☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אינטערנעט און אידישקייט » וויפיל צייט געט איר ביז אן איסור אויף קאווע שטיבל?

וויפיל צייט געט איר ביז אן איסור אויף קאווע שטיבל?

47 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1314

DotCom » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 1:42 am

· #30574
וויפיל צייט געט איר ביז אן איסור אויף קאווע שטיבל?
אזוי ארומקוקנדיג דא לעצטענ'ס ווי דער שטיבל האט זיך ב"ה און בלע"ה פארברייטערט אויף א ברייטן פארנעם, איעדן טאג ווערט דא נתוסף כמה וכמה ספסלי מיט פרישע קאווע טרינקער'ס, א תגובה פון אנאנים מעלדט אז מען האלט שוין אריבער דרייסיג טויזנט תגובות, וואונדער איך מיר ווילאנג וועט נאך דויערן וואס מען וועט טרעטן איינעם אויף די הינער אויגן און עס וועלן נעמען פליען איסורים און חרמות אין אונזער ריכטונג? א שטייגער ווי די איסורים אויף וואס איז נייעס. קאם?....

איך וואלט עס נישט געגעבן מער ווי אפאר וואכן, וואס האלט איר?

אברעמעל » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 1:45 am

· #30576
ווי איז שייך צו אסר'ן?
וואס איז נייעס האט געהאט עדווערטייזמענטס.

DotCom » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 1:48 am

· #30578
אברעמעל
ווי איז שייך צו אסר'ן?
וואס איז נייעס האט געהאט עדווערטייזמענטס.


היידפארק איז אויך געווען ג'אסר'ט, סאטמארניוס? פאר ווער עס געדענקט איז אויך געווען אסור, בקיצור ליוו איט פאר די פרא'ס.

zurich » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 1:49 am

· #30579
DotCom
אזוי ארומקוקנדיג דא לעצטענ'ס ווי דער שטיבל האט זיך ב"ה און בלע"ה פארברייטערט אויף א ברייטן פארנעם, איעדן טאג ווערט דא נתוסף כמה וכמה ספסלי מיט פרישע קאווע טרינקער'ס, א תגובה פון אנאנים מעלדט אז מען האלט שוין אריבער דרייסיג טויזנט תגובות, וואונדער איך מיר ווילאנג וועט נאך דויערן וואס מען וועט טרעטן איינעם אויף די הינער אויגן און עס וועלן נעמען פליען איסורים און חרמות אין אונזער ריכטונג? א שטייגער ווי די איסורים אויף וואס איז נייעס. קאם?....

איך וואלט עס נישט געגעבן מער ווי אפאר וואכן, וואס האלט איר?

אין איסור חל על איסור!! 😉

שמואל הלוי » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 1:50 am

· #30580
און אויך אויף איי וועלט איז געווען א איסור...

נע נישט ממש א איסור נאר א פאשקעוויל, און נישט ממש אויף גאנץ איי וועלט נאר אויף זייער צייטונג וואס איז ארויסגעקומען א שטיק צייט (ווינטער תשס"ט) פון אלע נייעס'ער וואס איז געמאלדן געווארן אויפן הויפט בלאט.

שמעקעדיג » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 1:55 am

· #30582
עס פעלט נישט אויס. ס'וועט זיין געבלאקט ביי אלע קהלה פילטערס. זיי האבן א ניי מין סארט געווער, די איסורים וחרמות וועלן זיין ווייניגער.
בקרוב גייען די פילטערס אריין אין קראפט, און מיר קענען זיך רישן צו זעהן די תגובות דא גיין דעם זעלבן וועג ווי די עקאנאמיע...
ווער ווייסט צי איך וועל נאך האבן א וועג דא צוריק אריין..

