☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » מורדים, מתנגדים, טאליבאנער, נדחים, שווארצע, באטשיס

מורדים, מתנגדים, טאליבאנער, נדחים, שווארצע, באטשיס

15 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13155

חקרן » מיטוואך מאי 29, 2019 12:56 am

· #431229
מורדים, מתנגדים, טאליבאנער, נדחים, שווארצע, באטשיס
איך וויל דא עפענען א נושא. ווי עס פארשטייט יעדער און עס איז פשוט אזוי, אז אין יעדע מקום, ווען עס קומט צו גיין א נייע רבי, זענען פארהאן אזעלכע וואס שטימען נישט מיט און גייען נישט אין שפאן. געווענליך זענען די חסידים פונעם רבי'ן, וואס קלעבן אן א נאמען אויף די יעניגע קבוצה, די ערב-רב וואס מאכן חרוב דעם שיינעם קהילה פון אינערווייניג, און פרעסן אויף יעדן גוטן וואונקל וואס עס איז דא.

איך וויל זיך באציען אויף די נעמען וואס חסידים האבן געוואוסט ארויפצוקלעבן אויף די יעניגע, וואס דערמיט זענען זיי פאראייביגט געווארן לדורות עולם. ווער עס קען צוגעבן צו דער רשימה, ווערט העפליך פארבעטן, און אינאיינעם וועלן מיר מאכן א שיינעם ארבעט דערמיט.

אויף וויפיל איך פארמאג יעצט אויפן זכרון איז ווי פאלגענד:
מורדים - די ויז'ניצע קבוצה וואס זענען געפלויגן פון דארט ביי די מרידה.
שווארצע - מיט דעם נאמען זענען אנגערופן געווארן די עקסטרעמיסטישע פליגל אין סאטמאר. מיט דעם נאמען האט מען אויך גערופן די סלאנימע חסידים, מתנגדי הנתיבות שלום.
באטשיס - א נאמען וואס איז געגעבן געווארן דורכ'ן רבי'ן פון מרכז ויז'ניץ שליט"א ולרפוא"ש, פאר די דאזיגע וואס גייען נישט הונדערט פראצענט אין שפאן.
נדחים - איז אויך א שם נדרף פאר די ויז'ניצע מורדים.
מתנגדים - א טערמין וואס איז גענוצט געווארן אין בעלזא, אויף די מחנובקע חסידים אדער אויף אנדערע מתנגדים פון בעלזא.
טאליבאן - איז א טערמין וואס לכאורה האלט עס יעצט אינמיטן אריינקומען אין א געוויסע הויף. השי"ת זאל העלפן אז מען זאל נישט וויסן דערפון, וד"ל.

ווער עס קען צוגעבן, איז מכובד.

אונטער חכם » מיטוואך מאי 29, 2019 9:47 am

· #431235
Re: מורדים, מתנגדים, טאליבאנער, נדחים, שווארצע, באטשיס
דאכט זיך דעם ברך משה'ס מתנגדים פלעגט מען רופן די 'שונאים'.

מייןמהלך » מיטוואך מאי 29, 2019 10:20 am

· #431238
אין געוויסע פלעצער,פלעגט מען אט די חברה רופן, "קארטשירנער'ס"...

רביה''ק זי''ע » מיטוואך מאי 29, 2019 11:22 am

· #431243
[ציטאט אראפגענומען]

לויט וואו איך האב געהערט האט די נתיבות שלום אמאל געהאלטן א דרשה, אז איינער וואס שטעלט זיך נישט צו צו די סדרי הישיבה (עפעס אזוי) איז "פארשווארצט". אין יענע תקופה האבן זיי זיך געהויבן די קעפ, האט מען ארויפגעלייגט אויף זיי דעם נאמען, די נאמען ווייסע איז שוין שפעטער נאכגעקומען.

