מיינונגזאגער: מ' האט עס שוין פרובירט. אין שפאניע מיט 500 יאר צוריק. און שפעטער אין דייטשלאנד. אין אנהויב (אנהייב די תקופה פון די רעפארמער) האט עס אויסגעזעהן גוט. די גויים האבן געשמייכלט צו די אידן. זיי האבן געגעבן קאמפלימענטן פאר די אידן אז זיי הייבן אן זיך אויסצומענטשלען. זיי זענען געגאנגען צו די זעלבע פארטיס. און אידן האבן אנגעהויבן זיך עכט אויסמישן מיט די גויים. די אידישע סטודענטן וועלכע האבן געהאלטן ביי ווערן דאקטוירים האבן חתונה געהאט מיט שיקסעס. און אידישע מיידלעך האבן חתונה געהאט מיט שקצים. און דער ..."אידישער"...מחותן האט איינגעלאדנט זיין גוי'אישן מחותן צו זיין טעמפל. ער זאלל זעהן ווי שטארק פראגרעסיוו זיי זענען. א מענטש צוגלייך מיט מענטשן...! און נאכדעים איז דער (גוי'אישע) מחותן מיט די מחותנס'טע געגאנגען עסן לאנטש צו די מחותנים. וואו מ'האט סערווירט חזיר צוזאמען מיט די אייער-צוויבל. נאך די ..."סעודה"... איז מען געגאנגען פאר א שפאציר. און מ'האט אפגעשמועסט דעם זמן החתונה... די חתונה איז אדורך מיט גרויס פאראד. מ'האט ליתר שאת איינגעלאדנט דעם גלח אויך צו די .."חופה"... (כאטש דער רעפארם ראביי איז געווען מער גוי'איש ווי דער גלח אליין). און זיי האבן געהאט קינדער. און דער אידישער בחור איז געווארן א גרויסער, בארימטער דאקטער. און זייערע קינדער האבן אויך חתונה געהאט מיט דייטשע גויים. 2 פון זייערע קינדער זענען אויך געווארן בארימטע דאקטוירים. און איינע פון די טעכטער האט חתונה געהאט צו א (אידישן) לאיער. און די צווייטע האט חתונה געהאט צו א דזשאדזש...ביז... איין טאג האט איינער א בארימטער פאליטישן מיט'ן נאמען ביסמארק אנגעהויבן שטארק העצן אקעגן אידן. (עטץ מיינטס אז דאס אנטיסעמיטיזם אין דייטשלאנד האטציך אנגעהויבן ביי היטלער און די נאציס, ימ"ש)...און ער האט צוגעצויגן צו זיך א סאך בארימטע שרייבערס און פאליטישנס. און זיי האבן געגרינדעט א פאליטישע אנטיסעמיטישע פארטיי. אבער די אידן זענען געווען בלינד צו די רעאליטעט. און זיי האבן זיך איינגערעדט אז ..."דאס געזעץ"... וועט זיי באשיצן...פלוצלינג איז אויפגעשטאנען איינער אן אומגעלערנטער פויער. אבער א וויסטער אנטיסעמיט. און ר'האט אנגעהויבן זייער שטארק צו העצן אקעגן די אידן. אבער די אידן האבן זיך נאכאלץ פארזיכערט אין ..."געזעץ"... און די קאנסטיטוציע. זיי האבן געטענה'ט אז זיי זענען דייטשן. פונקט ווי די גויים. אבער ס'האט זיי גארנישט געהאלפן. ווייל צום סוף האט מען זיי אלעס צוגענומען און פארטריבן. נאך ערגער ווי די גירוש שפאניע...!
רבותי וועקטס ענק אויף!! אנטיסעמיטיזם בוזשעוועט!
76 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13085
בלאט: 1 2
Re: רבותי וועקטס ענק אויף!! אנטיסעמיטיזם בוזשעוועט!
@berelbalagueh
כ'מיין אז אנטיסעמיטיזם אין דייטשלאנד האט זיך עכט אנגהויבן אסאך פאר ביסמארק, נאך ווען דער גלח און פראפעסאר מארטין לוטער האט זיך אפגעטיילט פון די קאטאלישע קירכע און געגרינדעט די פראטעסטאנטישע קירכע און 1517 למס'. שפעטער בערך אין אין די יארן פון 1530 ביז 1540 האט ער פרובירט צו משכנע זיין די דייטשע אידן זאלן זיך שמד'ן און מיט גיין מיט איהם צו לוטערניזם, און ווען די אידן האבן זיך אנטזאגט, האט ער געשריבן א בוך מיטן נאמען "די אידן און זייערע ליגענט" און דארט האט ער געהעצט זייער שטארק קעגן די אידן. אויף אזוי ווייט אז פיר הונדערט יאר שפעטער ווען די נאציס האבן דורכגעפירט זייערע ראלליס פלעגן זיי האלטן דעם בוך אין די הייעך. ס'אפילו אנגענומען אז די בוך און זיינע העצערייען קעגן די אידן איז געווען א גרויסע גורם צו מאדערנע אנטיסעמיטיזם אין דייטשלאנד

דער גאלדענער אדלער: דו ביסט גערעכט. דאס אנטיסעמיטיזם האטציך טאקע אנגעהויבן ביי און דורך מארטין לוטער, ימ"ש. אבער דאס פאליטישע אנטיסעמיטיזם אויף א מאסן פארנעם איז ערשט אריין אין פוללן שוואונג דורך ביסמארק. וועלכער איז געווען א פאליטישן און א דיפלאמאט. ער האט פאראייניגט די אלע פראווינצן און געגנטן, וועלכע האבן גערעדט די דייטשע שפראך (אויסער עסטרייך) פון מזרח און צענטראל אייראפע אלס איין לאנד. ער איז געווען פארהייליגט ביי די באפעלקערונג אזוי ווי , להבדיל, דזשארדזש וואשינגטאן אין אמעריקע. אדער ארטיגאס אין אורוגוויי...!