אבער... איך שעם מיך אביסל צו זאגן.. איך ווייס נישט אויב כ'וואלט געלאזט מיין קינד לייענען קאווע שטיבל. עס איז קלאר א "אויגן-עפענער" און נעמט אוועק די תמימות פון די מסורה. (איך זעה אפאר ניקס קוקן מיך אן שטרענג... אקעי, סארי)

DotCom » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 1:57 am

· #30583
שמואל הלוי
און אויך אויף איי וועלט איז געווען א איסור...

נע נישט ממש א איסור נאר א פאשקעוויל, און נישט ממש אויף גאנץ איי וועלט נאר אויף זייער צייטונג וואס איז ארויסגעקומען א שטיק צייט (ווינטער תשס"ט) פון אלע נייעס'ער וואס איז געמאלדן געווארן אויפן הויפט בלאט.


אייוועלט ווייסעך איז געגאנגען מקדים זיין רפואה למכה און באקומען די היתר פאר די איסור, קוקט אויס ווי עס איז געווען אזא שמור לי ואשמור לך דיעל, און ביידע האלטן עס טאקע איין, אין אייוועלט טאלערירט מען נישט קיין קריטיק אויף קיינעם נאך עד היום הזה.

שמואל הלוי » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 1:58 am

· #30584
שמעקעדיג
(איך זעה אפאר ניקס קוקן מיך אן שטרענג... אקעי, סארי)

גראדע קוק איך מיט ווייכע ליבליכע אויגן

אברעמעל » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 2:06 am

· #30592
קענסט אפשר פרעגן מער, האט איינער א פראבלעם מיט א איסור?

משה געציל » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 2:07 am

· #30593
איך האף דו פארשטייסט, נאך כינוס כ״י ווי דער הייליגער דז׳יבאער צדיק האט געהאקט אויף די טרפהנ׳ע אינטערנאאאאט צוגלייכענדיג דאס צו ציונות, איז א דבר פשוט אז ביי אונז תלמידים פונעם רבי׳ן זי״ע וואס האבן זיך געווייקט אינעם רבינ׳ס של״ס תורה׳ס און פארשטיי מיר די חומר הענין איז אינטערנאאאט בלויז א זאך וואס פארנעמט א קאפיטעל היסטאריע. איי קאווע שטיבעל? מוז זיין אז די אלע שרייבערלעך למיניהם זענען ווייט פארקראכען פון די שיטה, פאר אזעלכע חברה דארף מען בכלל ארויס געבן א איסור?

שמעקעדיג » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 2:16 am

· #30596
משה געציל מיין ווייב פרעגט פארוואס איך לאך אזוי שטארק......

פראפעסאר שפירא » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 10:10 am

· #30620
א איסור וועט מסתם ציברענגען נאך הונדערטער ליינער, 😎

gehlungen » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 10:55 am

· #30626
פראפעסאר שפירא
א איסור וועט מסתם ציברענגען נאך הונדערטער ליינער, 😎

😛

פשוט-קאמפליצירט » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 1:33 pm

· #30715
א בקשה צו די גדולי הניקים שליט"א מפה קאווע שטיבל אונטער וועלכע עס שטייען אזעלכע וועמענס נעמען וועלן ווארשיינליך פיגורירן אויף אזא איסור: ביטע לאזט אונז וויסן עטוואס פריער פון דער גאס אויב און ווען אזא איסור האלט ביים ארויסקומען. ס'איז נישט מער ווי יושר אז מיר זאלן דערוועגן וויסן אביסאלע פריער ווי די שטאנגען אויף וועלכע די פלאקאטן מיט די געקעסטלטע מיטל-מזרח אותיות וועלן אנגעטשעפעט ווערן. ענייך עירך, פסק'נט דאך דער רבי, קדמה!

קלאר » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 1:53 pm

· #30722
פארוואס מיינען ענק אז די קול קורא הונגעריגע ארבעטן נאכנישט דערויף?
די ערשטע זאך ווען זיי הערן עפעס נעמט מען זיך איבערדרייען, אן קיין שום ציהל.
זיי וועלן קיינמאל נישט פראבירן צו רעדן מיט זייערע קרבנות אפי' נאכן ארויסגעבן די קול קורא (חוץ אויב יענער ווייסט וויאזוי צו שמירן, כידוע)
אויב עפעס, פרעג פארוואס עס נעמט אזוי לאנג.

