☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » שערי חרטה לא ננעלו

שערי חרטה לא ננעלו

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13093

בת קול » מיטוואך מאי 1, 2019 5:24 pm

· #429396
שערי חרטה לא ננעלו
שלום וברכה
מיין אנטשולדיגונג און חרטה
פארן עובר זיין אויף סעיפים י"ט און כ"ט און געבן א גריבל
אויף א חשובה ניקס איידענטיטי אין שטיבל

מיין שעצונג אויף זיין פארקוקן
זיין כבוד מיר צו דערקוויקן
עפענען דעם הארץ און אויער
אויפצושפארן דעם שלאס פון טויער

אוודאי געוויס
זעה איך איין אין מיין שטות
אויף קאווע שטיבל מיטיילן
מיין אנטוישונג איבערדערציילן

איז לאממיר דא שרייבן אפען
מען האט געפארשט אין געטראפן
קאווע שטיבל אנערקענט עס
אז איך בין ווער איך בין באמת

ריגעלע ריגעלע רוגז
זעממיר געווען ברוגז
ריגעלע ריגעלע ריג
איך בין שוין אין שטיבל צוריק

גרויסע מענטשעלע » מיטוואך מאי 1, 2019 8:18 pm

· #429410
Re: שערי חרטה לא ננעלו
בת קול
שלום וברכה
מיין אנטשולדיגונג און חרטה
פארן עובר זיין אויף סעיפים י"ט און כ"ט און געבן א גריבל
אויף א חשובה ניקס איידענטיטי אין שטיבל

מיין שעצונג אויף זיין פארקוקן
זיין כבוד מיר צו דערקוויקן
עפענען דעם הארץ און אויער
אויפצושפארן דעם שלאס פון טויער

אוודאי געוויס
זעה איך איין אין מיין שטות
אויף קאווע שטיבל מיטיילן
מיין אנטוישונג איבערדערציילן

איז לאממיר דא שרייבן אפען
מען האט געפארשט אין געטראפן
קאווע שטיבל אנערקענט עס
אז איך בין ווער איך בין באמת

ריגעלע ריגעלע רוגז
זעממיר געווען ברוגז
ריגעלע ריגעלע ריג
איך בין שוין אין שטיבל צוריק


כקען מיך פארשטעלן וויפיל אישיס @בת קול גייט באקומען. [emoji23]

איסר האטלקי » מיטוואך מאי 1, 2019 8:25 pm

· #429411
איך געזען מיין ווייב מוטשעט זיך מיט עפעס א פאום נעכטן נאכט... גיימער שוין אפירזוכן יענע צעטעלע.

רביה''ק זי''ע » מיטוואך מאי 1, 2019 9:02 pm

· #429416
שקד איז אויך צוריק, צו האט עס עפעס א שייכות...?

לבי ובשרי » מיטוואך מאי 1, 2019 11:15 pm

· #429426
@בת קול שלום עליכם!!!
שוין יארן נישט געהערט פון אייך.
יהא בואכם לברכה

לבי ובשרי » מיטוואך מאי 1, 2019 11:18 pm

· #429427
בת קול
שלום וברכה
מיין אנטשולדיגונג און חרטה
פארן עובר זיין אויף סעיפים י"ט און כ"ט און געבן א גריבל
אויף א חשובה ניקס איידענטיטי אין שטיבל

וואס און וואו זענען די דאזיגע סעיפים?

תקנת המקום פארמאגט סעיפים?

לאמיר הערן און אזוי וועלן מיר וויסן צו זיין באווארן אינען צוקונפט...