די סצענעס וואס איך באשרייב. מיט די טעמפל ערשיינונג און די ..."שבת'דיגע סעודה"...פון די ..."מחותנים"... זענען נישט פרי דמיוני. נאר זענען באזירט אויף א בוך פון הרב מאיר לעהמאן. וואו ער שילדערט דעם ..."סטראגגל"...און די דילעמע פון א אידישן בחור, פאר וועם ס'איז אנגעשטאנען חתונה צו האבן מיט א שיקסע. די טאכטער פון א פריץ. און אויך ווערן א גוי. אדער בלייבן א איד. די מעשה הייסט..."רוזן או יהודי"...!
די סצענעס וואס איך באשרייב. מיט די טעמפל ערשיינונג און די ..."שבת'דיגע סעודה"...פון די ..."מחותנים"... זענען נישט פרי דמיוני. נאר זענען באזירט אויף א בוך פון הרב מאיר לעהמאן. וואו ער שילדערט דעם ..."סטראגגל"...און די דילעמע פון א אידישן בחור, פאר וועם ס'איז אנגעשטאנען חתונה צו האבן מיט א שיקסע. די טאכטער פון א פריץ. און אויך ווערן א גוי. אדער בלייבן א איד. די מעשה הייסט..."רוזן או יהודי"...!
Re: רבותי וועקטס ענק אויף!! אנטיסעמיטיזם בוזשעוועט!
berlbalagulehעקזעקטלי מיין פאוינט.מיינונגזאגער: מ' האט עס שוין פרובירט. אין שפאניע מיט 500 יאר צוריק. און שפעטער אין דייטשלאנד. אין אנהויב (אנהייב די תקופה פון די רעפארמער) האט עס אויסגעזעהן גוט. די גויים האבן געשמייכלט צו די אידן. זיי האבן געגעבן קאמפלימענטן פאר די אידן אז זיי הייבן אן זיך אויסצומענטשלען. זיי זענען געגאנגען צו די זעלבע פארטיס. און אידן האבן אנגעהויבן זיך עכט אויסמישן מיט די גויים. די אידישע סטודענטן וועלכע האבן געהאלטן ביי ווערן דאקטוירים האבן חתונה געהאט מיט שיקסעס. און אידישע מיידלעך האבן חתונה געהאט מיט שקצים. און דער ..."אידישער"...מחותן האט איינגעלאדנט זיין גוי'אישן מחותן צו זיין טעמפל. ער זאלל זעהן ווי שטארק פראגרעסיוו זיי זענען. א מענטש צוגלייך מיט מענטשן...! און נאכדעים איז דער (גוי'אישע) מחותן מיט די מחותנס'טע געגאנגען עסן לאנטש צו די מחותנים. וואו מ'האט סערווירט חזיר צוזאמען מיט די אייער-צוויבל. נאך די ..."סעודה"... איז מען געגאנגען פאר א שפאציר. און מ'האט אפגעשמועסט דעם זמן החתונה... די חתונה איז אדורך מיט גרויס פאראד. מ'האט ליתר שאת איינגעלאדנט דעם גלח אויך צו די .."חופה"... (כאטש דער רעפארם ראביי איז געווען מער גוי'איש ווי דער גלח אליין). און זיי האבן געהאט קינדער. און דער אידישער בחור איז געווארן א גרויסער, בארימטער דאקטער. און זייערע קינדער האבן אויך חתונה געהאט מיט דייטשע גויים. 2 פון זייערע קינדער זענען אויך געווארן בארימטע דאקטוירים. און איינע פון די טעכטער האט חתונה געהאט צו א (אידישן) לאיער. און די צווייטע האט חתונה געהאט צו א דזשאדזש...ביז... איין טאג האט איינער א בארימטער פאליטישן מיט'ן נאמען ביסמארק אנגעהויבן שטארק העצן אקעגן אידן. (עטץ מיינטס אז דאס אנטיסעמיטיזם אין דייטשלאנד האטציך אנגעהויבן ביי היטלער און די נאציס, ימ"ש)...און ער האט צוגעצויגן צו זיך א סאך בארימטע שרייבערס און פאליטישנס. און זיי האבן געגרינדעט א פאליטישע אנטיסעמיטישע פארטיי. אבער די אידן זענען געווען בלינד צו די רעאליטעט. און זיי האבן זיך איינגערעדט אז ..."דאס געזעץ"... וועט זיי באשיצן...פלוצלינג איז אויפגעשטאנען איינער אן אומגעלערנטער פויער. אבער א וויסטער אנטיסעמיט. און ר'האט אנגעהויבן זייער שטארק צו העצן אקעגן די אידן. אבער די אידן האבן זיך נאכאלץ פארזיכערט אין ..."געזעץ"... און די קאנסטיטוציע. זיי האבן געטענה'ט אז זיי זענען דייטשן. פונקט ווי די גויים. אבער ס'האט זיי גארנישט געהאלפן. ווייל צום סוף האט מען זיי אלעס צוגענומען און פארטריבן. נאך ערגער ווי די גירוש שפאניע...!
כל זמן אידן זענען געווען אידן האט אנטיסמיטיזים בכלל נישט געבודשזעוועט גאר פארקערט מען האט מכבד געווען דעם איינשטענדיגער איד נאר ווייל ער איז א איד, א איד איז נישט קיין באטריגער, א איד איז אן ערליכער פערזענליכקייט מען קען אים געטרויען נאר ווייל ער איז א איד און ער וועט נישט גאנבענען, באעוולען אדער אפי׳ משיג גביל זיין. ווי נאר דער איד האט זיך אנגעהויבן פארגויאישען דאן האבן זיך די צרות אנגעהויבן.