פאר די וואס ווייסן נישט,
רוב רבנים ווילן שוין נישט אינטערשרייבן פאר דעם וואס נעמט חתימות יעדן שני וחמישי, צוליב זיינע פאלשקייטן אין די פאליטיק וואס ער שפילט ביי יעדע מערכה.

לאדיך אפ » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 2:08 pm

· #30731
מגייט עס נישט אסרן ווייל אינטערנעט איז עניוועי אסור.

שיטראק » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 2:09 pm

· #30733
דאס איז קלאר אז קאווע שטיבל איז אסור, על כל פנים עס איז נישט קיין פלאץ פאר אן ערליכן אינגערמאן זיך צו דרייען אזוי לכתחלה, פאר א סאטמארן אינגערמאן זיכער נישט, דא ווערט אויסגעלופטערט אפענע ציונות, הרב קוק ז״ל ווערט בא'טיטול'ט אויף א וועג וואס איז רח"ל, כ'האב אפילו נישט געוואלט אריינקוקן אין די טעמע.
דער עיקר חסרון פון קאווע שטיבל איז אבער די קרירות און ליצנות וואס ווערט אריינגעברענגט אין הערצער פון די ליינער על כל הקודש לנו, (למשל אפלאכן פון תגלחת נשים, אדער פון נישט שערן די בארד) ווי נישט ווי איז די מסורה און ערליכקייט ביי געווענליכע קאווע שטיבל ליינער היבש וואקלענדיג, און עס פעלט נישט מער אויס ווי א דאוזע ליצנות עס צוצוברעכן.
נאך א פראבלעם איז רח"ל די ניבול פה טעמעס וואס קומען אויף פון צייט צו צייט, דאס איז א געפערליכע עבירה, יעדן גלוסט טאקע צו רעדן דאס וואס עס לונגט אויף די לונג, אבער מען טאר נישט און עס איז א געפערליכער עוון, עס איז שוין צייט אז די מנהלים זאלן פון פראנאויס גלייך פארמעקן טעמעס וואס רעדן זיך פון ניוול פה, כ'מיין אז יעדער דאהי ווייסט פון וואסערע טעמעס כ'רעד

משה געציל » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 2:28 pm

· #30742
שיטראק
דאס איז קלאר אז קאווע שטיבל איז אסור, על כל פנים עס איז נישט קיין פלאץ פאר אן ערליכן אינגערמאן זיך צו דרייען אזוי לכתחלה, פאר א סאטמארן אינגערמאן זיכער נישט, דא ווערט אויסגעלופטערט אפענע ציונות, קוק שר"י ווערט בא'טיטול'ט אויף א וועג וואס איז רח"ל, כ'האב אפילו נישט געוואלט אריינקוקן אין די טעמע.

איך זע טאקע אויף דיין שפראך אז דו ביזט ב״ה בייגעשטאנען דעם נסיון און נישט אריינגעקוקט אין יענעם אשכול.

ענן כבד » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 2:51 pm

· #30752
איך האב לעצטענס אויסגעטשעקט איינע פון די קהלה פילטערס וואס איז שוין אין קראפט, און קאווע שטיבל איז געבלאקט דערויף.

גלות יוד » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 2:52 pm

· #30753
עס וועט נישט ארויסקומען קיין איסור בפרט נאך סיטי פיעלד ווייל מ'קען נישט מאכן א שבות לשבות, וואס דען זאל מען קוקן דראדזש עי בי סי וכו'? דא האלט איך איז די הפסד פון סיטי פיעלד, ווען וואלט עס געווען פאר דעם, וואלט מען עס געקענט אסר'ן בכלליות ביים כינוס און בפרטיות יעדער על מחנהו אבער די קאווע שטיבל קוקט אויס לעגיטים קעגן אלע אלגעמיינע בלאגס למיניהם וואס קען מען טין אפשר אפאר דיי הארדס וועלן אסר'ן

אברעמעל » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 2:56 pm

· #30754
ענן כבד
איך האב לעצטענס אויסגעטשעקט איינע פון די קהלה פילטערס וואס איז שוין אין קראפט, און קאווע שטיבל איז געבלאקט דערויף.

