☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » דיסרעספעקט פאר פרעמדע

דיסרעספעקט פאר פרעמדע

24 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13101

רביה''ק זי''ע » פרייטאג מאי 3, 2019 3:19 pm

· #429597
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/418684">viewtopic.php?p=418684#p418684</a><!-- l -->

איסר האטלקי » פרייטאג מאי 3, 2019 3:36 pm

· #429598
ס'קומט נישט דווקא פון אוממענטשליכקייט, נאר פון איבערגעטריבענע כוונה און קאנפידענס אין 'אתה בחרתנו'.

אבער א שרייבער דארף אכטונג געבן, נאכדערצו מיטן פובליצירן אזא העסליכקייט אין א מאגאזין. צום ערשטן מאל אין א לאנגע צייט וועט העניך ערהאלטן א לייק פון מיר.

לבי ובשרי » פרייטאג מאי 3, 2019 3:51 pm

· #429600
[ציטאט אראפגענומען]


כ'בין זיכער אז ווען דער שרייבער שרייבט "זקן ממרא" אויף דעם עלטערן גוי, האט ער פשוט דאס געשריבן אלס הומאריסטישער אויסשפראך, און גארנישט אלץ העצע.

פארוואס עפעס אין דער וועלט, זאל דער פשוט'ער שרייבער-יונגערמאן פירן א מערכה און העץ קאמפיין מיט א ציווילער בירגער?

שוין געהערט אזאנס.

והשנית. כ'בין שוין געווען אמאל אין אמיש. רוב איינוואוינער דארטן וועלן דיר זאגן א גרויסן יא אדער ניין ווען מ'פרעגט זיי ערלויבעניש צו כאפן א בילד.

אלזא, אין א פאל וואס דער פאסטוך ענטפערט בסך הכל א פשרה'דיגער ענטפער, און ער זעט במו עיניו ווי ער ווערט פאטאגראפירט און "ער זאגט נישט קיין פיפס" (וואו איך לייען דארט אינעם ארטיקל) איז דיין סומאטוכע (@אנאנים) אן אומזיסטע.

לבי ובשרי » פרייטאג מאי 3, 2019 3:58 pm

· #429602
בנוסף לזה, וואס ווען רוב אמיש טוען זיך אפזאגן פון א בילד וועלן זיין פאר פיאסטער צוויי גערן מסכים זיין.

זייער נעגאטיווער ענטפער ווען מען פרעגט זיי איבער בילדער איז פשוט אלס אינסטינקטיווקייט פון זייער אפגעזונדערטקייט. און פארהאן בילדער צו טרעפן זיי פון זיי אומעטום אויפן געוועב און נאך.

נישטא וואס צו מאכן אזא מצב...

רביה''ק זי''ע » פרייטאג מאי 3, 2019 4:34 pm

· #429607
פונקט ווי ביי אונז איז ביי זיי אויך דא פון אלע סארט, ס'דא מער באלעבאטישע, פארפרומטע און פארחניאקטע, מ'קען נישט ברעגען קיין ראיה פון איינעם אויפ'ן צווייטן.

דא איז אן אינטערוויאו מיט אן עכטע פארחאניאקטער אמיש, מעגסט אביסל דרך ארץ האבן פאר אים, כ'ווייס נישט צו דו וואלסט עס געקענט באווייזן.

יאסל ראקאווער » פרייטאג מאי 3, 2019 5:13 pm

· #429614
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/8151">viewtopic.php?f=4&t=8151</a><!-- l -->

נולד מאוחר » זונטאג מאי 5, 2019 1:52 am

· #429651
מיר האבן נישט ריספעקט פאר אייגענע אויך נישט. איז וויאזוי זאל מען ריספעקטן א צווייטען.
אין אונזער חינוך איז ריספעקט זייער א קליינע מחותן.
סאיז נארמאל ביי אונז דורך וואקן א מענטש וואס שטייט דיר און וועג, אשטאטס עם זאגן אנשטולדיג כען אפשר א דורך, שטיפט מען זוך דורך, מרייבט זוך אריין און יענעם, אזוי ווייסט יענער זוך צי ריקען. אין א וועלט פון ריספעקט איז דאס אימדעהערט.
האסט שוין אמאל געזען מענטשען ווארטן אין א ליין, זאל עס זיין אריינציגיין אין א זאו, א קירכע, אדער קויפן דו נייע עפל פאון, סקען ווארטן הונדרעטער מענשטן און יעדער ווארט רואיג און גאלאסן. (יעצט זאג מיר אז ביי בליק פריידעי האט מען ציטרויטען א מענטש אויף טויט)
ביי אונזער עולם , נישטא אזא מושג, ביז איין מינוט באקומט דו שורה זעקס לענס, טוטזוך א געשטיפאכטס.