Sent from my iPhone using Tapatalk
Re: רבותי וועקטס ענק אויף!! אנטיסעמיטיזם בוזשעוועט!
berlbalagulehאבער מאיר לעהמאן האט געחולמט די פאקטן וואס האבן בכלל נישט פאסירט, אבער עס איז נאך אלץ אמת אז די געמויזעכטס איז אנגעגאנגען דאן.דער גאלדענער אדלער: דו ביסט גערעכט. דאס אנטיסעמיטיזם האטציך טאקע אנגעהויבן ביי און דורך מארטין לוטער, ימ"ש. אבער דאס פאליטישע אנטיסעמיטיזם אויף א מאסן פארנעם איז ערשט אריין אין פוללן שוואונג דורך ביסמארק. וועלכער איז געווען א פאליטישן און א דיפלאמאט. ער האט פאראייניגט די אלע פראווינצן און געגנטן, וועלכע האבן גערעדט די דייטשע שפראך (אויסער עסטרייך) פון מזרח און צענטראל אייראפע אלס איין לאנד. ער איז געווען פארהייליגט ביי די באפעלקערונג אזוי ווי , להבדיל, דזשארדזש וואשינגטאן אין אמעריקע. אדער ארטיגאס אין אורוגוויי...!
די סצענעס וואס איך באשרייב. מיט די טעמפל ערשיינונג און די ..."שבת'דיגע סעודה"...פון די ..."מחותנים"... זענען נישט פרי דמיוני. נאר זענען באזירט אויף א בוך פון הרב מאיר לעהמאן. וואו ער שילדערט דעם ..."סטראגגל"...און די דילעמע פון א אידישן בחור, פאר וועם ס'איז אנגעשטאנען חתונה צו האבן מיט א שיקסע. די טאכטער פון א פריץ. און אויך ווערן א גוי. אדער בלייבן א איד. די מעשה הייסט..."רוזן או יהודי"...!
Sent from my iPhone using Tapatalk
מיינונגזאגער: דו ביסט 100% גערעכט. איך האב געוואלט צו שרייבן אז די שילדערונג פון די געשיכטע מיט די רעפארם טעמפל ערשיינונג און די ..."שבת'דיגע סעודה"...פון די גוי' אישע מחותנים איז נישט פרי דמיוני. נאר די פרי דמיונו פון הרב מאיר לעהמאן אבער דאך. ער שילדערט אין זיין באשרייבונג וואס איז א נאוועללע באזירט אויף די אמת'ע געשיכטע דעם אלגעמיינעם מצב אין דייטשלאנד אין יענע תקופה...!
די איינציגע גוטע זאך וואס איז ארויסגעקומען פון די רעפארם באוועגונג און די געמישטע חתונות איז געווען אז די קינדער וועלכע זענען געבוירן ביי די געמישטע פאר פעלקער, און די נאציס, ימ"ש האבן זיי גערופן ..."מישלינגען"...און ביי די נאציס האבן זיי געהייסן ..."אידן"...א סאך פון זיי זענען געווארן אנגענומען אין די נאצי פארטיי. און אפילו אין די עס.עס. אבער די הויפט נאצי פיהרער האבן זיי געהאלטן אין אן אומ-זיכער'ן מצב. זיי האבן אייביג מורא געהאט אז מ'וועט זיי פארשיקן אין די קאנצענטראציע לאגער'ן. און זיי האבן געהאט א שטילן פארבאנד צווישן זיך. און ווען דער בעלזער רב זצ"ל מיט זיין ברודער זענען אנגעקומען צום גרעניץ פון עסטרייך האבן די אלע האלבע אידן געהאלפן אדורכשמוגלען די צוויי הייליגע ברודער אפילו דורך דייטשלאנד אליין. ביז זיי זענען אנגעקומען קיין איטאליע. צו א שיף...וואס האט זיי געפיהרט קיין א"י...!
(אזוי האביך געליינט אין...מחנה החרדי.)

איך האב אלעמאל געוואוסט אז מישליגען זענען מיט געגאנגען מיט עם ישראל אין לאגער.
מארטין לוטער האט אן געהויבן אנטיסעמיטיזעם?
@מיינוגזאגער פאר די השכלה און ווען אידן האבן זיך מאדענערזירט איז נישט געווען קיין פאגראם'ס? אלע האבן געלעבט בשלום נאך דערצו אין דייטשלאנד??
Sent from my SM-G950U using Tapatalk

גראף: לויט ווי אלע היסטאריקער זאגן זענען די מערסטע פון די האלבע אידן אדער ..."מישלינגען"...נישט געגאנגען אין די קאנצענטראציע לאגערן. נאר די נאצי פיהרער האבן זיי געהאלטן אין אן אומ-זיכערן מצב. זיי האבן זיי קיינמאל נישט פארזיכערט אז זיי וועללן נישט גיין אין די קאנצענטראציע לאגערן...! כאטשיג זיי זענען געווען מעמבערס אין די נאצי פארטיי און אפילו אין די עס.עס. און די האלבע אידן האבן טאקע פארמירט אזא מין ברודערשאפט. און זיי האבן שטילערהייט געהאלפן א סאך אידן.
