☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » ר' ברוך יהודה שניצלער ז"ל און זיין שמחה-סגולה

ר' ברוך יהודה שניצלער ז"ל און זיין שמחה-סגולה

12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13134

שבת אחים » זונטאג מאי 19, 2019 11:50 am

· #430739
מוראדיגע מוסר השכל וואס איך זעה
היינט, אזויפיל אידען זענען אין שאק באוויינען א אידל וואס האט סך הכל געגריסט יעדעם מיט א שמייכל... נישט געווען קיין עושר גארנישט געגעבן פאר קיינעם.. נאך אפילו גענומען ... אין יעדער באוויינט אים


אן א סייט נאוט פארשטיי איך נישט פונקטליך וואס פעלט אויס די עקסטערע פאר ווערטער ״און נאך אפילו גענומען״ סאיז נישט שיין פאר די משפחה און ס׳פעלט נישט אויס, מיט דעם וואס מ׳שרייבט אז ער איז קיין עושר נישט געוועהן איז מען שוין יוצא.

סאיז נישט קיין כבוד צושרייבן אויף א מת אז ער האט געניסט פונעם ציבור. סאיז א גרויל...

מודה בטפל » זונטאג מאי 19, 2019 12:06 pm

· #430742
שבת אחים ער האט נישט ''גענומען'' פאר זיך, גענומען מיינט מען וואס ער איז געווען א גבאי צדקה. פון וואס ער האט גראדע גארנישט גענומען פאר זיך!

קאצקע ציקער » זונטאג מאי 19, 2019 1:17 pm

· #430748
פארגלייך נישט ביטע דעי צוויי ר'נפתלטשע זעהן ווירקלעך יודן אפענע ישועות און ס'האט גארנישט מיט א חלום

איסר האטלקי » זונטאג מאי 19, 2019 2:35 pm

· #430752
קאצקע ציקער
פארגלייך נישט ביטע דעי צוויי ר'נפתלטשע זעהן ווירקלעך יודן אפענע ישועות און ס'האט גארנישט מיט א חלום

ווען נישט אריינווארפן ר' ישעי'לע און ר' נפתלי'טשע וואלט העניך נישט געשריבן זיין ארטיקל...

דער פותח האשכול ברענגט ארויס א גוטע נקודה, אבער ס'מוז נישט אלץ זיין א זה לעומת זה. פארברענגען עטליכע שעה ביי א קאלטע שטיין איז נישט קיין נייער אויסטרעף, און ס'איז אויך נישט קיין סתירה מיטן זיין בשמחה.

שושן פורים » זונטאג מאי 19, 2019 4:33 pm

· #430765
קאצקע ציקער
פארגלייך נישט ביטע דעי צוויי ר'נפתלטשע זעהן ווירקלעך יודן אפענע ישועות און ס'האט גארנישט מיט א חלום

די איינציגסטע חילוק איז אז ביי מר. שטיינער ז"ל פון סטעטן איילענד האט א צווייטע איד געחלומט משא"כ לגבי ל"ג בעומר האט ר' נפתלי'טשע אליינס געחלומט.

שבת אחים » מאנטאג מאי 20, 2019 3:35 am

· #430792
מודה בטפל
שבת אחים ער האט נישט ''גענומען'' פאר זיך, גענומען מיינט מען וואס ער איז געווען א גבאי צדקה. פון וואס ער האט גראדע גארנישט גענומען פאר זיך!


כהאב נישט געכאפט וואס ער האט געמיינט. כבין אביסל slow און א שטיקל אונגארישער נער...

קאצקע ציקער » דינסטאג מאי 28, 2019 10:52 pm

· #431224
טשיל , ס'דא נאך רביס בדורינו חוץ פון די בעלי מחלוקת , ערליכע יודן

קורקלענד » דינסטאג מאי 28, 2019 11:19 pm

· #431225
[ציטאט אראפגענומען]

ס'שטימט.

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג מאי 30, 2019 10:25 pm

· #431355
.

וואלווי » דאנערשטאג מאי 7, 2020 7:19 pm

· #448037
[ציטאט אראפגענומען]


אסאך מאל קלער איך, אז מ'איז אזוי ביזי פארן צו קברי צדיקים, וואס סך הכל דערציילט מען נאר נאך זייערע מיסטישע מופתים, און מיט דעם קוויטשעט מען אז זיי זאלען איינרייסן און פועל'ן די זעלבע מופתים אויף יענע וועלט אויך. אבער פארוואס דארף זיין ממרחק תביא לחמה? נאכדערצו אז ס'קען גאר זיין אז די גאנצע ווינט גייט אריין אין כלל פון ירחיק עדותו?

די אמת איז אז ס'ליגט דא מיט אונז דא א צדיק אמת, דער אומפארגעסליכער ר' ברוך יודא, וואס האט געטוהן למעשה, פועל ישעות געווען במציאות מיט זיין אייגענע צוויי הענט, און מחיה נפשות געווען בגשם ורוח. א ריכטיגע זורע צדקות מצמיח ישועות. און ס'איז ניטאמאל אבי א legend. מ'האט געקענט זען זיינע ישועות מיט די אייגענע אויגען אויף א טאג טעגליכע פארנעם.

אז איך דארף נעמען א bet ווי צו צונדען מיין לעצט לעכטעלע און אויסוויינען איין קאפיטל תהילים, וועט עס זיין ביים ציון הק' פונ'ם פועל ישועות הרה"צ ברוך יודא ב"ר משולם זושא זצ"ל.

זכותו יגן עלינו.

יין שרף » דאנערשטאג מאי 7, 2020 11:01 pm

· #448074
ר' ברוך יודא זאגט, קום נישט צו מיין ציון און איך דארף נישט דיין לעכט! גיב מיר נישט דיין תיקון, און פארגעס פון משניות. טוה וואס איך האב געטוהן!

שענק א שמייכל פאר יעדעם איינעם! וואס קאסט דאס?! זעסט א צובראכענע איד? זיי אים מחזק, זאג אים א גוט ווארט, גיב אים א האג, מאך סתם א קארני ווערטל אז דער עולם זאל לאכן, גיב עטענשען פאר ווער עס דארף נאר, און אויב ווייזט ער אז ער דארף נישט גיב עם דאפעלט! יעדע קליין קינד זיי גורס, ענטפער יעדעם בסבר פנים יפות.

ער איז ארום מיטן שמייכל, ווי כאילו די וועלט לאכט צו אים, ער איז געווען א יורד (געהאט אמאל שיין געלט), און נאך אסאך זאכן וואס עס אים בכלל נישט גרינג געגאנגען, און גארנישט האט עפעקטירט זיין שמייכל, אפילו אויב פאר זיך האט ער צומאל נישט פארגינט א שמייכל, אבער פאר יענעם? אלעמאל!


והלכת בדרכיו!

דער גאלדענער אדלער » דאנערשטאג מאי 7, 2020 11:09 pm

· #448076
Re: ר' ברוך יהודה שניצלער ז"ל און זיין שמחה-סגולה
כ'האב עם געקענט פון דער נאענט, און צוגאב צו זיין זיסע שמייכל, האט ער געטוהן היפש חסד אינטערן טיש, וואס איך האב מיטגעהאלטן.