מאן דאמר » זונטאג מאי 5, 2019 8:31 am

· #429654
איך מיין אז דער מאמענט, און אלע אידישע צייטונגען, פילן, אז ווען זיי באשרייבן א סעקולערער ענין, און ספעציעל א קריסטליכע געמיינדע, מוזן זיי אריין ווארפן איִנעם ארטיקל דברי ביטול צו ווייזן אז זיי באשרייבן עס נאר פאר אינטערעסאנטקייט, און נישט חלילה מיט קיין שום admiration, ווייל אז נישט וועלן קוּמען די ארבייטסלאזע, און פארפירן אז ס׳איז א גויאישע מאגאזין וכו׳ און ס׳איז מחשיב די גוים און גויאישע זאכן אין די אויגן פון אונזערע קינדער

טאמבל סאס » זונטאג מאי 5, 2019 9:50 am

· #429657
איכא דאמרי אז זיי טוען דאס מבטל צו זיין אונזערע אייגענע זקן ממראס אין אונזערע אויגן. אדער אפלאכן פון אונזערע אייגענע סופערסטישענס. זיך קוקן אין די שפיגל ווי מ'זאגט.

וואטעווער די כונה איז העניך גערעכט אז ס'איז אן עוולה פול סטאפ.

לדעתי ווייזט דאס אלעס נאר ווידער און ווידער אז די וועג פון פאנאטישקייט צו אויפקלערעניש ברויך זיין א פאמעליכע ווייל אויב נישט וואקסט מען אויף נישט צו גאט נישט צו לייט. מען רעפלעיסד גאט מיט דער אנטי-גאט.

מענטשן ברויכן האבן פערזענליך-אנערקענטע ערכים, נישט בלויז אזעלכע אינפלוענסד פון סאסייעטי ארום, און דאס קומט נאר פון לערנען, עקספיריענסן, קודם ווי אזוי אנדערע, דרויסענדיגע, אנדערע געזעלשאפטן, פירן זיך אויף. דאס מיינט מען ווען מען זאגט אז מען ברויך זיין א קולטורזירטע פערזאן.

העניך האקט (נישט אז ער זאגט דוקא וואס איך זאג)

ווי אזוי זאלן זיי שרייבן איבער אן אנדערער קולטור און נאך מיט רעספעקט ווען זיי האבן קיינמאל נישט געלעבט אן אנדערען קולטור?

וועפערייזער » זונטאג מאי 5, 2019 9:55 am

· #429658
איך האב גענומען מיינע קינדער צו אזעלכע open air museums חול המועד אוואו מען קען זען א גאנצע ווילעדיזש, מיט הייזער, געשעפטן און פאבריקן, און עכטע עקטערס אינווייניג וואס שפילן איבער ווי אזוי מענטשן האבן געלעבט מיט א הונדערט יאר צוריק צו מער. עס זענען דא א שיעור מוזעאומס אזוי ווי דעם, פארשטעלנדיג וועריעס תקופות, געאגראפיקעל ערטער און קולטולערע לעבנסשטייגערס. מען דארף נישט אנקומען צו די אמיש, וואס זענען נעבעך עכט.

רביה''ק זי''ע » זונטאג מאי 5, 2019 10:15 am

· #429662
וועפערייזער
די אמיש, וואס זענען נעבעך עכט.

😂 😂 😂 😂 😂

...You just proved his point

וועפערייזער » זונטאג מאי 5, 2019 10:36 am

· #429664
איך דארף אפילו ענטפערן? דו רעדסטאך נישט צום זאך. איך טאר שוין נישט רחמנות האבן אויף מענטשן וואס עמפיריקלי לעבן א לעבן דפרייווד פון אסאך בעיסיק צוגענגליכקייטן וואס איז גרינג אוועילעבל פאר יעדעם היינט? ב"ה אז איך בין געבוירן א חרדי ווייס איך אז ניין! נישט יעדער טשוזד אזוי צו לעבן. וועמען פערזענליך דיסרעספעקט איך?

