☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אינטערנעט און אידישקייט » אשכול אן א טיטל #13102

אשכול אן א טיטל #13102

14 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13102

— » פרייטאג מאי 3, 2019 5:12 pm

· #429613

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

איסר האטלקי » מוצ"ש מאי 4, 2019 10:34 pm

· #429634
און גערעכט זענען זיי. דו ווייסט וויפיל מכשולות וואס קומען דורך טאלק וואלט מען דורך טעקסט געקענט פארמיידן?. מענטשן קאמוניקירן מיט אנדערע און פארברענגן די צייט שעות ארוכות וואס מיט טעקסט וואלט עס גענומען א האלבע מינוט.

אזוי אויך וועט מען רעדט מיט פרויען, דורך טעקסט געט מען א שיק א מעסעדזש און פארטיג, משא"כ דורך טאלק דארף מען רעדן העפליך און מען קען נישט אראפלייגן נאך א האלבע סעקונדע, מען הערט נאך די קול פון די פרוי, און עס פארט אסאך שנעלער צום תהום.

אישתישבי » מוצ"ש מאי 4, 2019 10:41 pm

· #429636
ווען פעיסבוק וואלט געוועהן פאר טעקסט

איסר האטלקי » מוצ"ש מאי 4, 2019 10:48 pm

· #429637
ווען סמארטפאונס וואלטן געווען פאר פובליק טעלעאפונס

ווען קאמפיוטערס וואלטן געווען פאר קאלקאלעיטארס

ווען אימעיל וואלט געווען פאר פאסט

ווען דזשאבס וואלטן געווען פאר התאחדות

ווען אינטערנעט וואלט געווען פארן קריג...

אישתישבי » מוצ"ש מאי 4, 2019 11:43 pm

· #429641
איסר האטלקי
ווען סמארטפאונס וואלטן געווען פאר פובליק טעלעאפונס

ווען קאמפיוטערס וואלטן געווען פאר קאלקאלעיטארס

ווען אימעיל וואלט געווען פאר פאסט

ווען דזשאבס וואלטן געווען פאר התאחדות

ווען אינטערנעט וואלט געווען פארן קריג...


פשוט מיהא חדא.
ווען אינטערנעט וואלט געווען פאר די קריג, וואלט לכאורה נישט געקענט זיין א גענעסייד פין זעקס מיליאן אידען.

מאטי » זונטאג מאי 5, 2019 12:28 am

· #429646
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/191234">viewtopic.php?p=191234#p191234</a><!-- l -->

איש חזון » זונטאג מאי 5, 2019 12:39 am

· #429647
אישתישבי
פשוט מיהא חדא.
ווען אינטערנעט וואלט געווען פאר די קריג, וואלט לכאורה נישט געקענט זיין א גענעסייד פין בלויז זעקס מיליאן אידען.

😛

אישתישבי » זונטאג מאי 5, 2019 4:29 pm

· #429686
לויט ראבינאוויטש וואלט דער אינטערנעט אליין חרוב געמאכט אלע אידען און מען וואלט נישט געברויכט היטלער.

איש חזון » זונטאג מאי 5, 2019 9:12 pm

· #429727
איך האב געמיינט צו זאגן אז עס איז דא א סברא אז די נאצישע פראפאגאנדע וואלט געווען אסאך שטערקער דורך די אינטערנעט

אישתישבי » דינסטאג מאי 7, 2019 1:33 pm

· #429856
לכאורה האט זייער פראפאגאנדע געארבעט גאר גוט אויף אלע דייטשען מעגליך, און וואלט נישט געקענט זיין בעסער.

ווייטער אויף די נישט דייטשען, אויף וועמען זיי האבן נישט געקענט האבן א בעלות אויף דער חינוך, וואלט דער אינטערנעט נישט געקענט ארבעטען אויף א מאסיווע פארנעם, נאר אויף יחידים.
קוק אויך די עקסטרעמע מוסלמענער, זיי באקומען בלויז יחידים דורך דער אינטערנעט.

וואלווי » דינסטאג מאי 7, 2019 5:37 pm

· #429883
אישתישבי
לכאורה האט זייער פראפאגאנדע געארבעט גאר גוט אויף אלע דייטשען מעגליך, און וואלט נישט געקענט זיין בעסער.

ווייטער אויף די נישט דייטשען, אויף וועמען זיי האבן נישט געקענט האבן א בעלות אויף דער חינוך, וואלט דער אינטערנעט נישט געקענט ארבעטען אויף א מאסיווע פארנעם, נאר אויף יחידים.
קוק אויך די עקסטרעמע מוסלמענער, זיי באקומען בלויז יחידים דורך דער אינטערנעט.


פראקטיש גערעדט זענען אסאך יודען נישט אנטלאפן ווייל מ'האט געגלייבט די נאצי'ס און נישט געגלייבט די פוילישע אנטלאפענע ממילא איז געבליבן וואוינען רוהיג. ווען ס'דא געהעריג אינטערנעט מיט פולע מידיע, נייעס און סאשעל מידיע, וואלט כמעט נישט מעגליך געווען זיך צו נער'ן.

אינטערנעט = הצלת נפשות

גראף » דינסטאג מאי 7, 2019 11:46 pm

· #429904
@וואלווי און די אלע וואס האבן אונטער געשריבן נישט צו כאפן א בליק אויף א סמארט פאון וואלטן ווייטער נישט קלוגער געווארן.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

גרעפיקסער » מאנטאג נאוועמבער 2, 2020 2:59 pm

· #461908
ערנסט גערעדט, האט מען אלץ אנגעקוקט יעדע נייע זאך מיט פארדאכט און ס׳האט געהייסן מאדערן. כ׳דענק נישט אויף וועם מ׳זאגט אז ווען א וואנט זייגער איז ארויסגעקומען און א געוויסע עלטערע איד איז אריינגעקומען אין שול מיט זיין שטעקן, דערזעט ער דעם זייגער, פרעגט ער וואס איז דאס? איז מען אים מסביר... גייט ער צו און גיבט עס א קלאפ מיט זיין שטעקן: ׳דער דומם זאל מיר נישט איינטיילן פינקטליך וואס צו טון ווען׳!

למעשה האלטיך אז ס׳האט טאקע געמאכט שאדן... איי וואסארע רואיגע וועלט וואלט געווען אָן א זייגער 🙂

להבדיל די אמיש וואס האבן ג׳אסר׳ט סיי וועלכע עלעקטעריסעטי האבן זיי דען נישט א רואיגע געשמאקע לעבן?

פארווע חסיד » דינסטאג נאוועמבער 3, 2020 9:15 am

· #461964
גראף
@וואלווי און די אלע וואס האבן אונטער געשריבן נישט צו כאפן א בליק אויף א סמארט פאון וואלטן ווייטער נישט קלוגער געווארן.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

זיי וואלטען זיך כסדר נאכגעפרעגט אין אין אריינגעבליגט ביי די וואס האבען (אין דערנאך געהאקט אין פארפירט וואס מ'זעהט זיך אלס נישט צוזאם דארט ר"ל)