☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » פון דא און דארט -- (קרישקעלעך)

פון דא און דארט -- (קרישקעלעך)

18 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1306

זר זהב » דינסטאג יולי 31, 2012 8:19 pm

· #30430
פון דא און דארט -- (קרישקעלעך)
סתם אינטערעסאנטע זאכן וואס דו האסט געזען אדער געהערט אדער קומט ערגעץ פאר איבער אלעס און אלעמען. (א שטייגער ווי "פון דא און דארט" אין 'איד'. אדער "ארום און ארום" ווי ס'פלעגט זיין אינעם 'בלאט')

וזה החילי...

ס'האט זיך געטוהן אויף טיש און אויף בענק פריער אויף די מייקל סעוועדזש שוי. ער האט ארומגערעדט פון אר"י און די דרעפט וואס זיי ווילן איינפירן אויף די חרדים.
דער אריינרופער האט אגריעט מיט סעוועדזש אז יעדער מוז דינען, און מ'קען זיך נישט באהאלטן אונטער די "תורה מאנטל"...

איינער מאיר האט אריינגערופן און מיט אן עזות דקדושה אויסגעשריגן אז נישט די מיליטער באשיצט דעם לאנד נאר די וואס זיצן און לערנען תורה!
סעוועדזש איז געווארן 'פלעבבערגעסטעד' און פרעגט אים פארוואס האט די תורה נישט באשיצט די אידן פון אוישוויץ און טרעבלינקא....!?!?!

מאיר לאזט זיך נישט: "ווייל זיי האבן נישט געלערנט תורה! די אידן זענען נישט געווען ערליך!

סעוועדזש הייבט אן זיך צו בייגן אביסל און פרעגט: "פארוואס קען מען נישט לערנען אביסל און אביסל גיין אויפ'ן פראנט מיט אן עוזי גאן?... וואס איז די סתירה?"

מאיר: "ווייל אין די מיליטער איז דא אסאך זאכן וואס זענען בניגוד התורה וואו א ערליכער איד טאר זיך נישט דרייען"

סעוועדזש (וויינער): "איך האב אמאל געזען אן ארטדאקסישן איד מיט א לאנגן בארד ארויסשפרינגען פון אן העליקאפטער מיט א לאנגן גאן אויסגעשטרעקט"

ביז דא געדענק איך... איך האף צו טרעפן א קליפ דערפון.
-----------------------------------

די אשכול איז וועגן אלעס און אלעמען, איין תגובה מוז נישט האבן קיין שייכות מיט'ן 2'טן!

פון דא און דארט.

ארום און ארום.

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 1:59 am

· #30585
געטראפן!

דא האט איר דעם קאל פון "מאיר" (מישט אויף צו 29:40)

(אדער דא אן אויפמישן)



שמואל הלוי » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 1:59 am

· #30586
פארריכט ביטע די לינק

שמעקעדיג » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 2:05 am

· #30590
די גאנצע שיטה איז נישט אזוי אויסגעהאלטן.
מען לערנט נישט תורה כדי צו שיצן אויף די מדינה.
מען לערנט תורה ווייל דער אויבערשטער האט געהייסן.
אודאי איז תורה מגני ומצלי, אבער די חשבונות פירט מען אין הימל.
גיי פרעג פארוואס די תורה האט נישט מגין געווען אויף די בעלי התוספות?

שמואל הלוי » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 2:06 am

· #30591
זר, יישר כח פארן פארריכטן.

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 2:10 am

· #30594
האט ער דען געזאגט אז מ'לערנט "צו שיצן"... ער זאגט אז די פאקט איז אז די תורה לערנערס זענען די ריעל שיצערס און נישט די מיליטער....

אברעמעל » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 2:34 am

· #30597
די לעצטע צוויי דריי מינוט ענדיגט ער א געוואלדיגע פוינט, איבער די גאנצע אינפארמאציע עידזש.

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 11:44 pm

· #31077
סיי קאווע שטיבל און סיי איי וועלט האבן איצט (עז ווי ספיק) 28 איינגעשריבענע באנוצער...