ס'שטייט א קעטעגארי?

chasid » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 3:05 pm

· #30755
אברעמעל
ענן כבד
איך האב לעצטענס אויסגעטשעקט איינע פון די קהלה פילטערס וואס איז שוין אין קראפט, און קאווע שטיבל איז געבלאקט דערויף.

ס'שטייט א קעטעגארי?

מסתם ביי קאווע אן א הכשר..

לעניננו, אזוי ווי שמעקעדיג האט פריער דערמאנט, כ'מיין אז רוב עולם דא וואלט נישט געלאזט זייערע קינדער ליינען דא אסאך אשכולות, דעריבער וועל איך פארשטיין אויב א מנהיג וועט פארשטיין אז זיין עולם דארף נישט ליינען דא

שמעקעדיג » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 3:16 pm

· #30758
שיטראק
דאס איז קלאר אז קאווע שטיבל איז אסור, על כל פנים עס איז נישט קיין פלאץ פאר אן ערליכן אינגערמאן זיך צו דרייען אזוי לכתחלה, פאר א סאטמארן אינגערמאן זיכער נישט, דא ווערט אויסגעלופטערט אפענע ציונות, הרב קוק ז״ל ווערט בא'טיטול'ט אויף א וועג וואס איז רח"ל, כ'האב אפילו נישט געוואלט אריינקוקן אין די טעמע.
דער עיקר חסרון פון קאווע שטיבל איז אבער די קרירות און ליצנות וואס ווערט אריינגעברענגט אין הערצער פון די ליינער על כל הקודש לנו, (למשל אפלאכן פון תגלחת נשים, אדער פון נישט שערן די בארד) ווי נישט ווי איז די מסורה און ערליכקייט ביי געווענליכע קאווע שטיבל ליינער היבש וואקלענדיג, און עס פעלט נישט מער אויס ווי א דאוזע ליצנות עס צוצוברעכן.
נאך א פראבלעם איז רח"ל די ניבול פה טעמעס וואס קומען אויף פון צייט צו צייט, דאס איז א געפערליכע עבירה, יעדן גלוסט טאקע צו רעדן דאס וואס עס לונגט אויף די לונג, אבער מען טאר נישט און עס איז א געפערליכער עוון, עס איז שוין צייט אז די מנהלים זאלן פון פראנאויס גלייך פארמעקן טעמעס וואס רעדן זיך פון ניוול פה, כ'מיין אז יעדער דאהי ווייסט פון וואסערע טעמעס כ'רעד


שרייבסט אביסל אמת אבער זייער שארף.
לשיטתך איז עס פאר א סאטמארן מער אסור ווי פאר א וויזניצ'ן.

איך האלט אז היינט ביינאכט זאל מען אויסרופן ביים סיום הש"ס אז נאר די וועלכע באטייליגן זיך ביים סיום האבן דעם בענעפיט פון מעגן ליינען קאווע שטיבל. ושלום על ישראל.

יידל » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 4:07 pm

· #30793
איך פארשטיי נישט שיטראק. אז דו האלטסט אזוי פון ק"ש, פארוואס עפענען א ניק?

פשוט-קאמפליצירט » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 4:17 pm

· #30806
יידל
איך פארשטיי נישט שיטראק. אז דו האלטסט אזוי פון ק"ש, פארוואס עפענען א ניק?


צו קעמפן "פון אינעווייניג." 😃

יידל » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 4:19 pm

· #30809
פשוט-קאמפליצירט
יידל
איך פארשטיי נישט שיטראק. אז דו האלטסט אזוי פון ק"ש, פארוואס עפענען א ניק?


