☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » גלאבעל ווארמינג

גלאבעל ווארמינג

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13098

ונבנתה העיר » דאנערשטאג מאי 2, 2019 3:10 pm

· #429502
גלאבעל ווארמינג
וואו זענען די ווערים,
גלאבעל ווארמינג.
וואו זענען די בלומען,
קלימאט טויש.

פריי'סט זיך מיט ביעדערמאן,
גלאבעל ווארמינג.
דו הייסט שוין נישט פריעדמאן,
קלימאט טויש.

מארד אהן קלאס, שיין פארפאקט אין א פאס,
גלאבעל ווארמינג.
דער איסור אונטערן טיש,
קלימאט טויש.

געבוירן א יאר-הונדערט שפעט,
גלאבעל ווארמינג.
יואליש'ל מיין פעט,
קלימאט טויש.

וואו איז דער ברכה-בוים, כ'פרעג די מענטשן,
קום מארגן, מען וועט שוין מעטשן.
כ'וויל א קרן קיימת לישראל,
האלט אייער לקתה בכפליים.

יום בוער כתנור, ניטאמאל ריח נור,
טויטע זעקס און ניינציגער.
ניט קיין ענטרענס, ניט קיין עקזיט,
ברענעדיגע נייעס. ברעקזיט.

גאלד » דאנערשטאג מאי 2, 2019 3:12 pm

· #429503
דערמאנסט מיך פון קינות.
בצאתי ממצרים
בצאתי מירושלים

קומזיץ » דאנערשטאג מאי 2, 2019 3:46 pm

· #429507
איינער וויל זיך מתנדב זיין און שרייבן א פירוש?

איסר האטלקי » דאנערשטאג מאי 2, 2019 4:30 pm

· #429513
בנוסח אלי ציון אדער בניגון א גאנץ יאר פרייליך?