איך וועלל דא נוצן מיין פאנטאזיע. מסתמא זענען געווען באהאלטענע מניינים אין בערלין. און אנדערע גרויסע שטעט וואו די האלבע אידן, און אפילו געהעריגע אידן האבן געהאט מניינים. ס'איז טאקע דא עטליכע קליפס וואס באהאנדלען די טעמע. פון די באהאלטענע אידן אין בערלין. און אנדערע שטעט. נאר די פארשאלטענע געסטאפא (ראשי תיבות פון..."געהיימע שטאאטס פאליציי.)האבן געניצט אנדערע אידן, און זיי געגעבן כל טוב. און זיי געלאזט זיך ארומדרייען פריי. אז זיי זאללן אויסגעפונען און אויסמסר'ן אידן...!

גראףניין, מארטין לוטער ימ"ש האט נישט אנגעהויבן אנטיסעמיטיזם, נאר כ'רעד פון זיין מהלך אין זיין באקאנטן בוך קעגן די אידן וואו ער העצט גאר שטארק קעגן די אידן, און האט גענוצט דעם זעלבן מהלך ווי די נאציס האבן גענוצט אין זייערע צייטונגן ווי די שטורמער וכדו' אדרבה נעם אפיר זיין ביכל און ליין עס דורך. וועגן דעם זענען דא וואס טענה'נן אז די נאציס האבן עס גענומען פון עם, ער איז געווען דער מייסד פון דעם נאצישן אנטיסעמיטיזם. כ'האב אפילו געזעהן פון איינעם א אידישע היסטאריקער כ'געדענק נישט זיין נאמען, אז מ'זעהט נישט אזא מין העצערישע געשרייבאכצער ביי קיין איין פון די גלחים פון ביפאר און נאכדעם סיי פון די קאטאליקן וואס האבן גאר שטארק פיינט געהאט אידן און סיי פון די אנדערע קריסטן, פראטעסטאנטן וכדו'איך האב אלעמאל געוואוסט אז מישליגען זענען מיט געגאנגען מיט עם ישראל אין לאגער.
מארטין לוטער האט אן געהויבן אנטיסעמיטיזעם?
@מיינוגזאגער פאר די השכלה און ווען אידן האבן זיך מאדענערזירט איז נישט געווען קיין פאגראם'ס? אלע האבן געלעבט בשלום נאך דערצו אין דייטשלאנד??
Sent from my SM-G950U using Tapatalk
Re: רבותי וועקטס ענק אויף!! אנטיסעמיטיזם בוזשעוועט!
גראףבאופן עיקרוני טאקע נישט עס האט געהערשט שלום ושלווה מער ווייניגער.איך האב אלעמאל געוואוסט אז מישליגען זענען מיט געגאנגען מיט עם ישראל אין לאגער.
מארטין לוטער האט אן געהויבן אנטיסעמיטיזעם?
@מיינוגזאגער פאר די השכלה און ווען אידן האבן זיך מאדענערזירט איז נישט געווען קיין פאגראם'ס? אלע האבן געלעבט בשלום נאך דערצו אין דייטשלאנד??
Sent from my SM-G950U using Tapatalk
אבער ווען מען האט זיך געהויבן מישן האט מען קיין מנוחה נישט געהאט.
Sent from my iPhone using Tapatalk
Re: רבותי וועקטס ענק אויף!! אנטיסעמיטיזם בוזשעוועט!
מיינונגזאגערוואס איז מיט לייגן אידן אין געטאס לאנג פאר זיך מישן? גזירות מיט גירוש איינס נאך די צווייטע. פיל קינות זענען פארפאסט געווארן פון די גרויזאמע שחיטות און געוואלדטאטן אויף כלל ישראל פאר די נעלאגען זענען געבוירן געווארן.גראףבאופן עיקרוני טאקע נישט עס האט געהערשט שלום ושלווה מער ווייניגער.איך האב אלעמאל געוואוסט אז מישליגען זענען מיט געגאנגען מיט עם ישראל אין לאגער.
מארטין לוטער האט אן געהויבן אנטיסעמיטיזעם?
@מיינוגזאגער פאר די השכלה און ווען אידן האבן זיך מאדענערזירט איז נישט געווען קיין פאגראם'ס? אלע האבן געלעבט בשלום נאך דערצו אין דייטשלאנד??
Sent from my SM-G950U using Tapatalk
אבער ווען מען האט זיך געהויבן מישן האט מען קיין מנוחה נישט געהאט.
Sent from my iPhone using Tapatalk
דו ווייסט עס אויך איך בין גארנישט מחדש, נאר איך פארשטיי נישט וואס דו זאגסט דא.
Sent from my SM-G950U using Tapatalk
אידן האבן זיך אנגעפאנגען אויסצומישן מיט די גוים פון די מינוט וואס זיי האבן פארלאזט ארץ ישראל, ס'האט געדויערט נאך טויזענט יאר ביז די קאטוילישע קירכע האט אנגעפאנגען אנטיסעמיטיזם. די עשרת השבטים וועלכע האבן זיך אויסגעמישט מיט די גוים האבן נישט אנגעברענגט קיין אנטיסעמיטיזם, ווען די אידן האבן גענומען נשים נכריות אין די צייטן פון עזרא האט עס נישט אויפגעברענגט אנטיסעמיטיזם, אויך די מתיוונים האבן נישט אנגעברענגט קיין אנטיסעמיטיזם. מוחאמאד האט נישט אויסגע'שחט'ן די אידן פון מדינה ווייל זיי האבן אנגענומען איסלאם, און די שפאנישע אינקוויזיציע האט נישט פארברענט אידן פאר'ן אננעמען יאשקע, פונקט פארקערט. יא, פארטוגאל האט געצווינגען אידן זיך צו שמד'ן נאר כדי אנצוברענגען אנטיסעמיטיזם, אוודאי אזוי, אויך די גלחים וועלכע פלעגן פירן וויכוחים מיט די רבנים האבן ממש דאס געוואלט.
Re: רבותי וועקטס ענק אויף!! אנטיסעמיטיזם בוזשעוועט!
