אנטי וואקסינירער זענען טעקניקעל עמי הארצים און בעד עט דיטעיל
32 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13055
אנטי וואקסינירער זענען טעקניקעל עמי הארצים און בעד עט דיטעיל
אנדערש ווי פיהל אנדערע דא האב איך יא געהערט פערזענליך פון מומחים, ריסערטשערס און דאקטורים, איבער די קרעדיביליטי פון וואקסינען און די טפשות'דיגע רשעות פון די אנטי-וואקסינירער, קאנס-פיראטן. נישט אז איך פארשטיי אסאך צו ביאלאגיע און די טערמינען פארבינדן צו דער נושא, אזוי אז איך קען נישט אליינס אפלייענען און פארשטיין אן ארטיקל און די נאטור אדער סייענס מאגאזינען למשל, אבער די ערשטע קענען יא.
נאר דא וויל איך מיר באציען צו די גרויס-שטאקיגע פערדן וואס כאטש וואס מאנכע פון זיי האבן ווי עס שיינט געלערנט א באנטש מיט ספרים און געלייענט (פאפולער-סייענס – סייענס פאר די פאפוליס) ביכער פון גרויסע פראפעסארן קומט זיי נישט אין באטראכט אז כדי צו שטעלן א צד אין דער נושא און נאך ארגיוען דערפאר, זענען די אלע געלייענכצער גארנישט ווערט. צו דעם דארפן זיי פשוט לייענען און פארשטיין די מאניולס, דהיינו די ביאלאגיע ביכער און זיין אפ טו דעיט מיט די פובליצירטע שטודיעס אין די (נישט פאר פאפולוס און נישט עסטאבילירטע) זשורנאלן. נאר דער פראבלעם פארשטיי איך איז אז צו פארשטיין ווי אזוי א מאשין ארבעט פעלט זיך אויס נישט נאר צו לייענען פריער דעם מאניול און האבן א גא עט איט אין פרעקטיס, נאר אויכעט ברויך מען נאך פאר מען נעמט זיך דערצו האבן דער ריכטיגער פארשטאנד, וואס איז דאס קאוז און עפעקט, אנישט איז מען פשוט, אין א פרעקטיקעל מציאות, נישט געמאכט פארדעם. נישט געמאכט פאר דער פעלד. גיי זיי א לויער אדער א סעילסמאן.
איך האב געשמועסט מיט מיין באבע זז"ג נישט לאנג צוריק, זאגט זי מיר אזוי בתוך הדברים אז היינט דארף זיין זייער געווארנט זיין און ליגן אין בעט אגאנצן טאג כדי נישט זיך איבערצושטרענגען; אזוי מיינט זי וועט זי לעבן ביז 120. אפנים, עס פאלט איר גארנישט איין אז ראסטיגן דעם קערפער פירט נאר שנעלער צו צום גרוב. זי איז שוין באלד אכציג און דורכאויס איר גאנצן לעבן האט זי מסתמא נישט געהערט דער מושג אז ווען מען מאכט עקסערסייז, וואס ברויך לכאורה אפשוואכן דעם קערפער, האט עס דער פארקערטער עפעקט, עס שטארקט דעם קערפער. נו, גיי טענה דיך מיט א פערפעקטלי לאגישע ארגומענט. און אזוי כהנה וכהנה קען מען טרעפן פיהלע משלים און דוגמאות אין אונזער אויפברענגונג אוואו מענטשן באשטימען דעם מציאות באזירט גענצליך אויף דער לאגיק אין זייער קאפ אדער געפיהל אין זייער קערפער און פארשטייען גארנישט אז דער מציאות קימערט זיך נישט מיט דיין איינזאמע וועג פון טראכטן. און אפילו ווען עס איז נישט אזוי איינזאם, די גאנצע וועלט זאל טראכטן אז מסברא זענען מיר די צענטער פון די יקום, קען מציאות דיך אויך פאטשן אין פנים.
אלזא, לדעתי איז דער שורש פון אזא וויסטע אנטי-וואקסינאציע שיטה מחמת אונזער אומפארשטענדעניש, פחד און בושה (אזא פון גאווה – ס'פאסט מיר נישט אז איך פארשטיי נישט דערצו) פון סייענס בכלל און מעקעניקעל ביאלאגיע (פאר וואנט פון א בעסערע טערם) בפרט. איך וואלט מוסיף געווען אז אונזער טענדענסי צו טיילן זיך נאכאנאנד, נאך ווען די עמבריאו איז פיצל, איז גורם אזא יהושע בן לוי ואליהו עפעקט, אוואו יעדערער איז א ראש; אוואו עס זענען דא צוויי צדדים און א הונדערט מיינונגען – ווייל מיך האט מען דאך אויסגעלערנט אז נאר מיין מיינונג איז קדוש און נאר מיר זענען די אמת'ע אידן. כאאס און אנארכיע.
