☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » וואו קען מען גיין אויף וואקאציע?

וואו קען מען גיין אויף וואקאציע?

33 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1310

chaims » דינסטאג יולי 31, 2012 11:00 pm

· #30500
וואו קען מען גיין אויף וואקאציע?
איך זיך א פלאץ צו גיין אויף וואקאציע פאר א וואך נישט צו ווייט מערסטנס 3 שעה צו פארן פאר ביליג איינער האט א געדאנק?

זר זהב » דינסטאג יולי 31, 2012 11:03 pm

· #30502
שלום עליכם חיים'ס!

שמעקעדיג » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 12:25 am

· #30535
חיימ'ל, שלום וברכה.

נישט צו ווייט פון וואו?
וואס הייסט ביי דיר ביליג?
ווילסטו האבן כשר'ס אויפן ארט אדער קענסטו מיטשלעפן?

chaims » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 12:52 pm

· #30686
נישט צו ווייט פון ברוקלין
נישט מער ווי 100 א נאכט
מיטשלעפען עסן

שמעקעדיג » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 1:00 pm

· #30699
איך מיין אז אין פענסילוועניע וואלט נישט שלעכט געווען.
גיי צו לאנגוואד גארדענס, אדער אמיש טאון.
עס זענען דא פלענטי ביליגע האטעלן אין די געגענט פאר די 100 דאלער פרייז-רענדזש.

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 1:01 pm

· #30701
הייזקעלעך אדער מאטעלן

שמעקעדיג » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 1:09 pm

· #30703
איך בין געווען דארט עטליכע יאר צוריק, אין א HOLIDAY INN EXPRESS האטעל, פאר בערך $113 א נאכט. א שיינע גרויסע שטוב, מיט עקסטערע פלאץ צו עסן.

נס קאווע » דאנערשטאג אוגוסט 2, 2012 2:10 pm

· #31219
שמעקעדיג
איך מיין אז אין פענסילוועניע וואלט נישט שלעכט געווען.
גיי צו לאנגוואד גארדענס, אדער אמיש טאון.
עס זענען דא פלענטי ביליגע האטעלן אין די געגענט פאר די 100 דאלער פרייז-רענדזש.

שבת?

קלאר » דאנערשטאג אוגוסט 2, 2012 2:27 pm

· #31225
דאכט זיך אז מען דיסקאסירט דאס ערגעץ אין אינזער שטובל

שמעקעדיג » דאנערשטאג אוגוסט 2, 2012 2:46 pm

· #31234
נס קאווע
שבת?


ניין, נישט שבת.
וואספארא טעם האט דארטן א שבת?
אין א פרעמדע גוי'אישע פלאץ?
וואספארא הנאה איז דאס?

אינדערוואכן איז דארטן בשכינות די ריזיגע גארטן, וואס נעמט עטליכע טעג אדורכצושפאצירן, פון די גרעסטע אין אמעריקע, וואונדערליך שיין, בבחי' והיית משוגע ממראה עיניך.
און א 2-3 מייל אוועק איז דא א חב"ד הויז וואו איך האב געדאווענט די פאר טעג.
עסן האב איך מיטגענומען. זיי האבן געהאט אין האטעל, ווי געווענליך, א מייקראעיוו און פריזשידער, וואס איז מיר גוט צוניץ געקומען.

שמעקעדיג » דאנערשטאג אוגוסט 2, 2012 2:47 pm

· #31235
קלאר
דאכט זיך אז מען דיסקאסירט דאס ערגעץ אין אינזער שטובל


מען דיסקוסירט בלויז וואקאציע פאר קאפעלס, אין מאחורי.
דא רעדט מען עפנטליך פארן עולם.