גראףגזירות ת"ח ות"ט, תתנ"ו, ועוד, יוכיח, וואס לויט וואו ס'קוקט אויס פון די קינות וואס מ'זאגט תשעה באב אויף יענע גזירות קוקט נישט אויס ווי ס'איז עפעס שלעכט געווען מיט די אידן, זיי האבן געלעבט אפגעזונדערט אין געטאס, מישן מאן דכר שמיהמיינונגזאגערוואס איז מיט לייגן אידן אין געטאס לאנג פאר זיך מישן? גזירות מיט גירוש איינס נאך די צווייטע. פיל קינות זענען פארפאסט געווארן פון די גרויזאמע שחיטות און געוואלדטאטן אויף כלל ישראל פאר די נעלאגען זענען געבוירן געווארן.גראףבאופן עיקרוני טאקע נישט עס האט געהערשט שלום ושלווה מער ווייניגער.איך האב אלעמאל געוואוסט אז מישליגען זענען מיט געגאנגען מיט עם ישראל אין לאגער.
מארטין לוטער האט אן געהויבן אנטיסעמיטיזעם?
@מיינוגזאגער פאר די השכלה און ווען אידן האבן זיך מאדענערזירט איז נישט געווען קיין פאגראם'ס? אלע האבן געלעבט בשלום נאך דערצו אין דייטשלאנד??
Sent from my SM-G950U using Tapatalk
אבער ווען מען האט זיך געהויבן מישן האט מען קיין מנוחה נישט געהאט.
Sent from my iPhone using Tapatalk
דו ווייסט עס אויך איך בין גארנישט מחדש, נאר איך פארשטיי נישט וואס דו זאגסט דא.
Sent from my SM-G950U using Tapatalk
די טענה אז אנטיסעמיטיזם קומט צוליב אויסמישן איז מאדנע און ראיה'לאז, גענוי ווי קארונא קומט צוליב שייטלען...
אנטיסעמיטיזם איז אלטס געווען און האט אלטס מער אפעקטירט זעהבארע אידן..
גענוי ווי ביי אונז אין נ"י האט מען בעיקר פיינט די האסידיקס..
אנטיסעמיטיזם איז אלטס געווען און האט אלטס מער אפעקטירט זעהבארע אידן..
גענוי ווי ביי אונז אין נ"י האט מען בעיקר פיינט די האסידיקס..
Re: רבותי וועקטס ענק אויף!! אנטיסעמיטיזם בוזשעוועט!
קיינער רעדט נאכנישט וועגן "די בלאזיאו"????

ס'איז צו פארדאנקען די אלע אידישע קאפּא'ס וואס האבן אונז באשמוצט אין די לעצטע פאר וואכן איבער ס'גאנצע וועלט! זייער שנאה צו כלל ישראל וועט אין די צוקונפֿט גורם זיין פיל מער טויטליכע שאדן פאר אידנטום ווי די פּאָר לעבּנס וואס זיי האבן זיך איינגערעדט זיי ראטעווען! אזא גערזי סיטי אטאקע, אדער אזא פארשעי אטאקע קען זיך איבערשפילן נאר מיט זייערע טאלקינג פוינטס אז אונז האבן קראנק געמאכט די וועלט! ווארים, די אידן אליינס האבן אזוי געשריגן!
ליעב צו וויסן: דו מישסט דא אויס 2 ערליי ערשיינונגען.די געשעענישן און נעגאטיווע ערשיינונגען אזוי ווי קאראנא וויירוס און אנדערע פראבלעמען האבן נישט קיין ראציאנאלע פארבינדונג מיט לאנגע שייטלעך און סמארטפאונס וואס די היפאקריטישע און נארישע רבנים האלטן אין איין האקן.
אבער דאס אויסמישן און חתונה האבן מיט גויים האט יא א ראציאנאלע פארבינדונג און איז א מעגליכע סיבה צו אויפפלאמען דאס אנטיסעמיטיזם. ווייל די אנטיסעמיטישע און אומפארגינערישע גויים האבן איבעראל, וואו זיי האבן זיך געדרייט באגעגנט אזוי-גערופענע אידן. סיי די מערסט בארימטע דאקטוירים זענען געווען פון אידישן אפשטאם. אויך די גרעסטע לאיערס און דזשאדזשעס אין קאורט זענען געווען די מערסטע אידן.
דעם פונדאמענטאלן טעות וואס די אידן פון דייטשלאנד האבן געמאכט איז געווען אז זיי האבן זיך געשפיהרט אלס אינטעגראלער טייל פון דייטשלאנד. נישט נאר סתם איינוואוינערס. און ביי זיי איז נישט געווען עפעס ראנג אין חתונה האבן מיט גויים. און אנטיסעמיטן און אנטיסעמיטיזם איז אייביג געווען אין דייטשלאנד. און ווען די אנטיסעמיטן אזוי ווי די נאציס זענען געקומען צו די מאכט האט די אידישע באפעלקערונג נישט איינגעזעהן די סכנה. און זיי האבן אינגאנצן נישט געזוכט קיין וועגן זיך צו באשיצן. ווייל זיי זענען געווען זיכער אז די קאורטס און דאס געזעץ וועט זיי באשיצן...!
איך רעד יעצט נישט פון די רוחניות'דיגע סיבות וועלכע האבן געברענגט דערצו...!

berlbalagulehליעב צו וויסן: דו מישסט דא אויס 2 ערליי ערשיינונגען.די געשעענישן און נעגאטיווע ערשיינונגען אזוי ווי קאראנא וויירוס און אנדערע פראבלעמען האבן נישט קיין ראציאנאלע פארבינדונג מיט לאנגע שייטלעך און סמארטפאונס וואס די היפאקריטישע און נארישע רבנים האלטן אין איין האקן.