ריכטיג מיר זענען נישט מאשינען, אבער ווי ווייט מיר זעען ביז אהער, האבן רובא דיסקאוועריס אין סייענס זיך ארויסגעוויזן געגן די אינטואציה און אנגעקומען מיט בלוט און פארעך (עיין ערך וויקי פאול ערליך – אפשר דאס וועט איבערצייגן די פת במלח תאכל'ניקעס וועלכע גלייבן, ווידער מיט בלויזע אינטואציה, אז נאר ווען מען לאזט זיך פייניגן (און די בני בית אויכעט) קען מען מגלה זיין נשגבות.), פארוואס? ווייל מיר-נישט-מאשינען אינטערעקטן מיט א פיזישע וועלט מחוץ פון אונזערע געווילטער (preferred) רעאליטי אין קאפ, און דער פיזישער וועלט, אזוי ווי אונזערע אייגענע קערפער, האבן רולס ווי אזוי עס פונקציאנירט, וואס מאכט נישט-דוקא אדער דוקא-נישט סענס מיט ווי אזוי זאכן וואלט געדארפט זיין אקארדינג צו אונזער מיינונגען, געפיהלן און מאראלישע איבערצייגונגען. א ראיה, כדי צו פארשטיין עני מעקעניקעל פענאמענאן, נעמט יגיעה. דו זאגסט דו פארשטייסט נישט? 'קלאר' (אין דער אנדערער אשכול וואס ליטוואק האט צוגעלינקט), שרייט מחמת געפיהל, 'פראפעסאר שפירא' שרייט מחמת אינטואציה און אנאנים ברענגט גאר הארטע לאגיק, צושטעלונגען און אומצאליגע לא הרי'ס אבער קלוגערע פון זיי האבן שוין מקדים געווען מיט די קשיא פון צדיק ורע לו, וואס לדעתי שטאמט פון דער זעלבער מקור. ווי קען זיין אז די וועלט ארבעט נישט לויט ווי אלעמענס קאפ זאגט אז ס'דארף? ווייל דו ווייסט נישט ווי אזוי דיין אייגענע קאפ ארבעט, זאלסטו ווילן וויסן שוין ווי אזוי, און גאר פארוואס, די וועלט ארבעט די וועג ווי זי ארבעט? אז דו ווילסט באמת וויסן, גיי זעץ דיך לערנען. נאר וואס דען, דו קענסט נישט קאופן מיט די דיטעיל - און כמאמר החכם, די דעוויל איז אין די דיטעיל.
ווען נישט וואס כ'ווייס וויפיל האפט דאס האט וואלט איך געזאגט אז דער 'איינס פון מיליאן' שאנס וואס שמערל זאגט עקזעסטירט אז וואקסינירן זאל עמיצן שאטן דארף אויך האבן אזא קינד וועמענס האדעוונג איז אויף די שיטה אז ארבעטן מאטערט אויס און ווי מער ליגן אין בעט אלץ בעסער, און מסתמא א קינד פון עלטערן – ערשטע קאזינס (ווי כאילו אן ארוני מיט א זלוני איז בעסער). אזא שוואכלינג איז דען א חידוש? דער וועט דאך אדערווייז זיין א לאסט אויף פובליק העלטה פאר'ן לעבן עפ"ל.
דיינע רענטס זענען העכסט פאני און ליינען זיך מיט פארגעניגען.
למעשה ווען רבנים לאזען נישט אינגע ווייבלעך אינדוסען ווען זיי גייען צו קינד, נאר אויב מען פרעגט זיי, און זיי פסק'ענען אז מען מעג אדער מען טאר נישט כנגד דעת ה' דאקטאר פארוואס קענען זיך נישט רבנים פונקט אזוי קעגען שטעלן און זאגען אז מען טאר נישט נעמען דער וואקסינאציע לדעתם דעת תורה?
איי וואס איז דער שייכות?