שמחהלע קאפשטיק » מיטוואך מאי 29, 2019 11:23 am

· #431244
טאליבאן
ווי ווערט איצטערט פארמירט טאליבאן ?

ליפא » מיטוואך מאי 29, 2019 11:57 am

· #431245
שמחהלע קאפשטיק
ווי ווערט איצטערט פארמירט טאליבאן ?

כ'מיין אין בעלעד

איסר האטלקי » מיטוואך מאי 29, 2019 2:50 pm

· #431260
שונאים און מחבלים זענען די צוויי זייטן אין פונוביז'ע מחלוקה

אברך משי » מיטוואך מאי 29, 2019 6:27 pm

· #431267
איך האב אויך געמיינט אז סלאנים האט צוטוהן מיט'ן קאליר פון די בארד, אבער שמעתי פון אינעווייניגערס אז ס'איז געווען "שווארץ" מלשון בזיון וכדברי רביה"ק.

סיקריקים - עקסטרעמיסטן און קנאים אין ירושלים

אויך קען מען צולייגן בדרך צחות:

ילדי צרפת - גוטע פריינט
בלומינגבערג - די פארלאזטע

שמעון וואלף » דאנערשטאג מאי 30, 2019 1:02 am

· #431287
ארונים
זלונים

דולה ומשקה » דאנערשטאג מאי 30, 2019 8:24 pm

· #431345
קרעציגער - אזוי האט האט דער ברך משה אנגערופען די 'בני יואל'.
פגום - נאך א געוויסע שאנד נאמען וועלעכע מ'האט גערופן בשעתו ר' אברהם לייטנער און זיינע אנהענגער

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג מאי 30, 2019 8:51 pm

· #431350
דולה ומשקה
קרעציגער - אזוי האט האט דער ברך משה אנגערופען די 'בני יואל'.
פגום - נאך א געוויסע שאנד נאמען וועלעכע מ'האט גערופן בשעתו ר' אברהם לייטנער און זיינע אנהענגער

פון די אנדערע האבן מיר שוין גענוג געהערט, אפשר קומסטו אריין מיט אינפארמאציע בנוגע די טאליבאן?

מנחם ציון » מיטוואך אוגוסט 5, 2020 3:34 pm

· #455962
דבר אח"ר א נאמען וואס שטעלט פאר מענטשן וועלכע שטייען אויף זייערע רעכטן

שמעי' » דאנערשטאג אוגוסט 6, 2020 5:38 am

· #455990
Re: מורדים, מתנגדים, טאליבאנער, נדחים, שווארצע, באטשיס
און וויזשניץ מאנסי האט מען אנגעריפען די חברה וואס האבן נישט געהאלטען פון ישראל האגער בחיי אביו "שווענץ", שפעטער האט מען זיי טאקע אנגעהויבען רופן "טאליבאן'ע" .

Sent from my SM-G973F using Tapatalk

א חסיד פון ווילנא » דאנערשטאג אוגוסט 6, 2020 7:44 am

· #455991
Re: מורדים, מתנגדים, טאליבאנער, נדחים, שווארצע, באטשיס
אונטער חכם
דאכט זיך דעם ברך משה'ס מתנגדים פלעגט מען רופן די 'שונאים'.
הרב דאמב האט געזאגט ביי א דרשה, אינדערהיים איז געווען א פאך א זייגער מאכער, היינט איז דא א שונא מאכער

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

מפיל קינד » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 2:43 pm

· #456659
דולה ומשקה
קרעציגער - אזוי האט האט דער ברך משה אנגערופען די 'בני יואל'.
פגום - נאך א געוויסע שאנד נאמען וועלעכע מ'האט גערופן בשעתו ר' אברהם לייטנער און זיינע אנהענגער

ביידע האט די ברך משה אליין געזאגט, "קרעציגע קינדער" אויף די קינדער וואס לערנען אין בני יואל, "פגום" האט דער ברך משה אליינס געזאגט ברבים אויף ר' אברהם לייטנער.