☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » אשכול אן א טיטל #13165

אשכול אן א טיטל #13165

22 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13165

— » מאנטאג יוני 3, 2019 5:22 pm

· #431533

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

כוכב » מאנטאג יוני 3, 2019 5:34 pm

· #431534
אויף אייוועלט איז געווען א שמועס וועגן אים אז ער געהערט צו קהלת מוהרא"ש\ יואלי ראטה און אז ער איז א חתן מדריך מיט א ליבעראלע (נארמאלע) צוגאנג.

היכי דמי » דינסטאג יוני 4, 2019 12:57 am

· #431557
ער איז מוראדיג גוט!

נאך די קרבתנו שבת האט ער באקומען אסאך פרעשור אנצוהייבן צו גיבן שיעורים ברבים, און פאריגע וואך האט ער אנגעהויבן א וועכענטליכע שיעור ביי אים אין בית המדרש אין בארא פארק, ווי ער האט געהאט א געפאקטע עולם, און מען האט זיך נישט געקענט רירן אין בית המדרש... און וואס מיינט עטס? די וואך האט געדארפט פארקומען די צווייטע שיעור, אבער עס איז אפגערופן געווארן די לעצטע מינוט צוליב העצע פון לאקאלע רבנים... זענט אויס אז זיי האבן מורא געהאט אז זיי גייען פארלירן פאלויערס...

moneyminded » דינסטאג יוני 4, 2019 1:11 am

· #431561
היכי דמי
ער איז מוראדיג גוט!

נאך די קרבתנו שבת האט ער באקומען אסאך פרעשור אנצוהייבן צו גיבן שיעורים ברבים, און פאריגע וואך האט ער אנגעהויבן א וועכענטליכע שיעור ביי אים אין בית המדרש אין בארא פארק, ווי ער האט געהאט א געפאקטע עולם, און מען האט זיך נישט געקענט רירן אין בית המדרש... און וואס מיינט עטס? די וואך האט געדארפט פארקומען די צווייטע שיעור, אבער עס איז אפגערופן געווארן די לעצטע מינוט צוליב העצע פון לאקאלע רבנים... זענט אויס אז זיי האבן מורא געהאט אז זיי גייען פארלירן פאלויערס...
אין וועלכע בית המדרש ?

Sent from my SM-G960U using Tapatalk

מודה בטפל » דינסטאג יוני 4, 2019 1:27 am

· #431564
[ציטאט אראפגענומען]

וויפיל שטיק האט ער

היכי דמי » דינסטאג יוני 4, 2019 1:44 am

· #431565
ער האט א אייגענע ברעסלעוו שוהל אין בארא פארק.

היכי דמי » דינסטאג יוני 4, 2019 1:45 am

· #431566
[ציטאט אראפגענומען]

ער האט שוין געגיבן פריוואטע שיעורים פאר גרופעס, אינגערלייט וכדומה. אבער לעצטע וואך איז געווען זיין ערשטע אפציעלע פאבליק דרשה. (ווי ווייט איך ווייס)

לבי ובשרי » דינסטאג יוני 4, 2019 10:09 am

· #431577
זיינע יסודות און רעיונות זענען געוואלדיג.

לענ"ד הרמה, איז ראטזאם ער זאל זיך נאך אביסל לערנען ווי אזוי צו אויפטרעטן ברבים.

נישט זיין אזוי הייפער און היציג, און נישט זיך אזוי גארגלען מיט מויל און הענט צו ערקלערן זיינע רעיונות.

מ'זעט אז ער איז כוכב און גייט אונז אנהייבן טרייסלען

קלונימוס » דינסטאג יוני 4, 2019 10:20 am

· #431579
היכי דמי
ער האט א אייגענע ברעסלעוו שוהל אין בארא פארק.

ווי איז די שול?

calculator » דינסטאג יוני 4, 2019 1:03 pm

· #431595
א צוהיצטע בריאה, קוקט אויף די פרויען זייט ווי אזוי זיי אינטשויען אים, יא, ער זאגט גוטע און אמת'ע פאקטן, אבער... איך מיין ער זאל נאך ווארטן אפאר יאר נאך וואס זיין רתיחות הדם וועט אביסל נאכלאזען זאל ער צוריקקומען
i apologies for the critic

רויטע וואנצעס » דינסטאג יוני 4, 2019 1:11 pm

· #431596
calculator
א צוהיצטע בריאה, קוקט אויף די פרויען זייט ווי אזוי זיי אינטשויען אים, יא, ער זאגט גוטע און אמת'ע פאקטן, אבער... איך מיין ער זאל נאך ווארטן אפאר יאר נאך וואס זיין רתיחות הדם וועט אביסל נאכלאזען זאל ער צוריקקומען
i'm apologies for the critic

כ'האב אים נאכנישט אויסגעהערט, אבער יעצט צוסטו מיין אינטערעסע. הייסט, ער איז א ארגינעלע הומאן ביאינג אן די פילטער און פעקעריי?

