואלף » מיטוואך יוני 12, 2019 2:00 am

· #431838
און ארץ ישראל זעהט מען עס אסאך ווי יעדע קליינע רעבי'לע האט פארענטשעס און די חסידים, יונג אין אלט שטייען אין די הייעך למען המצב.
און אמעריקא שעמט מען זיך צו שטיין אויף פארענטשעס חוץ ווען ס'טאקע נישטא קיין פלאץ אינטן

אישתישבי » מיטוואך יוני 12, 2019 10:37 am

· #431854
עס האט מער צוטועהן מיט דעם אז די אינגעלייט דארט ארבעטען נישט, און זענען בזוי ונבזה, און זענען אנגעוויזן אויף דער רבי פיל מער, און דארפען שטיין ווי עבדים אויך די פארענטשעס ווילאנג דער רבי דארף אנפילן זיינע כבוד געפילען.
דא אין אמעריקא איז דער רבי מער אין א מצב ווי ער פראבירט צו כאפען די חסידים מיט צושטעלן סערוויסעס, שטייט מען נישט.

והיינו דאמר אמעריקאנער באטשיס.