צו קעמפן "פון אינעווייניג." 😃

נו, וואו פאסט דאס פאר סאטמארער?! 😂

ענן כבד » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 6:06 pm

· #30888
אברעמעל
ענן כבד
איך האב לעצטענס אויסגעטשעקט איינע פון די קהלה פילטערס וואס איז שוין אין קראפט, און קאווע שטיבל איז געבלאקט דערויף.

ס'שטייט א קעטעגארי?


ניין, ס'איז דירעקט געבלאקט
ב.ד.וו. איי"וו ארבעט יא דארט

real jew » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 9:18 pm

· #30976
can you think of a Rav thats capable of understanding the average comment on kaveshtiebel?

פאזעטיוו » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 11:38 pm

· #31073
[ציטאט אראפגענומען]

וועלכע צייטשריפט?

ניו יארק » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 11:58 pm

· #31092
איינער פון דא האט זיך שוין אמאל צוריקגעהאלטן פון גיין אויף וואס-איז-נייעס צוליב דעם איסור...?
איינער געדענקט נאך אפילו אז מען האט עס 'אמאל' גע'אסר'ט...?

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 11:59 pm

· #31094
איך ווייס נישט וועגן קיין איסור. איך האב אויפגעהערט גיין אויף YWN צוליב זייערע אפענע שנאה צו ערליכע פרומע אידן.

דבילה » דאנערשטאג אוגוסט 2, 2012 12:53 am

· #31114
[ציטאט אראפגענומען]


בנוגע דעם פראבלעם וואס פארשידענע טראדיציאנעלע רבנים האבן מיט אדורך טון די פשוט'ע פאקטן וואס זענען סיבות פאר געוויסע הלכות האט סליפקין לעצטענס געשריבן דא און דא.

DotCom » דאנערשטאג אוגוסט 2, 2012 1:04 am

· #31118
איך קענישט פארשטיין ווי עד היום זענען נאך דא מענטשן וואס מיינען אז די אלע איסורים מיינען נאך עפעס כאילו די עסקנים מיינען גאר אונזער אידישקייט, כמיין ווער איז דא משוגע? מיט וועם איז דא עפעס ראנג? וויפיל נאך אזעלכע ביליגע פאליטיק'ס ווי למשל דער איסור אויפן שטערן אדער וואסינייעס און די הונדערטער אנדערע איסורים וועלן אויפווייזן פאר די מענטשן אז מען דיעלט דא מיט פלעינע מאפיא?

ניטאמאל קען עס אנגערופן ווערן 'פאליטיק', רוב מאל איז עס דאך פשוט'ע און פראסטע מאני עקסטארשן, אדער פאוער קאנטראל און די מי בראש שאלה אין וואס אונז אלע, צוזאמען מיט די אומגליקליכע רבנים, ווערן אריינגעשלעפט, וועיק'טס אפ חברה, ווי מר. שיטראק וחביריו, קיינער קיינמאל קעירט אויף ענקער אידישקייט, מ'נוצט נאר ענקער אידישקייט פאר א מיטל צו טהון גניבות ורשעות ורציחות וכל מיני עבירות, וזהו, שוין צייט זיך אויפצווועקן און אריינקוקן דעם אמת אין פנים!