מרדכי » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 10:35 pm

· #34943
אפשר קען מיך איינער שיקן אין פרייוועט די פלעצער צו גיים פאר קאפעלס. אי/ ווייס נישט וויאזוי אנצוקימען צו מאחורי

ונבנתה העיר » מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 12:56 am

· #72279
<a class="postlink" href="http://www.kosherica.com/">http://www.kosherica.com/</a>

MickyMouse » דינסטאג יולי 2, 2013 10:17 pm

· #130300
[ציטאט אראפגענומען]

סארי פאר די שפעטע ריספאנס, איך האב נאר יעצט דורך געקוקט די פאויסט.
אין דאמיניקען ריפאבליק, פארטא פלאטא, איז דא א אלל אינקלוסיוו האטעל/ריזארט וואס האט א כשר׳ע רעסטעראנט.
<a class="postlink" href="http://www.lhvcresorts.com/kosher/">http://www.lhvcresorts.com/kosher/</a>.
אין די קעריביען, סט. טאמעס, האב איך געזען אסאך געשעפטן מיט מזיזות. אבער נישט כשר׳ע עסן.
האווייאי, פורל הארבער, האט א חבד הויז וואס געט עסן פאר א פרייז.
אין פארטא ריקא האב איך געהערט איז דא כשר אבער נישט אין סען וואן. איך ווייס נישט ווי יא.
אויף די באהאמעס האב איך נאך נישט געטראפען כשר.
אין בערמודע דארף אויך צי זיין כשר. אזוי האב איך געהערט פון איינעם וואס איז געווען.

מ גפני » דאנערשטאג יולי 25, 2013 4:55 pm

· #136336
ראוד איילאנד
האט איינער עקספיריענס מיט גיין וואקאציע אין ראוד איילאנד?
אין וועלכע שטאט צופארברענגען?
לוינט זיך צו דינגן א דירה אדער ענדערש א האטעל?
וואס איז דא דארט אינטערעסאנט פאר א קאפל?
ווי לאנג לוינט זיך דארט צו זיין?
וואס איז וועגן כשר?

matovu » דאנערשטאג יולי 25, 2013 5:07 pm

· #136346
There is one hotel Hyatt on Goat Island near NEWPORT

Shuls are in Providence.

You can also stay in Warwick closer to Shuls that are in Providence.

No Kosher food

Cliff Wlak, Mansions, Touro Synagoge.

and 2 Days good and relaxing for a couple

מ גפני » דאנערשטאג יולי 25, 2013 8:17 pm

· #136406
ישר כח
וועלכע שול האט א מנין אלע 3 תפילות?

איך אויך » דאנערשטאג יולי 25, 2013 9:24 pm

· #136417
די פאלאצן דארטן זענען משוגע צו ווערן, געב נאר אכטונג זי זאל נישט מקנא זיין.

DotCom » דאנערשטאג יולי 25, 2013 9:50 pm

· #136424
וואס איז מיט לעיק דשארדזש? וואספארא אטראקציעס איז דא דארטן? איז דא דארט עפעס כשר'ס?

סאו וואט » זונטאג יולי 28, 2013 1:00 am

· #136637
פאוקענאוז שוין פרובירט?

שמו יגער » זונטאג יולי 28, 2013 9:20 pm

· #136867
איך אויך
די פאלאצן דארטן זענען משוגע צו ווערן, געב נאר אכטונג זי זאל נישט מקנא זיין.

אויב די גייטס דארט זוממער אין די געשמאקע היצן אין די פארשטייסט אז וויפיל געלט ער האט נאר געהאט דער בעל הבית פונעם פאלאץ האט ער נישט געקענט קויפען א עירקאנדישינער ביזטו אים שוין גארנישט מקנא......

שמעון וואלף » דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:10 pm

· #321899
איך האב חשק זיך אריבערכאפן מיט'ן א"ח קיין וואשינגטאן הבירה נאכקוקן אויף מיינע איינגעשטעלטע אין קעפיטאל היל. ב"ה די אינטערנעט איז פול מיט אינפארמאציע איבער אלע אטרעקשענס וכו' אבער ס'פעלט מיר ידיעות איבער בית המדרש. צופרי דארף איך א מקוה און א מנין שחרית און פארנאכטס א מנחה מעריב

טאמער קענט איר ארויסהעלפן וועט עס אייך גערעכנט ווערן למצוה.

