איך זוך א ספר - איז עס שוין דא?
איך זוך א ליסטע פון אלע נעמען פון תנ"ך, אויפן סדר פון די אלף-בית, אדער אן אנדערע סדר.
איז שוין דא ערגעץ אזא ליסטע? - אויב יא, וואו קען מען עס געפינען?
יישר כח.
קונקורדנציה עניינית על התנ"ך
די ליסטעס זענען פולע ליסטעס, אדער בלויז פון וויכטיגע פערזאנען?
די ענגלישע וויקי האט נישט ממש אלע נעמען, איך זוך איינער וואס האט ממש אלע נעמען.
איך האב געליינט פריערט א קורצע ביאגראפיע אויפן לעבן פונעם רלב״ג זצ״ל געשריבן דורך ארטער היימאן, דער געוועזענער דיען פון ישיבה אוניווערסיטי׳ס גרעדועט סקול פאר יודישע שטודיעס, און ער שרייבט בתוה״ד אז עס איז נאך פארהאן “two extant responsa” פון אים. איך ווייס נישט אויב עס מיינט צוויי ספרי שו״ת אדער פשוט צוויי תשובות, אבער איך האב נישט געקענט טרעפן אפי׳ א זכר פון אזא זאך אין ערגעץ. איינער ווייסט עפעס איבער דעם?
(17-18) Two responsa signed by Levi b. Gershon, one concerning "Kol Nidre" and mentioned by Joseph Alashkar of Tlemçen, the other mentioned by Isaac de Lattes (Responsa, i. 88), and its authorship declared doubtful by Neubauer (l.c.). The Parma MS. No. 919 contains a liturgical confession beginning and attributed to Levi.
<a class="postlink" href="http://www.jewishencyclopedia.com/articles/9813-levi-ben-gershon">http://www.jewishencyclopedia.com/artic ... en-gershon</a>