כ'דארף שוין גיין הערן וואס ער האט צוזאגן.

calculator » דינסטאג יוני 4, 2019 1:15 pm

· #431597
רויטע וואנצעס
calculator
א צוהיצטע בריאה, קוקט אויף די פרויען זייט ווי אזוי זיי אינטשויען אים, יא, ער זאגט גוטע און אמת'ע פאקטן, אבער... איך מיין ער זאל נאך ווארטן אפאר יאר נאך וואס זיין רתיחות הדם וועט אביסל נאכלאזען זאל ער צוריקקומען
i'm apologies for the critic

כ'האב אים נאכנישט אויסגעהערט, אבער יעצט צוסטו מיין אינטערעסע. הייסט, ער איז א ארגינעלע הומאן ביאינג אן די פילטער און פעקעריי?

כ'דארף שוין גיין הערן וואס ער האט צוזאגן.

יא יא, זייער גוט אז ער פעיקט נישט ארום, וועגן דעם זאג איך אז ווען ער וועט עלטער ווערן וועט ער זיין א קנאק. אבער לעת עתה איז עס אביסל עקלדיק, און אסאך נאריש.

calculator » דינסטאג יוני 4, 2019 1:22 pm

· #431598
רויטע וואנצעס

אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.

די גייסט טאקע הנאה האבן פון אים.

moneyminded » דינסטאג יוני 4, 2019 9:04 pm

· #431626
calculator
א צוהיצטע בריאה, קוקט אויף די פרויען זייט ווי אזוי זיי אינטשויען אים, יא, ער זאגט גוטע און אמת'ע פאקטן, אבער... איך מיין ער זאל נאך ווארטן אפאר יאר נאך וואס זיין רתיחות הדם וועט אביסל נאכלאזען זאל ער צוריקקומען
i apologies for the critic
יא יא ער זאגט עס אפען אז ער איז low life

אבער ער זאגט גוט

Sent from my SM-G960U using Tapatalk

תנחום » דינסטאג יוני 4, 2019 10:36 pm

· #431629
קעניך פארזענדליך א קאפל וואס איז געגאנגען צו איהם (זיי) און געזעהן גרויס שינוי לטובה וואס אנדערע האבן נישט געקענט באווייזן

מזל טוב » מיטוואך יוני 5, 2019 12:00 am

· #431637
פון די דרשה זע איך נישט אויף וואס ארויף מען זאל העצן.

בכלל צוליב (מורא פון) העצע האט ער אליין געסטאפט זיין שיעור אין זיין אייגענע שול?

איסר האטלקי » מיטוואך יוני 26, 2019 6:36 am

· #432339
א פארגאנגענהייט.

נעגעל וואסער » מיטוואך יוני 26, 2019 10:23 am

· #432344
איסר האטלקי
א פארגאנגענהייט.

דהיינו?

לבי ובשרי » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 12:14 am

· #458786
לבי ובשרי
זיינע יסודות און רעיונות זענען געוואלדיג.

לענ"ד הרמה, איז ראטזאם ער זאל זיך נאך אביסל לערנען ווי אזוי צו אויפטרעטן ברבים.

נישט זיין אזוי הייפער און היציג, און נישט זיך אזוי גארגלען מיט מויל און הענט צו ערקלערן זיינע רעיונות.

מ'זעט אז ער איז כוכב און גייט אונז אנהייבן טרייסלען

ס'איז מיר היינט פונקט אויסגעקומען צו כאפן א שמועס מיט ר' אלימלך אויפ'ן גאס.

קודם כל מוז איך צוריקציען פון מיינע ווערטער וואס איך האב דא געשריבן א צייט צוריק.

כל הכבוד לרבי אלימלך וכמותו ירבו בישראל. גאר א חשוב'ער יונגערמאן און שטארק אריגינעל און מיט א פשטות טראץ זיינע געוואלדיגע כשרונות, קענטעניסן און עקספערטיז.

ועוד חזון למועד להאריך בקוים לדמותו ואודות פעולותיו הכבירות.

איין זאך יא, עס קומט זיך אסאך קרעדיט פאר אים און זיין בני בית וועלכע טוען אויף א געוואלד פון הונטער די קוליסן טראץ די שווערע היץ וואס זיי האבן און זיי באקומען טעגליך וכו'. ודי בזה פאר יעצט

moneyminded » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 1:43 am

· #458790

הוץ פון וועם ? מען קען נאך היינט טערערזירן מענטשן?

Sent from my SM-G960U using Tapatalk

אישתישבי » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 9:18 am

· #458803
אוודאי! די וואס לאזן זיך טעראריזירן.

הקטן » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 9:52 am

· #458804
די לינק פין אויבען ארבעט מער נישט
דיס-לעקטשער-העס-בין רימאוואד