שלום על ישראל » דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 8:26 pm

· #321924
שמעון וואלף
איך האב חשק זיך אריבערכאפן מיט'ן א"ח קיין וואשינגטאן הבירה נאכקוקן אויף מיינע איינגעשטעלטע אין קעפיטאל היל. ב"ה די אינטערנעט איז פול מיט אינפארמאציע איבער אלע אטרעקשענס וכו' אבער ס'פעלט מיר ידיעות איבער בית המדרש. צופרי דארף איך א מקוה און א מנין שחרית און פארנאכטס א מנחה מעריב

טאמער קענט איר ארויסהעלפן וועט עס אייך גערעכנט ווערן למצוה.

כשר'ע קאווע: דא

געוואלדיג » פרייטאג פעברואר 19, 2016 7:46 am

· #321999
נישט ווייט פון די קאפיטאל איז דא א חב"ד האוז איך האב נישט די נאמבער אבער זיי וועלן דיר פארזארגן מיט אלעם גוטן.

שמעון וואלף » פרייטאג פעברואר 19, 2016 8:10 am

· #322001
א מקוה האבן זיי?

געוואלדיג » פרייטאג פעברואר 19, 2016 8:16 am

· #322004
ווייס איך נישט.

שלום על ישראל » פרייטאג פעברואר 19, 2016 9:32 am

· #322012
געוואלדיג
נישט ווייט פון די קאפיטאל איז דא א חב"ד האוז איך האב נישט די נאמבער אבער זיי וועלן דיר פארזארגן מיט אלעם גוטן.

image.jpeg

לכבוד שבת קודש » מאנטאג מאי 16, 2016 5:13 pm

· #333228
וואו קען מען זיך אריבערכאפן אויף וויקענד?
איך זוך א געשמאקער פלאץ וואו צו פארן אויף א וויקענד, אינאיינעם מיט ס'ווייב זז"ג, זיך אויסריען פון די טעגליכע הו-הא און קומען צו די כוחות. וואו איז א גוטע פלאץ וואו מען קען פארן?

שמעון וואלף » מאנטאג מאי 16, 2016 6:52 pm

· #333250
ראלי
טאבאק (וואדרידזש)
סיגעיט
מיאמי
לעיקוואד
וכו' וכו'

טאמער זיכסטי עפעס ספעציפיש, לאז דיך הערן און מ'עמיר פראבירן צו העלפן.

נ. ב. כ'האב שוין געהערט פון אזעלכע וואס זענען געגאנגען אין האטעל אין אן אנדערע געגענט ווי זיי וואינען (א בארא פארקער קיין וומ"ס און ווייסע ווירסע) און מ'האט עס זייער ענזשויט

לכבוד שבת קודש » דינסטאג מאי 17, 2016 6:15 pm

· #333459
א מאנראער וועט אינדזשויען א האטעל אין בארא פארק?

וואו קען מען גיין אין סיגעיט? - איז דא ערגעץ א לייטישע פלאץ?

יוסף בער » דינסטאג אקטאבער 30, 2018 3:03 pm

· #415676
וואקאציע
איך זוך איידיעס פאר א געשמאקע וואקאציע אין יונייטעד סטעיטס, מאן און ווייב אן קינדער.

גנדי » מיטוואך אקטאבער 31, 2018 12:59 am

· #415723
יוסף בער
איך זוך איידיעס פאר א געשמאקע וואקאציע אין יונייטעד סטעיטס, מאן און ווייב אן קינדער.


וואס רופסטו ״געשמאק״? וואסער? אקטיוועטיעס? כשרס?

שמעון וואלף » מיטוואך אקטאבער 31, 2018 1:09 am

· #415724
יוסף בער
איך זוך איידיעס פאר א געשמאקע וואקאציע אין יונייטעד סטעיטס, מאן און ווייב אן קינדער.

און וואספארא אידישע עמענעטיס דארפסטי? שול? מקוה? כשרס? פריוואטע פול?

איך בין א גרויסע חסיד פון פלארידע ווי ס'דא א גרויס אויסוואל פון אידישע געברויכן און מערערע געגענטער