נולד מאוחר » זונטאג מאי 5, 2019 12:26 pm

· #429674
[ציטאט אראפגענומען]

איך פלעג עס אנקוקן אזוי ווי דיר, אז סאיז פשוט א אנדערע סאסייטי, און יעדע סאסייעטי האט אנדארע סאשול געזעצען. אבער לעצטענס האב איך אנגעהויבן קלערן אז סאיז מיר פון דעם, סאיז א לעק און ריספעקט פאר א צווייטען מענטש. יעדע סאסייעטי ליידט א דגוש אויך עפעס אנדערשט, ביי אונז איז ריספעקטן א צווייטען מענשט נישט קיין שום וועליוא. דאס וואס מיר העלפן זוך איינעם דען צווייטען איז ווייל מיר ריספעקטן אונזער קאלעקטעוו ציבור, מיר זענען פארט פון א גרויסע קהילה, אבער ריספעקט פארן יחוד איז נישט דא ציגעפינען.

berlbalaguleh » זונטאג מאי 5, 2019 12:55 pm

· #429675
טאמבל סאוס: דו האסט א שטארקע נקודה. אבער אין דעם פאל פון מאמענט מעגעזין איז מאן דאמר גערעכט. זיי טוען נישט צוליעב אומוויסנהייט. נאר ענדערש צוליעב דעם יושבי חושך קארעקטנעס. זיי וויללן האבן אריכות ימים ונשים. אזוי ווי רש"י הק' זאגט אין פ' אמור..."שלא תמות כדרך שמת פלוני"... זיי טוען עס אז די אלע בעלי תשובות און סתם פוסטע ליידיגייערס מיט די פארקרומטע מוחות זאללן זיך נישט נעמען צו זייערע ביינער...!

ביי יענע קרייזן איז אלץ און אלעס טמא, גוי'איש. און א יעדער איז א שייגעץ און א גוי...! אפילו דער ענגליש טיטשער...מיין ברודער, א חסידיש'ער יונגערמאן מיט'ן גאנצן געשטעל איז א געוויסע תקופה געווען אן ענגליש טיטשער אין א תלמוד תורה אין וויליאמסבורג. ער האט באמערקט אז עטליכע יונגלעך אין קלאס האבן געשטערט די גאנצע קלאס פון לערנען. ווען ער האט געפרעגט איינס פון די יונגלעך פארוואס ער רודערט ארום און פאלגט נישט. האט דער יונגל, דער תינוק שנשבה געענטפערט אז זיין טאטע האט געזאגט אז פאר דעם ענגליש טיטשער דארף מען נישט האבן קיין דרך ארץ ווייל ער איז א שייגעץ...!

מיימון » זונטאג מאי 5, 2019 5:47 pm

· #429709
איך בין מסכים מיט העניך אז דאס איז אביסל א אנדערער ענין ווי דאס אומרעספעקט צווישן אחינו בני ישראל צווישן זיך. דאס איז אויך עפעס וואס וואלט געמעגט האבן א תיקון אבער עס קען זיין (און טייל פארענטפערן עס טאקע אזוי) אז דאס האט מיט דעם וואס אין אונזער קולטור האט נישט קיין משמעות קליינע רעספעקט סימבאליזמס, וואס זענען בעיקר קאלט און נישט עכט. ביי אונז וועט מען דיר טאקע שטויסן ביים רבינס טיש אבער ווען דו חלשסט וועט יעדער לויפן העלפן, עס איז א קולטור וואס האלט אז די נארישקייטן ווי גריסן וכדומה זענען נישט גענוג וויכטיג אויפן חשבון פון הארציגע געטריישאפט אין צייט פון נויט. (אין א געוויסן זין קען עס באטראכט ווערן ווי פאליטיקל קארעקטנעס אין פארגלייך צו אמתדיג אויפטון. וואס אויך דא איז ריכטיג אז מען קען בשום אופן נישט זיין אינגאנצן אומסענסיטיוו וואס דאס צושטערט א סאסייעטי און דערנידערט דעם מענטשליכן מאראל, אבער מען דארף אויך וויסן ווען צו פארקוקן דערויף לטובת הכלל). אין אנדערע קולטורן ווי אין ישראל אדער בכלל אין מיטל מזרח איז בכלל נישט אנגענומען אסאך פון די נימוסים וואס איז איינגעפירט דא, כאטש עס איז געוויס אמת אז דאס ברויך א פארבעסערונג און אווערנעס.