טעלעפאן » דאנערשטאג אוגוסט 2, 2012 3:14 am

· #31141
שיטראק
דאס איז קלאר אז קאווע שטיבל איז אסור, על כל פנים עס איז נישט קיין פלאץ פאר אן ערליכן אינגערמאן זיך צו דרייען אזוי לכתחלה, פאר א סאטמארן אינגערמאן זיכער נישט, דא ווערט אויסגעלופטערט אפענע ציונות, הרב קוק ז״ל ווערט בא'טיטול'ט אויף א וועג וואס איז רח"ל, כ'האב אפילו נישט געוואלט אריינקוקן אין די טעמע.
דער עיקר חסרון פון קאווע שטיבל איז אבער די קרירות און ליצנות וואס ווערט אריינגעברענגט אין הערצער פון די ליינער על כל הקודש לנו, (למשל אפלאכן פון תגלחת נשים, אדער פון נישט שערן די בארד) ווי נישט ווי איז די מסורה און ערליכקייט ביי געווענליכע קאווע שטיבל ליינער היבש וואקלענדיג, און עס פעלט נישט מער אויס ווי א דאוזע ליצנות עס צוצוברעכן.
נאך א פראבלעם איז רח"ל די ניבול פה טעמעס וואס קומען אויף פון צייט צו צייט, דאס איז א געפערליכע עבירה, יעדן גלוסט טאקע צו רעדן דאס וואס עס לונגט אויף די לונג, אבער מען טאר נישט און עס איז א געפערליכער עוון, עס איז שוין צייט אז די מנהלים זאלן פון פראנאויס גלייך פארמעקן טעמעס וואס רעדן זיך פון ניוול פה, כ'מיין אז יעדער דאהי ווייסט פון וואסערע טעמעס כ'רעד


זאג נאר, וואס איז אזוי קלאר?? ממה נפשך, איז אמת וואס שטייט דא דאן וואס איז דיין טענה, אז איך מוז נאכגיין מיין חסידות ווי א בלינדער? מיינע אייגענע סאטמארע משפיעים שפעטן אפ פון נאכגיין מנהיגים אן קיין חשבון (זעה אשכול איבער אמונת צדיקים-חכמים). און אויב איז עס נישט אמת דאן ענטפער

גילוי דעת.. איך וואלט נישט געוואלט האבן קיין שום פראבלעם מיין קינד זאל קענען לייענען קאווע שטיבל. אויב איז ער אויף א מצב וואס איך וואלט אים נישט געלאזט עס לייענען האב איך זייער ווייניג אינוועסטירט אין זיין חינוך

קלאר » דאנערשטאג אוגוסט 2, 2012 11:50 am

· #31192
נוי יארק
איינער פון דא האט זיך שוין אמאל צוריקגעהאלטן פון גיין אויף וואס-איז-נייעס צוליב דעם איסור...?
איינער געדענקט נאך אפילו אז מען האט עס 'אמאל' גע'אסר'ט...?


ניין, ווייל עס איז תיכף נאכדעם באקאנט געווארען אז די גאנצע קול קורא איז איין שטוק פאליטיק פין ... ...

יואליש » דאנערשטאג אוגוסט 2, 2012 12:57 pm

· #31204
פשוט-קאמפליצירט
יידל
איך פארשטיי נישט שיטראק. אז דו האלטסט אזוי פון ק"ש, פארוואס עפענען א ניק?


צו קעמפן "פון אינעווייניג." 😃


אבעסעלוט אין קעגנזאץ צו די סאטמארע מסורה.

בן תמליון » דאנערשטאג אוגוסט 2, 2012 1:36 pm

· #31212
לדעתי וועלן זיי קיינמאל ארויסקומען מיט אן עפנטליכן איסור אויף ק"ש ווייל עס איז ממילא אסור ווי חזיר ס'איז נישט שייך צו אסר'ן און בנוסף אן איסור וועט אהערטרייבן רבבות אלפי ישראל. אויב עפעס וועלן זיי ארבעטן צו דערגיין ווער עס דרייט זיך דא און מאכן א פאר משכנתא'ס למען ישמעו ויראו. איז טאקע וויכטיק דער עולם זאל זיין נזהר אן איבעריק ווארט קען גורם זיין בכיה לדורות.

DotCom » דאנערשטאג אוגוסט 2, 2012 9:00 pm

· #31329
קלאר
ניין, ווייל עס איז תיכף נאכדעם באקאנט געווארען אז די גאנצע קול קורא איז איין שטוק פאליטיק פין ... ...


