תקפב. מצוה שישמח החתן עם אשתו שנה אחת -- ספר החינוך
שנצטוינו שישמח החתן עם אשתו שנה אחת, כלומר שלא יסע חוץ לעיר לצאת למלחמה ולא לעניינים אחרים לשבת זולתה ימים רבים, אלא ישב עמה שנה שלמה מיום הנשואין, ועל זה נאמר (דברים כד ה) נקי יהיה לביתו שנה אחת ושמח את אשתו אשר לקח.
משורשי המצוה
כי האל ברוך הוא עלה במחשבה לפניו לבראת העולם, וחפצו שיתישב בבריות טובות הנולדות מזכר ונקבה, שיזדוגו בהכשר, כי הזנות תועבה היא לפניו, על כן גזר עלינו העם אשר בחר להיות נקרא על שמו, שנשב עם האשה המיוחדת לנו להקים זרע שנה שלמה מעת שנשא אותה, כדי להרגיל הטבע עמה ולהדביק הרצון אצלה ולהכניס ציורה וכל פעלה בלב, עד שיבוא אצל הטבע כל מעשה אשה אחרת וכל עניניה דרך זרות. כי כל טבע ברוב יבקש ויאהב מה שרגיל בו, ומתוך כך ירחיק האדם דרכו מאשה זרה, ויפנה אל האשה הראויה לו מחשבתו, ויכשרו הולדים שתלד לו, ויהיה העולם מעלה חן לפני בוראו.
דאס איז איינע פון די זאכן וואס מען לערנט נישט מיט די אינגעלייט
די שמיעס גייט שוין צו ווייט איך רעד נישט אריין אין די מציאות פון מאן ליבען מאן וואס דאס איז נישט לדעתי און א אפענע פלאץ ווי קאווע שטיב צו ארומשמיסען צו ס'דא אזא תאווה צו מדארף זיך רעכנען מיט אזא געפיל דאס איז נישט פאר מיר די ארט! בנוגע וואס איך האב געצילט קיין נאוואמינסק איז נישט ווייל איך בין מער מחשיב הרב פיליף! סאיז ווייל איך פארשטיי ער איז נישט ביכולת צו הערען די ענינים און אריינצורעדען אינדעם, נאוומיסק וואס האט שטאדירט און איז פיל ברייטער איז ביכולת מבחין צו זיין פון מאדערען ארטאדאקס ביז חובבי, ווי ער האט שוין איינמאל ברבים מעורר געווען קעגין פרויען רבנים כידוע, פרעג איך אויף די קאסאני נוסח, מאי שנא? פארוואס קומט נישט ארויס פערזענדליך קעגען אזא א"ג רב וואס האלזט זיך מיט נשים ביי א אזא טמנע פאראדע און פארוואס זאגט מען נישט אז זיי זענען אזוי ווי רעפארם?
און פיל מער איז מיר ווייטאגליך אויף וויי יוא וואס זיי זענען די רעכסטע פון די מאדערען ארטאדאקס און הרב הערשל שעכטר בראש וואס איז א ת"ח ויר"ש פרעג איך און איך קליינע מענטש טענהט אז איר זענט שוואך איז אייער גאנצע ציבור שוואך! וואס האט איר מורא צו זאגען די דבר ה'? וואס שעמט איר זיך מיט די טאטע און הימעל און זיין תורה הק'? להבדיל אוזי פיל קריסטען שעמען זיך נישט און כ"ש מסלומענע און אונז ממלכת כהונים וגוי קדוש האט מורא פון די ליבראלע שקצים? שטעלט אייך ווי די בני לוי און שרייט מי לד' אלי! האט נישט מורא וואס וועט די פארוועד זאגען, זיי זוכען אייך ממילא צו באשמיצען, לערינט אייך פון טראמף ירום הודו רעכעט אייך נישט מיט די לינקע מידיא!
ווען סקימט צו איזריעאל זאל טוען זאכען וואס איז נישט פאפלער זענט איר זייער שטארק ! נאכאמאל פרעג איך מאי שנא? ווען די נותן התורה זאגט אייך אלקי של אלו שונאי זימה ווערט איר א שוואכלינק! היתכן?
און איך רוף צו אלע רבנים פון די מאדערען ארטאדאקס עס איז בידכם צו ראטווען די דת! שטייט נישט גלייכגילטיג!