אבער דאס אויסמישן און חתונה האבן מיט גויים האט יא א ראציאנאלע פארבינדונג און איז א מעגליכע סיבה צו אויפפלאמען דאס אנטיסעמיטיזם. ווייל די אנטיסעמיטישע און אומפארגינערישע גויים האבן איבעראל, וואו זיי האבן זיך געדרייט באגעגנט אזוי-גערופענע אידן. סיי די מערסט בארימטע דאקטוירים זענען געווען פון אידישן אפשטאם. אויך די גרעסטע לאיערס און דזשאדזשעס אין קאורט זענען געווען די מערסטע אידן.
דעם פונדאמענטאלן טעות וואס די אידן פון דייטשלאנד האבן געמאכט איז געווען אז זיי האבן זיך געשפיהרט אלס אינטעגראלער טייל פון דייטשלאנד. נישט נאר סתם איינוואוינערס. און ביי זיי איז נישט געווען עפעס ראנג אין חתונה האבן מיט גויים. און אנטיסעמיטן און אנטיסעמיטיזם איז אייביג געווען אין דייטשלאנד. און ווען די אנטיסעמיטן אזוי ווי די נאציס זענען געקומען צו די מאכט האט די אידישע באפעלקערונג נישט איינגעזעהן די סכנה. און זיי האבן אינגאנצן נישט געזוכט קיין וועגן זיך צו באשיצן. ווייל זיי זענען געווען זיכער אז די קאורטס און דאס געזעץ וועט זיי באשיצן...!
איך רעד יעצט נישט פון די רוחניות'דיגע סיבות וועלכע האבן געברענגט דערצו...!
ס'קען זיין אז אין דייטשלאנד איז עס געווען א פאקטאר (אפשר אפילו א שטארקע..) אבער פיינט האבן דעם איד האט זיך נישט אנגעהויבן אין נאצי דייטשלאנד און זיך נישט געענדיגט דערנאך..
די שנאה צום איד איז גאר א קאמפליצירטע נושא, אבער ס'איז קלאר אז 2 זאכן האבן גאר שטארק צו געגעבן: 1) די שנאה צום ראביניקעל איד וואס געוויסע פון די Gospels גיסן 2) דאס אז דער איד איז אלס געווען "נישט פון אונז", ביידע פון די פראבלעמען (די צווייטע זיכער) איז נאר ערגער ווען מען איז דייקא נישט אויסגעמישט.
(אין נ"י זעהט מען קלאר אז די האסערס האסן בעיקר דעם פרומען איד..)
ליעב צו וויסן: 2 זאכן זענען מיר אומפארשטענליך אין דיין תגובה. ערשטנס וואס איז אנגעצייכנט אלס #1. די צווייטע זאך איז דו זאגסט אז זיי האבן פיינט געהאט דעם איד "ווייל ער איז נישט געווען איינער פון זיי"... דו ברענגסט ראיות 1) פון די גאספעלס. 2) דו ברענגסט אויך א ראיה פון ניו יארק. אז די אנטיסעמיטן האבן די מערסטע פיינט ערליכע אידן/האסידים.
די מערסטע פארפיינטיגטע גרופ ביי די אריגינאלע קריסטן זענען די פרושים. ווי זיי רופן עס אן די "פאריסיעס"...! זענען דא טעמים פארדעם, ווייל די פרושים זענען דאך געווען אקעגן די צדוקים, און אויך אקעגן די קריסטן...! און פאליטיש זענען די פרושים אויך געווען אקעגן די נייע גרופ וועלכע זענען געווען נאכפאלגערס פון יאשקע, און יאשקע און זיין גרופ זענען געווען רעוואלוציאנערן,. און זיי האבן געוואלט אראפווארפן דעם יאך פון די רוימישע אימפעריע. און די פרושים האבן געהאלטן אז מ'דארף זיך מכניע זיין צו זיי...!
א ראיה צו דעם איז, אז נאכדעם וואס דער רוימישער גאווערנאר פון ארץ ישראל פאנטיוס פילאטע (פיילעיט) האט איהם געלאזט הענגען, האבן זיינע סאלדאטן איהם ארויפגעקלאפט אויף א צלם (וואס האט אויסגעזעהן אנדערש ווי היינט). זיי האבן איהם אנגעטון א קרוין פון דערנער אויפ'ן קאפ, און אויך צוגעשריבן א סיין מיט די פאלגנדע ווערטער: Iesus Christos rex Iudaeus...! יאשקע דער אויסלייזער קעניג פון די אידן...! דער איד וואלט שוין געשריבן "עפרא לפומיה"...!