איז אזוי. דער באקאנטער פרוי אויף דער באקאנטער ווידעא וואס איז געגאנגען וויירעל זאגט עס קלאר, אז היות דער וואקסין קומען נישט פארמיידן פאר מיר און קינדער קיין שום סכנה, מען קען פיין לעבען מיט פאקס און מאזעלס, איז נעמען א רפואה נישט אויסגעהאלטן.
והיינו טעמא פארוואס רבנים זאגען אז מען טאר נישט אינדוסען לעבער פאר די צייט ווייל מען לייגט זיך אריין אין א סכנה.
והיינו טעמא פארוואס מען טאר נישט נעמען מיזעל שאטס לדעתם. ווייל עס איז דא א מקום סכנה.
קען זיין אז די פאקטן זענען אנדערש, אבער גראדע זענען זיי גערעכט.
איך גראדע האלט נישט אזוי, ווייל לדעתי אסר'ט נישט די תורה צו טוהן רפואות לטובת האדם אפילו אויב איז נישטא א סכנה, אבער לדעת הרבנים, די אנגענומענע, מאכט עס סענס.
גראדע דא, היות עס האט באקומען פאבליסיטי מאכן זיי חילוקים של תוהו, אבער לדעתם זענען די אנטי וואקסינאציע חברה גערעכט.
און באמת איז דאס ווידער גאר א פחד פון נעמען עקשן אין די אייגענע הענט; מאכן דעסיזשנס. ענדישער לאזן פאר'ן באשעפער (לייען נאטור) אויספירן דעם גזירה (רוב מאל געחתמט מיט בלוט אבער א מאל איז עס א נס פון דער דאמאלטיגער צדיק הדור, א מיראקעלעס פארשוואונדונג פון דער טומער; א מצה אדער א מרור וואס דער דאקטער האט אנגעזאגט מען טאר נישט עסן, זעסטו?! ) ווי איידער טוהן שריט. דאס הייסט נישט זיין אומשטאנד צו נעמען די אחריות.
אישתישביפארוואס קענען זיך נישט רבנים פונקט אזוי קעגען שטעלן און זאגען אז מען טאר נישט נעמען דער וואקסינאציע לדעתם דעת תורה?
וועלכע רבנים זענען קעגן וואקסינס?
א פיינע טעזע, אבער אויף דעם קומט נאך א קשיא. די אנטי-וואקסערס זענען נישט דומער צו ווייניגער עדיוקעיטעד ווי די פרא-וואקסערס. יעדער קומט פון די זעלבע חינוך, און איז מער ווייניגער די זעלבע בהמה. פערדעריי איז לאו דוקא פארבונדען מיט אנטי וואקסינירען.
לאמיר פרעגן א שאלה אין הלכות זיך אריינשטעלן אין א סכנה.
די סכנה צו ווערן געשעדיגט פון וואקסינס, איז געשאצט אויף איינס פון א מיליאן. (הגם עס איז נישטא אויף דעם קיין קלארע הוכחות, דאך לאמיר אזוי אננעמען פאר די סעיק אף די ארגומענט)
די סכנה פון שטארבן פון הערפיס פון מציצה בפה איז איינס פון הונדערט טויזענט.
די סכנה פון שטארבן פון מיזעלס איז איינס פון צען טויזענט. (געוויסע סטרעינס זענען פיל טויטלעכער, און דאס רעכנט נישט אריין טויט פעלער וואס קען זיך מאכן פון קאמפליקאציעס שפעטער אין לעבן א דאנק די מיזעלס, אויב רעכנט מען דאס אריין איז עס איינס פון פיר טויזענט).
אלזא ילמדינו רבינו, וועלכע סכנה איז מותר זיך אריינצושטעלן און וועלכע נישט?
Re: אנטי וואקסינירער זענען טעקניקעל עמי הארצים און בעד עט די
אז דו פרעגסט קאממאן סענס, האסטו שוין געענטפערט
די הלכה נעמט נישט אריין די סארט חשבונות. טאמער דער עולם טוט עס און ליידט געווענדליך נישט, איז די סכנה נישט קיין פראבלעם על פי דין. דעריבער איז מציצה בפה מותר. די שאלה איז נאר פארוואס דאס יא צו טון, ווען די גאנצע סבה איז נאר געזונט? וואקסינען זענען מותר, וויבאלד די סכנה איז נישט נייטיג. יעצט קענסטו פרעגן פארוואס יא וואקסינירען? ביסט גערעכט, די עצם סכנה וואלט עס מעגליך נישט געפאדערט, עפ"י דין. אבער די תועלת הציבור איז דאך עפעס אנדערש, ווייל איינער גייט מסתמא שטארבען טאמער דער ציבור וואקסינירט נישט.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נישט פארשטאנען וואס דיין ענטפער איז, און וואס מיינט "געווענדליך" אין הלכה? איינס פון וויפיל?