דער מדובר אבער פון אנדערע אומות, דאס איז שוין אסאך א ערגערער מצב, דאס איז במזיד ובמתכוון אזוי. ביי אידן קען זיך נישט פארציילן עפעס איבער א נישט איד אן אריינווארפן אזעלכע "שיינע" ווערטער ווי אן אלטער תרח, א שרץ, שגץ, מיאוסע מענטשן, נידריגע, געמיינע מענטשן, וכדומה בזה הרבה. דאס טוט מען באופן לכתחילה און ווערן אינגאנצן נישט דערשראקן אויב מען האלט זיי פאר, ("וואס איז? ביזט געווארן אויפגעקלערט?") און זעען דאס אפילו אלס א מצוה. ווערטער וואס וואלטן אויפגערודערט די מידיא ווען עמיצער זאל זיי נוצן אויף אידן ווערן באנוצט ביי אונז טעגליך אויף די גאנצע מענטשהייט. (אפילו פשוט "ווי א גוי" באדייט ביי אונז מיאוסקייט און עקלדיג. ער וואוינט דארט ווי א גוי וכדו'). עס איז ליידער טיף אריינגעבאקן אין אונזער קולטור און דארף אסאך אסאך ארבעט דאס ארויסצורייסן.

די מעשה מיט די בילדער איז ווידער אביסל טיפער. דאס האט שוין צוטון מיט זיין גלויבן, וואס דאס איז דאך על אחת כמה וכמה א מצוה אפצולאכן אפילו ביי אן אויפגעקלערטן, חלילה אפשר קען מען נאך טראכטן אז עס עקזיסטירן נאך גלויבונגען און מען וועט נאך אנהייבן צו פרעגן קשיות (טאטי וואס מיינט רעליגיע?) וואס וועט פארלאנגען תירוצים וואס וועט פארלאנגען צו טראכטן וואס מיר קענען ליידער נישט. אין א געוויסן זין איז דאס אפשר נישט אזוי געפערליך ווי לאנג מען לאכט נישט פון מענטשן פערזענליך (זייער רעליגיע איז דאך באמת לאכעדיג, פונקא ווי אונזערס). אבער מצד אחר איז דאס לכאורה דערשורש פונעם פראבלעם ווען מען לערנט זיך קיינמאל נישט אויס צו רעספעקטירן א אנדערן סארט גלויבונג און קולטור. מהאי טעמא לערנט מען אין די שולעס איבער פארשידענע רעליגיעס (וואס מען האט שוין רח"ל געוואלט איינפירן אין ק"י פובליק סקול לויט הר׳ בעק המובא בדער וועקער) כדי צו איינגעוואוינען צו קענען פארנעמען א אנדערן קולטור.

berlbalaguleh » זונטאג מאי 5, 2019 8:54 pm

· #429726
אנאנים: ס'וואלט געווען זייער א שטארק אינטרעסאנטער סורפרייז ווען דער ר' נחום גראס, דער באזוכער צו אמיש טאון מוטשעט דעם פארמער אז ער ווילל גיין איהם באזוכן אין זיין הויז. ווען יענער ווילל נישט. אפפערט ער איהם א פאר דאללאר. אפשר וועט יענער יא מסכים זיין. ווען דער פארמער זאגט איהם אויף א היימישן אידיש..."ר' איד. וואס פגע'ט איהר. כ'האב געזאגט ניין איז ניין...! זיין פגע'נען קומט נישט פון דיסרעספעקט. נאר סתם פון היימישקייט. אזוי ווי מ'איז צוגעוואוינט צו טון ביי אונז אין שטעטל...!

