פראדאקשען דעיט אויף יעדע באקס מצות
עס איז שוין העכסט צייט ארויפצולייגן א דאטום אויף יעדע באקס מצות ווען עס איז געבאקן געווארן. די שקרים אחר פורים קודם פורים, אחר חנוכה קודם חנוכה פאריעריגע מצות דארף זעך ענדיגן. די לצים בעטן פאר א אויסגעוועפטע חנוכה באקס פונקט ווי פאר א אחר פורים באקס און די טעם איז א שטיק קארבארד און קיינער זאגט גארנישט. איז דאס אויך פון די תקנות פון הייליגן דברי חיים? עס איז נישט קיין שום יושר זאג ווען האסט עס פראדוצירט וועט כאטש זיין א האלבע פראבלעם
Re: עקספיירעישאן דעיט אויף יעדע באקס מצות
איך וואלט צוגעלייגט אז מ'זאל אויך מוזן איינפאקן די מצות אין וואקום געזיגלטע זעקלעך. ס'איז נישט צו גלייבן אז מ'נעמט פאר האנט מצות א הון תועפות כאטש ס'איז אלט ווי דער גלות און מען פאקט עס נאך איין כאילו ס'איז א הייסער ברויט אויף באלד צו עסן. וועלכער אנדערע עסנווארג פאקט מען אזוי איין? אונז זענען מאגס ווייל בלי יוצא מן הכלל ווען נאר חרדים האבן אויף עפעס א מאנאפאל איז ווי מער ס'קאסט אלץ ערגער דער סערוויס און אלץ נידעריקער דער פראדוקט.
Sent from my SM-G950F using Tapatalk
shem-tovעס איז שוין העכסט צייט ארויפצולייגן א דאטום אויף יעדע באקס מצות ווען עס איז געבאקן געווארן. די שקרים אחר פורים קודם פורים, אחר חנוכה קודם חנוכה פאריעריגע מצות דארף זעך ענדיגן. די לצים בעטן פאר א אויסגעוועפטע חנוכה באקס פונקט ווי פאר א אחר פורים באקס און די טעם איז א שטיק קארבארד און קיינער זאגט גארנישט. איז דאס אויך פון די תקנות פון הייליגן דברי חיים? עס איז נישט קיין שום יושר זאג ווען האסט עס פראדוצירט וועט כאטש זיין א האלבע פראבלעם
און אז ער לייגט ארויף א דעיט אויפ'ן באקס קענסטו איהם שוין גלייבן...?!
איך האב סאטמארע מצות אלעמאל און נישט עפעס אנדערש. דעם פסח האב איך אויך געהאט א געלעגנהייט צו עסן פון דריי אנדערע בעקערי'ס (כ'שרייב נישט נעמען) אחרון של פסח ביי א חבר און אויך של''ש אין שול, און ס'מיר פארענטפערט געווארן פארוואס אזוי פיל אידן שטייען אין ליין ביים פיצא סטאר גלייך ביים זמן, ממש א רחמנות אויף די אידן וואס האבן געגעסן פאפיר אדער האלצערנע ברעטער גאנץ פסח. כג'לייב אז די אנדערע מצות זענען נישט צופיל בעסער. וואלטן זיי געהאט פיינע מצות וואלט עס אויסגעהאלטן.
איך ווייס אפילו נישט צו סאיז לעגאל צו פארקויפן עני פוד אייטעם אן א דעיט אוודאי נישט שכלדיג. אקעי לאמיר נישט רעדן וועגן שכל נאכן צאלן 60 טולער פאר א באקס אויסגעוועפטע לחם עוני