און צו דער נער וואס שרייבט פריער אז איין טאג וועט זיין תשובות להתיר לנשיאון איש לאיש חס ושלום ייאמר שרייבט אייך אן און קאטצעס טעמפעל און ער שרייבט תשובות אויף פעיס בוק תיפוש איינער
ימים ידברואון מיין תורה שטייט ואת האיש לא תשכבי משכבי אשה דאס איז עריות !
הרב @ימים איך ווייס נישט וועלכע דרוק חומש דו האסט, אבער אין מיין תורה שטייט ואת זכר לא תשכב משכבי אשה.
און בנוגע דיין טענה וואו איז הרב הערשעל שעכטער, קודם כל איז חובבי זייער אראפגעקוקט אין ישיבת רי"א, והשנית מהיכי תיתי אז ער ליינט זיינע טוויטס און פאסטס?
ימים, דו לעבסט אין א געוויסע באבל, און דו מיינסט אנדערע לעבן אויך דארט. ביי דיר, זעט זיך אויס, אז עפעס פאסירט וואס דו גלייכסט נישט, מוז מען רעדן דערפון. אלזא האסטו א קשיא, הלמאי זיי רעדן נישט.
און ווער האט דיר געזאגט אז רעדן איז דער נושא? ווער זאגט דיר אז 'ארויס גיין' וועט עפעס לייזען? מה ענין שמיטה אצל הר סיני? און אפשר האט הרב שכטר יא עפעס געזאגט ביי זיין שאלעשידעס?
Re: חם לבי בקרבי
<a class="postlink" href="https://www.inn.co.il/News/News.aspx/293663">https://www.inn.co.il/News/News.aspx/293663</a>
א שיינע ארטיקל איבער דעם נושא פון הרב אליעזר מלמד פון די גרויסע רבנים ביים פרומע מזרחי עולם
Sent from my iPhone using Tapatalk
Re: חם לבי בקרבי
עס איז דא אפאר וועגן צו קוקן אויף א משכב זכר׳ניק, ביי אונז (חרדים) קוקט מען אראפ אויף אזא איינע מער ווי אויף א מחלל שבת׳ניק, היות מען רעדט פון א ענין פון קדושה און אויך וויבאלד די תורה רופט דאס אן תועבה צוזאמען מיט אזא הטבע עונש נאכדעם איז דא די גאנג פון הרב אליעזר מלמד און פון הגאון החסיד רבי אהרן ליכטנשטיין ועוד (גראדע איז זיין זוהן היינט די ראש ישיבה פון תורה ודעת, א גלגל החוזר)וואס קוקן אויף אים פונקט ווי אויף א מחלל שבת, אזוי די עונשים אויף ביידע זענען די זעלבע, איי עס שטייט ביי דעם תועבה נו דאס מיינט תועה אתה בה, במילא פיר דיך אויף צו אים די זעלבע, נאכדעם זענען איז דא די רבנים וואס זיכען שוין ״התחדשות״ אין אידישקייט כדוגמת כ״ץ וריסקן
Sent from my iPhone using Tapatalk
ימים ידברואון צו דער נער וואס שרייבט פריער אז איין טאג וועט זיין תשובות להתיר לנשיאון איש לאיש חס ושלום ייאמר שרייבט אייך אן און קאטצעס טעמפעל און ער שרייבט תשובות אויף פעיס בוק תיפוש איינער
איך נעם אן אייער רייד מיטן גאנצן הארץ, שוין איינגעשריבן.
נ.ב. לדעתי וואלט אזא חשוב'ע מוכיח בשער פערזענליכקייט ווי אייך זיך געמעגט אויסלערנען אביסל שרייבן כללים, די פוינטס זענען גוט, עס איז א שאד אז דער עולם זאל עס נישט מקבל זיין צוליב אפאר שרייבעריי מיסברויכן.
ווצב"ש
די חילוק צווישן
און-אין
אן-איין
נשיאון-נישואין
תיפוש-טיפש
וכדומה
שושן פורים צדקה ממני! מיינע גרעמע און דידוק צריך תיקון אבער דיין תוכן וואס די שרייבסט האפענוגען אז רבנים וועלען מתיר זיין רחמנה ליצלן וואס די תורה הק' אסרט דאס איז אזוי ווי די חפץ חיים זי"ע האט געזאגט פארן משכיל וואס האט אים פארגעהאךטן אז קרא שמע ולא דקדק האט די ח"ח גענפירט פארט בעסער ווי דקדק ולא קרא!