קאך_לעפל » מאנטאג מאי 6, 2019 9:26 am

· #429743
דאס אידיש פאלק גרייט זיך ארויסצוגיין פון עגיפטן. דער געטרייער פאסטוך משה באפעלט די אידן, בארגט אייך אן מיט גאלדענע און זילבערנע געשיר און קליידער פון אייער עגיפטישע נאכבארן, און די אידן האבן טאקע אזוי געטאן, מ'האט זיך אנגעבארגט מיט אלערליי טייערע גאלדענע און זילבערנע געשירן פון די עגיפטער. ווען האבן די אידן דאס געפלאנט אפצוגעבן? קיינמאל נישט! איז דאס מענטשליך? מ'בארג זיך אן אן קיין שום פלאן פון אפצוגעבן?
דער לעגענדארער רייזענדער פון די שטאט ברטנורא, רבי עובדיה ז''ל, ווארפט עטוואס ליכט אויף דעם דאזיגן שוועריקייט. ער פרעגט פארוואס הייבט זיך פונקט מסכת אבות אן מיט די שילדערונג פון די השתלשלות התורה פון סיני? דעקלערט ער ווי פאלגענד. אז ביי די גוים איז פארהאן פולע ביכער איבער מענטשליכקייט און העפליכקייט, זאגאר דאס איז גארנישט מאסגעבנד פארן אויסדערוועלטער פאלק, מיר לערנען נישט קיין מענטשליכקייט און באנעמונגען פון די גוים, זיי זענען נישט די וואס דארפן אונז לערנען מענטשליכקייט און העפליכקייט, פארדעם האבן מיר א מסכת אבות וואס משה האט באקומען פון דירעקט פון ג-ט, וואס צייגט אונז אן די דירעקציעס פון מענטשליכקייט און העפליכקייט. דערפאר ווען די תורה האט געהייסן פאר אידן זיך אנבארגן פון די עגיפטער אן קיין שום פלאן פון אפגעבן, איז דאס די מענטשליכקייט און העפליכקייט, ווען די תורה באפעלט אויסצופירן א טויט אורטייל אויף פארלעצער פון אירע געזעצן, איז דאס די מענטשליכקייט און העפליכקייט. אפגעזען וואס דער גוי אגרומענטירט אז דאס איז נישט מענטשליך אדער נישט העפליך. ווען מ'רעדט איבער מענטשליכקייט און העפליכקייט, איז בלויז די תורה דער אויסשליסליכסטער באַראָמעטער אפצושאצן וואס עס איז ווירקליך מענטשליך און וואס נישט.

אפגעזען פונעם פאקט אז די אנגעבליכע גויאישע העפליכקייט איז בלויז א שטיק בלאף.
ווען איר בלייבט שטעקן אין מיטן די נאכט אויף א פינסטערע אונטערסטעיט מיט א לאך אינעם רעדל, קענט איר ווארטן א גאנצע נאכט אין די קעלטן קיינער וועט זיך נישט אפשטעלן אייך צו העלפן. און ווען איר בלייבט שטיין אויפן ניו יארק 17 נעמט נישט קיין גאנצע פינף מינוט ביז א מטארקאדא פון מיני ווענס שטעלן זיך אפ אייך צו העלפן מיט וואס אימער ס'פעלט זיך אויס.

וואס דארפן מיר נאך מער באווייז פון דאס וואס ס'האט פאסירט אינעם נישט ווייטן פארגאנגנהייט. ווען דאס העפליך דייטשער פאלק, אייגענליך דאס מערסט-העפליך פאלק פון איבער גאנץ אייראפע, דער לייכט-טורעם פון העפליכקייט און מענטשליכקייט, האבן זיך ארויסגעשטעלט מיט די ריכטיגע פארבן, און טאקע מיטן גאנצן נאצישער העפליכקייט. ביטע שעין האבן זיי געזאגט פון אונזערע זיידעס און באבעס ביים אריין שפאצירן אין די גאז קאמארען. זיי האבן אפילו מיט זייער אויסנאמליכע דייטשע העפליכקייט אונטערגעהאלטן די קראנקע און שוואכע, און אפילו אפען געהאלטן די טיר פאר די אידן אזוי אז זיי זאלן קענען גרונגערהייט אריינגיין אין די גאז קאמארען צו זייער באלדיגער טויט! אזא אויסזען האט דאס גויאישע העפליכקייט!
ווי דער אלטער פון קעלעם האט זיך אויסגעדרוקט ווען ער האט געזען ווי א דאטש קושט זיין הינטל. זובחי אדם עגלים ישקון. מ'קושט הונט און מ'שחט מענטשען!

נאר וואזשע דען? מיר זענען ליידער אין גלות און מיר וואוינען צווישן גוים, און אז מיר פירן זיך נישט העפליך לויט זייער סטאנדאטן, קוקן זיי אונז אראפ, און מאכן אונז ענג ווען מיר קומען צווישן זיי. פארדעם איז טאקע יא וויכטיג זיך צו פירן איינשטענדיג לויט זייער סטאנדאטן, אפגעזען וואס מיר ווייסן אז זייער אנגעבליכע העפליכקייט און שיינע באנעמונג איז גארנישט אזוי איי איי איי....