חאצקל » דאנערשטאג אוגוסט 2, 2012 12:50 am

· #31109
דער מוזיקאלישער אינסטרומענט "פרענטש הארן" וועלעכע ווערט היינט געניצט ביי סימפאנישע ארקעסטרעס אדער קעניגליכע צערעמאניעס אין יוראפ, איז א סינטעטישע ווערסיע פונעם אמאליגן נאטורליכער שופר, וועלעכע פלעגט גענוצט ווערן אין די אור אלטע צייטן פאר א מלחמה אדער טרומפ (נצחון מארש).

זר זהב » דאנערשטאג אוגוסט 2, 2012 12:51 am

· #31112
איז דאס נייעס? אדער סתם א סטעיטמענט?

חאצקל » דאנערשטאג אוגוסט 2, 2012 1:05 am

· #31119
גרינלאנד, דאס נארד אמעריקאנער לאנד וואס איז אן אינזל פאר זיך (דער אפיציעל גרעסטער אינזל) און געפינט זיך צפון קאנאדע, איז דער איינציגסטער לאנד, וואו די נאטיוון (ילידים=די פעלקער פאר די אייראפעיער זענען אנגעקומען) די ארגינעלער גרינלענדער, פירן דאס לאנד, און די אפיציעלער שפראך איז דארט גרינלאנדיש, וואס איז א עסקימאזישער שפראך. די דענעמארקער וועלעכער האבן דארט געוועלטיגט הונדערטער יארן, האבן שוין דארט בלויז א קליינע ווארט.

חאצקל » דאנערשטאג אוגוסט 2, 2012 1:07 am

· #31120
זר זהב
איז דאס נייעס? אדער סתם א סטעיטמענט?


ס'מוז זיין נייעס, אדער סתם אזוי וואס ס'קומט ארויס פון די קישקע וואס קען זיין אינטרעסאנט פאר עמיצן?

חאצקל » דאנערשטאג אוגוסט 2, 2012 1:21 am

· #31124
ווען מ'האט מיט דרייסיג יאר צוריק געבעטן איינע פון די רבי'ס צו אונטערשרייבן קעגן דער היינטיגער בעלזער רבי, האט ער געזאגט אז ער האט נישט קיין צייט. אויף די פראגע צו ער קען נישט טרעפן אפילו עטליכע מינוט דערפאר, האט ער געענטפערט אז פאר בלויז אונטערשרייבן קען ער טרעפן צייט, אבער פאר דעם איבערבעטונג צעראמאניע וואס ער וועט ערגעץ ווען אמאל מוזן דורך פירן אין רעזולטאט פון דעם חתימה, פאר דעם האט ער נישט קיין צייט... ודפכ"ח.

בן תמליון » דאנערשטאג אוגוסט 2, 2012 9:28 am

· #31157
זר ייש"כ פאר דעם סעוועדזש לינק. דער איד איז אסאך מאל צוקער זיס. נעכטן איז ער געווען ביזי מיט בלומבערגס מלחמה קעגן די גרויסע באטלעך ער וויל מאכן שוגער פרי ניו יארק זאגט סעוועדזש אבער איך זאג מיר דארפן משוגענער פרי ניו יארק. ער זאגט עס איבער און איבער ער וויל שוגער פרי ניו יארק מיר ווילן משוגענער פרי ניו יארק!

זר זהב » דאנערשטאג אוגוסט 2, 2012 10:53 am

· #31171
ער האט אויך ארומגערעדט פון כשרות נעכטן. וועגן מפריס פרסה און שוסעת שסע

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 8, 2012 2:08 pm

· #32938
הגה"ק אדמו"ר מסאטמאר (קר"י) 'געדענקט' דעם (עלטער) פעטער. אין אן אינטערוויא מיט'ן עמי וואכן שריפט.
זאל איינער וואס לייענט, דא איבערגעבן.

זר זהב » דאנערשטאג אוגוסט 9, 2012 11:30 pm

· #33578
אמעריקע איז ערנסט פארריקט.

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 22, 2012 8:16 pm

· #38775
איז דער רעפארטער מרדכי'ס ברודער?