מ'קען עכט אנצייכענען אן אנדערע תקופה ווען דאס אנטיסעמיטיזם האט זיך אנגעהויבן פארשפרייטן. אין די צייט פון דעם "גרויסן" טעאטער שפיעל קאמפאזיטאר וויליאם שעיקספיער. ער איז אויפגעקומען מיט א דראמא שפיעל וואס איז מעגליך באזירט אויף אן אמת'ע מעשה, אדער נישט. די מעשה הייסט "דער סוחר פון ווענעציע"... The merchant of Venice...! דער תמצית פון די מעשה גייט אזוי: אין די שטאט ווענעציע, אין איטאליע, איז געווען א (גוי'אישער) סוחר וואס זיינע געשעפטן זענען נישט גוט געגאנגען, האט ער געזוכט פון וואו צו בארגן געלט. איז געווען א אידישער באנקירער מיט'ן נאמען שיילאק, ער האט איהם פארבארגט דאס געלט, אבער ער האטציך אויסגענומען מיט איהם אז אויסער דעם קרן און די פראצענט מוז ער איהם אפגעבן דאס גאנצע געלט ביז א געוויסע צייט. אויב ברענגט ער דאס שפעטער מוז ער איהם אויך געבן א פונט פון זיין אייגן פלייש. והך קאווע. און ס'איז אזוי געווען אז די געשעפטן פון דעם סוחר פון ווענעציע זענען נישט גוט געגאנגען, און ר'האט נישט געקענט באצאלן דאס גאנצע געלט אין צייט, נאר אביסל שפעטער. האט איהם דער איד שיילאק גערופן אין געריכט אז ער מוז איהם אויך געבן א פונט פון זיין פלייש... די געשיכטע איז זייער דראמאטיש און לאנג, איך וועל נישט באלמוטשען דעם עולם מיט אלע פרטים. נאר דער גוי האטציך געבעטן ביי איהם אז ער זאל איהם אפלאזן, ער האט דאך איהם אפגעגעבן דאס גאנצע געלט, נאר אביסל שפעט. אבער דער איד איז געווען א גרויסער אכזר און ר'האט נישט אויפגעגעבן. דער תמצית פון די מעשה איז אז דער אידישער געלט פארלייער שיילאק האט נישט קיין טראפ רחמנות... ווי שלעכט די אידן זענען...!
פארשטייצעך אז דער שפיעל האט פארשפרייט דאס אנטיסעמיטיזם. דער שפיעל איז זייער שטארק פארשפרייט געווארן, און איז געווען זייער פאפולער, נאך אפילו ביז 150 יאר צוריק... אפילו דער באוואוסטער אנטיסעמיט און שונא ישראל הענרי פארד ימ"ש האט עס אויך געזעהן אין סקול ווען ער איז אויפגעוואקסן...!

די טבע איז, ווען ס'איז פאראן 2 גרופעס פון מענטשן וואס זענען אפגעטיילט "בשיטה" וועלן זיך די 2 גרופעס נישט צו שטארק ליב האבן (סאך שטערקער ווי עטניש.. ווי למשל די פיינטשאפט צו די בנ"י VS סתם א געוויסע פרעמדקייט צו אידן פון תימן), פארשטייט זיך די שוואכערע גרופע וועט ליידן פון די שטערקערע..
אידן זענען איבעראל געווען אן "אנדער גרופע" בשיטה (געגלייבט אנדערש ווי זייערע שכנים), און אידן זענען איבעראל געווען די שוואכערע גרופע, במילא איז שוין דא גענוג סיבה זיי זאלן ליידן, ובפרט נאכדעם וואס אין געוויסע Gospels ווערט געגיבן א רעליגיעזע סטעמפל זיי צו פארפאלגען איז קיין וואונדער אז מען האט זיי אלס געפייניגט..
און פארשטייט זיך אז שפעטער ווען מען האט געמאכט פלעיס און ביכער איז געווען פארשטענדליך צו ניצן דעם איד אלס דער שלעכטער קערעקטער, So אפילו ווען די גלויבנוגען פון ביידע זייטן זענען צוביסלעך שוואכער געווארן איז די שנאה נאך אלס געבליבן וויבאלד יעצט וואקסן מיר דאך אויף מיט דעם איד אלס שלעכטער קערעקטער..
ס'איז אבער פאראן 2 וועגן צו פארמיידן די פיינטשאפט אדער מען איז אזוי נישט אידיש אז מען ווייסט נישט אז דו ביסט, אדער אז מען איז אזוי באהאלטן אינעם אייגענעם געטא אז מען טראכט ניטאמאל פון דיר.. אבער איינמאל דו דרייסט דיך צווישן זיי און מען זעהט אז דו ביסט א איד וועט די שנאה חל זיין

בנוגע היינטיגע אמעריקאנע פיינטשאפט צום איד:
וויבאלד דער אלגעמיינער גוי וואקסט נישט אויף מיט די ביכער וואס מאלט אראפ דעם איד אלס דער שלעכטער קערעקטער און וויבאלד די אמעריקענער Evangelicals האבן א גוטע רעליגיעזער בליק אויפן איד.. איז טאקע דער איד נישט פארפיינטעט ביים אלגעמיינעם אמעריקאנער, אבער אין די פלעצער ווי די אידן ווייזן אז זיי גלייבן און פירן זיך אויף "אנדערש" פון זייערער שכינים (לאו דווקא גלויביגע) האט מען זיי טאקע נישט צו שטארק ליב..
So צוריק צום אנהייב פון אונזער דעבאטע.. מיר זעהט אויס אז דייקא דאס וואס מען איז אנדערש ברענגט שנאה (כאטש וואס שנאה קען "בלייבן" אפילו ווען מען אסימילירט זיך)

ליב צו וויסןדי טבע איז, ווען ס'איז פאראן 2 גרופעס פון מענטשן וואס זענען אפגעטיילט "בשיטה" וועלן זיך די 2 גרופעס נישט צו שטארק ליב האבן (סאך שטערקער ווי עטניש.. ווי למשל די פיינטשאפט צו די בנ"י VS סתם א געוויסע פרעמדקייט צו אידן פון תימן), פארשטייט זיך די שוואכערע גרופע וועט ליידן פון די שטערקערע..
אידן זענען איבעראל געווען אן "אנדער גרופע" בשיטה (געגלייבט אנדערש ווי זייערע שכנים), און אידן זענען איבעראל געווען די שוואכערע גרופע, במילא איז שוין דא גענוג סיבה זיי זאלן ליידן,
והציגיינער תוכיח. די צייגיינער האט מען אויך פיינט געהאט, די נאציס האבן אויסגעהארגעט איבער א מילליאן פון זיי, ס'איז אלץ דעם זעלבן ענין. אנטיסעמעטיזם און אנטיציגייניזים, קומען פונעם זעלבן שורש.