נולד מאוחר » מאנטאג מאי 6, 2019 12:46 pm

· #429750
רבי חנניה בן עקשיא אומר...
דרך אגב, איך האב געהאט א פלעט טייער און צוויי מענטשן אן בארד און קאפל aka גוים האבן מיר געטוישט מיין רעדל. און בשום אויפן נישט געוואלט נעמען א טיפ.

אדער האסטו פארגעסען פון די גמ', אמר רבי יוחנן: אילמלא לא ניתנה תורה היינו למידין צניעות מחתול, וגזל מנמלה, ועריות מיונה. דרך ארץ מתרנגול - שמפייס ואחר כך בועל,
אדער איז א גוי וואס האט א צלם אלוקים ארגער פון די קאץ.
ועוד ווייסטו דען נישט אז דו מענטשליכקייט וואס דער גוי האט קומט פון די תורה, זיי האבן דאס גענומען פון אונז.
פון מיינסטו ווייסען זיי אז זרע לבטלה איז אסור?

berlbalaguleh » מאנטאג מאי 6, 2019 12:49 pm

· #429752
נולד מאוחר: יא. דאס טרעפט זיך אויך. אבער ביי אידן איז עס א סטענדערד...!

שבת אחים » דינסטאג מאי 7, 2019 2:18 am

· #429814
אפגעזען וואס מיר ווייסן אז זייער אנגעבליכע העפליכקייט און שיינע באנעמונג איז גארנישט אזוי איי איי איי....

🙄 🙄 🙄 🙄 🙄 🙄 🙄

ממש אזוי!!!!

דיין מאמע איי איי איי!!!

הלכה בידוע אז היינטיגע סאטמארער יואליס זענען די גרעסטע ראסיסטן וואס איז נאר פארהאנען!!!!


קאך לעפל׳ס מקוה מעשיות!!!

berlbalaguleh » דינסטאג מאי 7, 2019 4:16 am

· #429821
שבת אחים: דעיס איז א רש"י...?!

רביה''ק זי''ע » דינסטאג מאי 7, 2019 8:33 am

· #429826
תנא משמיה דרבי מאיר: מפני מה נתנה תורה לישראל? מפני שהן עזין.

תנא דבי ר' ישמעאל "מימינו אש דת למו" דתיהם של אלו אש, שאלמלא נתנה תורה לישראל אין כל אומה ולשון יכולין לעמוד בפניהם.

והיינו דאמר רבי שמעון בן לקיש שלשה עזין הן: ישראל באומות, כלב בחיות, תרנגול בעופות. (ביצה כה:)

קאך_לעפל » דינסטאג מאי 7, 2019 9:26 am

· #429829
שבת אחים
אפגעזען וואס מיר ווייסן אז זייער אנגעבליכע העפליכקייט און שיינע באנעמונג איז גארנישט אזוי איי איי איי....

🙄 🙄 🙄 🙄 🙄 🙄 🙄

ממש אזוי!!!!

דיין מאמע איי איי איי!!!

הלכה בידוע אז היינטיגע סאטמארער יואליס זענען די גרעסטע ראסיסטן וואס איז נאר פארהאנען!!!!


קאך לעפל׳ס מקוה מעשיות!!!


ניין! די גרעסטע ראסיסטן זענען די ליבעראלן...

אין יעדנספאל, נישט בלויז די העפליכקייט פון די גוים איז איין שטיק בלאף, נאך אויך די העפליכקייט און געמאכטע גוטסקייט פון אידן וואס האבן זיך אפגענויגט פון די תורה וועג, און פון די וועגן פון זייערע עלטערן אויך בלויז איין גרויסע שטיק שטורן אפפאל!

איסר האטלקי » פרייטאג מאי 10, 2019 6:27 am

· #430087
רביה''ק זי''ע
תנא משמיה דרבי מאיר: מפני מה נתנה תורה לישראל? מפני שהן עזין.

תנא דבי ר' ישמעאל "מימינו אש דת למו" דתיהם של אלו אש, שאלמלא נתנה תורה לישראל אין כל אומה ולשון יכולין לעמוד בפניהם.

והיינו דאמר רבי שמעון בן לקיש שלשה עזין הן: ישראל באומות, כלב בחיות, תרנגול בעופות. (ביצה כה:)

לערנסט אויך יסודי?...