חוקר ודורשעס איז דא אפאר וועגן צו קוקן אויף א משכב זכר׳ניק, ביי אונז (חרדים) קוקט מען אראפ אויף אזא איינע מער ווי אויף א מחלל שבת׳ניק, היות מען רעדט פון א ענין פון קדושה און אויך וויבאלד די תורה רופט דאס אן תועבה צוזאמען מיט אזא הטבע עונש.
איך האב מקובל פון הרבנית נאור תליט"א, אז ווען איינער זאגט אפאר תירוצים אויף איין זאך איז קיין איינס פון זיי נישט אמת... די אמת'ע תירץ איז אז ס'איז א השפעה פון די קריסטן, כידוע.
Re: חם לבי בקרבי
רביה''ק זי''עחוקר ודורשעס איז דא אפאר וועגן צו קוקן אויף א משכב זכר׳ניק, ביי אונז (חרדים) קוקט מען אראפ אויף אזא איינע מער ווי אויף א מחלל שבת׳ניק, היות מען רעדט פון א ענין פון קדושה און אויך וויבאלד די תורה רופט דאס אן תועבה צוזאמען מיט אזא הטבע עונש.
איך האב מקובל פון הרבנית נאור תליט"א, אז ווען איינער זאגט אפאר תירוצים אויף איין זאך איז קיין איינס פון זיי נישט אמת... די אמת'ע תירץ איז אז ס'איז א השפעה פון די קריסטן, כידוע.
איך פארשטיי נישט קיין ווארט וואס די שרייבסט, אונזער תורה אסר׳ט דאס און פון דארטן נעמען עס די קריסטן אויך, איך זאג נאר דריי וועגן ווי אזוי רבנים קוקן עס אן כדרכה של תורה
Sent from my iPhone using Tapatalk
ליטוואק פון בודאפעסטאיינער פון די עצות פאר א מענטש וואס ליידט פון די פראבלעם, אז עס גלוסט זיך אים די זעלבע מין, איז צו שרייבען פוי! און שרייען קעגן דעם. עס איז בדוק ומנוסה.
געטראכט די זעלבע.. יעצט איז שוין פארשטענדליך ימים'ס נאמען פאר די אשכול חם לבי בקרבי..
חוקר ודורשאיך פארשטיי נישט קיין ווארט וואס די שרייבסט, אונזער תורה אסר׳ט דאס און פון דארטן נעמען עס די קריסטן אויך, איך זאג נאר דריי וועגן ווי אזוי רבנים קוקן עס אן כדרכה של תורה
די תורה 'אסר'ט אסאך זאכן, אבער די מין בליק וואס געוויסע חרדים האבן אויף דעם, אז ס'איז עפעס א מין רוחניותדיגע קרענק, און ערגער פון כל עבירות שבתורה, איז א דירעקטע השפעה פון די קריסטן.
Re: חם לבי בקרבי
[ציטאט אראפגענומען]
איך רעדט נישט פון איינער וואס מוטשעט זיך מיט דעם, איך רעדט פון איינעם וואס האט געטוהן למעשה און חתונה געהאט מיט א מאן, א גרויסע חילוק, אזא איינע האט נישט קיין דריסות הרגל ביי אונז
Sent from my iPhone using Tapatalk
Re: חם לבי בקרבי
רביה''ק זי''עחוקר ודורשאיך פארשטיי נישט קיין ווארט וואס די שרייבסט, אונזער תורה אסר׳ט דאס און פון דארטן נעמען עס די קריסטן אויך, איך זאג נאר דריי וועגן ווי אזוי רבנים קוקן עס אן כדרכה של תורה
די תורה 'אסר'ט אסאך זאכן, אבער די מין בליק וואס געוויסע חרדים האבן אויף דעם, אז ס'איז עפעס א מין רוחניותדיגע קרענק, און ערגער פון כל עבירות שבתורה, איז א דירעקטע השפעה פון די קריסטן.
איז עס נישט ביהרג ואל יעבור?
דינען עבודה זרה איז אויך ביהרג ואל יעבור, צו מיינט דאס אז איינער וואס האט א תאוה צו דינען עבודה זרה איז קראנק?!
רביה''ק זי''עדינען עבודה זרה איז אויך ביהרג ואל יעבור, צו מיינט דאס אז איינער וואס האט א תאוה צו דינען עבודה זרה איז קראנק?!
מיין מנהל אין ישיבה האט אמאל געזאגט: עבודה זרה אמאל איז געווען אסאך אסאך א גרעסערע תאווה ווי די היינטיגע הארבע חטאים.
ע"ז איז דעמאלט געווען דער חטא הידוע