ליעב צו וויסן: דער (טיילווייזער) ענטפער ליגט אין דיינע אייגענע ווערטער. לויט ווי דו זאגסט (אדער פרעגסט רעטאריש) אז די חסידים זענען בדרך כלל די איינציגסטע, אדער לעצטע עטנישע גרופ אקעגן וועם מ'ערלויבט זיך נאך צו דיסקרימינירן, איז, ווייל זיי זענען די מערסטע דערקענבאר. דאס הייסט אז זיי שטייען די מערסטע ארויס. ווייל די פרייע אמעריקאנער אידן, דערקענען די אנטיסעמיטן נישט אז זיי זענען אידן. דאס מיינט אבער ווען זיי געפונען אויס אז זיי זענען אידן האבן זיי אט די גרופ פונקט אזוי פיינט.
לאמיר נעמען א משל פון פראקטישן לעבן. די וועלט בארימטע צייטונג די "ניו יארק טיימס", וואס די אריגינאלע אייגנטומער זענען געווען אידן, און היינט איז דער פאקט אז זיי זענען שוין 3 דורות אפגע'שמד'ט און אויסגעמישט מיט גויים, און זייער עדיטאריעל פאליסי איז אויך זייער שטארק אקעגן מדינת ישראל און פרא-אראביש, און זיי זענען בכלל אקעגן אידן און זייערע רעכטן. (ניין. להוי ידוע אז זיי האבן פיינט די חסידים, בכלל). און דאך, אלע אנטיסעמיטישע גרופעס שעלטן זיי צוזאם אלס "אידן"... די ראיה אז זיי זענען אקעגן אלע אידן בכלל, איז, אז ביי א יעדע אישו וואס ס'האנדלט זיך מיט אידן, נעמען זיי אן א שטעלונג וואס איז פיינטליך צו אידן. ווען ס'איז געווען א פראבלעם מיט יארן צוריק אין מאנרא, אז די קאונטי סקול דיסטריקט האט געשיקט באסעס מיט פרויען באס דרייווערס צו די תלמוד תורה, און פארשטייצעך אז די הנהלת הת"ת איז נישט געווען צופרידן פון דעם, האט דער נ.י. טיימס אויפגעהויבן א געשריי אז די אידן דיסקרימינירן אקעגן די פרויען... און נישט אז די חסיד'ישע אידן האבן זייערע רעליגיעזע רעכטן, און מ'דארף דאס רעספעקטירן...! און די סאטמאר'ע פאליטישע ליניע איז אז דער נ.י. טיימס איז א רעספעקטפולע און פרעסטיעזשפולע צייטונג, ווייל זיי האלטן אז מדינת ישראל האט נישט קיין רעכט צו עקזיסטירן אלס זעלבסטשטענדיגע מדינה...!
די אונטערשטע שורה איז, אז א איד האט נישט קיין וועג צו אנטלויפן פון זיין אידישקייט. ער מעג שוין זיין אפילו 3 דורות גע'שמד'ט און אויסגעמישט מיט גויים, וועט ער נאכאלץ נישט זיין אנגענומען און רעספעקטירט ביי די גויים, ווי ס'שטייט אין פסוק "הן עם לבדד ישכון ובגוים לא יתחשב"...! ועוד יש להאריך. אבער פאר נעקסט טיים...!

רביה''ק זי''עליב צו וויסןדי טבע איז, ווען ס'איז פאראן 2 גרופעס פון מענטשן וואס זענען אפגעטיילט "בשיטה" וועלן זיך די 2 גרופעס נישט צו שטארק ליב האבן (סאך שטערקער ווי עטניש.. ווי למשל די פיינטשאפט צו די בנ"י VS סתם א געוויסע פרעמדקייט צו אידן פון תימן), פארשטייט זיך די שוואכערע גרופע וועט ליידן פון די שטערקערע..
אידן זענען איבעראל געווען אן "אנדער גרופע" בשיטה (געגלייבט אנדערש ווי זייערע שכנים), און אידן זענען איבעראל געווען די שוואכערע גרופע, במילא איז שוין דא גענוג סיבה זיי זאלן ליידן,
והציגיינער תוכיח. די צייגיינער האט מען אויך פיינט געהאט, די נאציס האבן אויסגעהארגעט איבער א מילליאן פון זיי, ס'איז אלץ דעם זעלבן ענין.
ס'איז דא א קלאסישע מעשה'לע אויף דעם...!
אין אונגארן. וואו ס'האט אויך געוואוינט א גרויסע ציגיינערישע באפעלקערונג. און זיי זענען טאקע געווען בשפל המדריגה. האטציך געמאכט א קאנפליקט אין פאבליק סקול צווישן א ציגיינעריש'ן שייגעצ'ל און איינער פון די לאקאלע באפעלקערונג. פארשטייצעך. דער פרינסיפל האט געגעבן גערעכט פאר דעם אונגארישן שייגעץ. און נאכדערצו גוט ..."אנגעשייגעצט"... דעם ציגיינער. רופט זיך אן דער ציגיינער...איך בין טאקע א ציגיינער . אבער א איד ביניך דאך נישט...!
Re: רבותי וועקטס ענק אויף!! אנטיסעמיטיזם בוזשעוועט!
רוב אנטיסעמיטישע ליטעראטור אין די וועלט היינט, זענען געבויט אויף פרייע אידן, ווי באנקירער און מידיא פערזענליכקייטן, נישט חסידישע אידן, אבער פארן בילד וועלן זיי געווענליך נוצן חסידישע אידן וואס גייען אנגעטון אנדערש, (אויף די נאז איז אביסל שווער צו דערקענען).