איך ווייס נישט וואס ער רעדט דארט. אבער מיר באדערט אביסל אז די ליידיגסטע ניגונים, סיי אין tune און סיי און lyrics ווערן די מערסטע אויפגעכאפט לעצטענס, און ווי מען גייט הערט מען עס איבער און איבער, אין גראסערי און ביים ליל ששי פארברענג, ביים חתונה און סתם אזוי ווען מענטשן צוזינגען זיך. ניגונים אשר אין בהם לא טעם ולא ריח, מען וויינט אריין אין "וועמען זאל מען פרעגן וועמען" און "לאמיר מאכן קידוש אויפן גאנצע וועלט" דינסטאג ביינאכט.. (יא, איך ווייס אז די געדאנק קומט פונעם ריבניצער צדיק. ממילא?) איך ווייס נישט מיט וואס מענטשן קאנעקטען זיך צום ניגון, די ווערטער האבן עפ"ר נישט קיין פשט, און אפילו אויב יא, בכלל נישט פאסיג צום tune.
און לעצטענס מיט נאך א ניגון פונען טאלאנטפולן בעל מנגן דובי מייזליש, אויף קה ריבון עלם, לאמיר אלע צוזאמען וויינען "פאר דיר אוי פאר דיר, אוי נאר פאר דיר" אנת הוא מלכא מלך מלכיא...