אבער די רבנים האבן יא ג'חתמ'ט, עכ"פ די פאר רבנים וואס איך האב פערזענליך אנגעפרעגט, כאטש זיי האבן נישט געהאט קיין אנונג וואס פונקטליך זיי חתמ'נן ווי זיי האבן עס מיר אליינס מעיד געווען, סא ווער זענען דא די ריכטיגע לצים, די עסקנים אדער קאווע שטיבל שרייבער'ס?

ידען » דאנערשטאג אוגוסט 2, 2012 9:52 pm

· #31350
אויב סע קומט ארויס א איסור וועלען סאך מער מענטשען אהערקומען און סע וועט זיך פאר אונז אלע לוינען.

זר זהב » דאנערשטאג אוגוסט 2, 2012 9:53 pm

· #31351
ידען
אויב סע קומט ארויס א איסור וועלען סאך מער מענטשען אהערקומען און סע וועט זיך פאר אונז אלע לוינען.

פארוואס? דערווייל איז דאך נאך נישט דא קיין עדס דא.

ידען » דאנערשטאג אוגוסט 2, 2012 10:01 pm

· #31354
מער מענטשן וועלן שרייבן.

געפילטע פיש » פרייטאג אוגוסט 3, 2012 2:03 am

· #31463
וועט מיר נעמען לענגער צו ליינען אלע תגובות? כ'בין נישט מסכים, וויפיל צייט מיינסטו איך האב?

ניו יארק » זונטאג אוגוסט 5, 2012 2:15 am

· #31676
מען דארף זאגן די רבנים אז אויב זיי ווילן ארויסגעבן א איסור אויף קאווע שטיבל זאל עס כאטש זיין אינמיטן די וואך, כדי די פלוס פון צענדליגע/הונדערטער באזוכער וואס וועלען צוקומען, זאל נישט קראכן די סערווער ווען איך ניץ עס (געווענליך וויק-ענד'ס).

אזוי אויך זאלן זיי האבן פארשטענדעניש, און זיי זאלן לאזן וויסן די מנהלים כאטש 48 שעה פארדעם, אז מען זאל קענען אויפנעמען אלע חשובע געסט - וואס וועלן צוקומען פון אזא איסור - בכבוד הראוי.

נס קאווע » מאנטאג אוגוסט 6, 2012 6:06 pm

· #32202
סאטמאר קעמפט דאך נישט פון אינעווייניג

שמעקעדיג » מאנטאג אוגוסט 6, 2012 6:18 pm

· #32213
יידל
פשוט-קאמפליצירט
יידל
איך פארשטיי נישט שיטראק. אז דו האלטסט אזוי פון ק"ש, פארוואס עפענען א ניק?


צו קעמפן "פון אינעווייניג." 😃

נו, וואו פאסט דאס פאר סאטמארער?! 😂


===================================

יואליש
פשוט-קאמפליצירט
יידל
איך פארשטיי נישט שיטראק. אז דו האלטסט אזוי פון ק"ש, פארוואס עפענען א ניק?


צו קעמפן "פון אינעווייניג." 😃


אבעסעלוט אין קעגנזאץ צו די סאטמארע מסורה.



===================================

נס קאווע
סאטמאר קעמפט דאך נישט פון אינעווייניג



שלשה כתובים הבאין כאחד.

פאזעטיוו » מאנטאג אוגוסט 6, 2012 7:17 pm

· #32238
ואין למידין הימנה

town1 » מאנטאג אוגוסט 6, 2012 8:37 pm

· #32289
נוי יארק
איינער פון דא האט זיך שוין אמאל צוריקגעהאלטן פון גיין אויף וואס-איז-נייעס צוליב דעם איסור...?
איינער געדענקט נאך אפילו אז מען האט עס 'אמאל' גע'אסר'ט...?

יא, איך האב אויפגעהערט צו גיין אויף וואס איז נייעס וועגן די איסור