☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » ווען א מיידעל האט אינסטאגראם אינמיטען די האלאקאוסט!!!!

ווען א מיידעל האט אינסטאגראם אינמיטען די האלאקאוסט!!!!

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13095

שמחת תמיד » דאנערשטאג מאי 2, 2019 8:24 am

· #429444
ווען א מיידעל האט אינסטאגראם אינמיטען די האלאקאוסט!!!!
ווען א מיידעל האט אינסטאגראם אינמיטען די האלאקאוסט!!!!

דער מעשה איז, אז א גרופע איזראעליס האבען געמאכט א מעשה פין א מיידעל פאר'ן קריג אין אינמיטען קריג אזוי ווי זי האט אינסטאגראם אין זי מאכט סטורי'ס פין דער גאנצע שואה , פין ווען די נאצי'ס ימ"ש האבען איינגענימען בודאפעסט, אריין אין געטא דער טרעין ביז אוישוויץ ביז אינמיטען אוישוויץ אלץ אויף אינסטעגראם סטוריס

עס האט זיך נעכטען אנגעהויבן ארויף צי גיין אויף אינסטאגראם סטוריס אין עס האלט טיף אינמיטן מלחמה!!!!

"טראַכט אריין אַ 13-יאָר-אַלט מיידל וואס האט נישט קיין נאָמען און פּלוצלינג יעדער איינער איז ביזי מיט עווא," , "פּלוצלינג עס איז נישט די נומער אויף די האַנט, עס איז נישט די ליסע, דאָס איז די פּנים, די האָר, און עס איז דאָרט.
די געשיכטע סעריע איז באזירט אויף אַ טאָגבוך פין א יודיש מיידל געשריבן פֿאַר פיר חדשים. "מיר האבען געשריבן דעם טאָגבוך, וואָס איז זייער עקסייטינג, און מיר האבען געוואלט עס מאכען צוגעפאסט פֿאַר יונגע מענטשן," זאגט קאשיוואַווי, (פראדאוסער)

עס איז זייער אינטרעסאנט צי קיקען, זייער גיט געמאכט!!!!

לבי ובשרי » דאנערשטאג מאי 2, 2019 11:38 am

· #429469
טעלעגראם לינק
<a class="postlink" href="https://t.me/EvaStories">https://t.me/EvaStories</a>

אדער

<a class="postlink" href="https://t.me/joinchat/AAAAAEVPNnv0R7RIqGR2qA">https://t.me/joinchat/AAAAAEVPNnv0R7RIqGR2qA</a>

עך עך אי אר » דאנערשטאג מאי 2, 2019 12:41 pm

· #429480
איין טאג וועלן אלע מעשיות אזוי אויסקוקען.
די פריץ שיקט א טעקסט צו מאשקע ער זאל אים שוין שיקן אויף קוויק פעי די ארענדאר טאמער נישט...דא שיקט ער אן emoji פון א מענטש אין דזשעיל

איסר האטלקי » דאנערשטאג מאי 2, 2019 12:54 pm

· #429483
פאר 5 יאר צוריק וואלסטו געווען די גרעסטע בעל דמיון אויב וואלסטו פרעזענטירט א פרעזידענט וואס דערקלערט א מלחמה אויף טוויטער...

קאצקע ציקער » דאנערשטאג מאי 2, 2019 6:27 pm

· #429528
אינסטגרם לינק

<a class="postlink" href="https://instagram.com/eva.stories?utm_source=ig_profile_share&igshid=1lo77zpn1rubm">https://instagram.com/eva.stories?utm_s ... 77zpn1rubm</a>

berlbalaguleh » פרייטאג מאי 3, 2019 1:28 am

· #429560
עך עך אי אר
איין טאג וועלן אלע מעשיות אזוי אויסקוקען.
די פריץ שיקט א טעקסט צו מאשקע ער זאל אים שוין שיקן אויף קוויק פעי די ארענדאר טאמער נישט...דא שיקט ער אן emoji פון א מענטש אין דזשעיל

ר' עך עך אי אר: דו ביסט נאכנישט גענוג פארגעשריטן. דער פריץ וואלט נישט געווארט ביז דער ארענדאר וואלט אריינגעשיקט די געלט פאר די ארענדע. נאר ער וואלט עס אליינס ארויסגענומען פון זיין אקאונט...! בדידי הוה עובדא בשנת 2019 למספרם. א טאג נאכדעם וואס איך האב געפיילט פעדעראאל טעקס איז נישט געקומען די איי. אר. עס. און געשיקט אן אי מעיל..."מר. בעל עגלה, זייט מוחל און שיקט אריין דעם סכום הגון וואס מיר בעטן"... נאר זיי האבן עס אליינס ארויסגענומען פון מיין אקאונט...!