שמערללאמיר פרעגן א שאלה אין הלכות זיך אריינשטעלן אין א סכנה.
די סכנה צו ווערן געשעדיגט פון וואקסינס, איז געשאצט אויף איינס פון א מיליאן. (הגם עס איז נישטא אויף דעם קיין קלארע הוכחות, דאך לאמיר אזוי אננעמען פאר די סעיק אף די ארגומענט)
די סכנה פון שטארבן פון הערפיס פון מציצה בפה איז איינס פון הונדערט טויזענט.
די סכנה פון שטארבן פון מיזעלס איז איינס פון צען טויזענט. (געוויסע סטרעינס זענען פיל טויטלעכער, און דאס רעכנט נישט אריין טויט פעלער וואס קען זיך מאכן פון קאמפליקאציעס שפעטער אין לעבן א דאנק די מיזעלס, אויב רעכנט מען דאס אריין איז עס איינס פון פיר טויזענט).
אלזא ילמדינו רבינו, וועלכע סכנה איז מותר זיך אריינצושטעלן און וועלכע נישט?
איך רעד שוין נישט פון דעם פאקט אז אלע החלטות אין די פעלד פון מעדיצין זענען באזירט אויף סטאטיסטיקס. און ס'איז כולי עלמא מודי אז נישט לאזן וואקסינירן די קינדער איז סטאטיסטיש א פיהל גרעסערע סכנה ווי דער פחד פון קאמפליקאציעס דורך יא וואקסינירן...!
א פאר פיפיגע אנטי ווואקסין פראפאגאנדיסטן וועלכע שטופן די אגענדא האבן געגעבן פאלשע און פארפיהרנדע דיסאינפארמאציע פאר די עמי הארצי'שע מידיא לייט אז וואקסינירן די קינדער איז אקעגן אונזער רעליגיע...! וואס זעמיר, אמיש. אדער גאר דזשעי וויטנעסעס, רח"ל...! ס'איז נישט נאר א בייזוויליגער שקר. נאר ס'איז גורם א גרויסן חילול ה'. און ס'קען ברענגען ח"ו אן אויסברוך פון אנטיסעמיטיזם אויף א שטאפל פון דעם גרויזאמען בלוט בילבול, היל"ת. און אונז וועלן נישט האבן קיין פתחון פה...!
Re: אנטי וואקסינירער זענען טעקניקעל עמי הארצים און בעד עט די
שמערלנישט פארשטאנען וואס דיין ענטפער איז, און וואס מיינט "געווענדליך" אין הלכה? איינס פון וויפיל?
טאמער מ׳זעט דער עולם טוט עס, און נארמאל איז אז גארנישט געשעט, איז עס גענוג מתיר צו זיין. עס האט נישט מיט גענויע נומערן. דשו בה רבים איז די גמרא שפראך
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
די ערשטע מאל איך הער אז איינער פרעגט א רב צו מען זאל איר אינדוסן, א ברכה פונעם רעב'ן אוודאי געוויס אבער וועלכע הלכה חלקים קענען זיין נוגע?
איך הער אז עס איז דא א סכנה פין נישט וואקסינירען, און א קלענערע סכנה פין יא וואקסינירען.
וואלט מען געברויכט זאגען שב ואל תעשה עדיף.
בנימיןאישתישביפארוואס קענען זיך נישט רבנים פונקט אזוי קעגען שטעלן און זאגען אז מען טאר נישט נעמען דער וואקסינאציע לדעתם דעת תורה?
וועלכע רבנים זענען קעגן וואקסינס?
האסט נישט פארשטאנען.
איך זאג אז אלע רבנים וואלטען געברויכט זיין קעגן וואקסינאציע, לויט זייערע גיידליינס וואס זיי פסק'ענען אנדערע שאלות, לגבי מאכען אפעראציעס וכו'.
די אלע קלוגע אנטי-וואקסינער קענען טאקע טוהן וואס זיי ווילן אבער ווען זיי אדער זייערע קינדער ווערן ח״ו ערנסט קראנק זאלן זיי נישט גיין צו קיין שפיטעלער און צו דאקטורים וואס באנוצן זיך מיט די זעלבע סייענס נאר זיי זאלן דעמאלטס גיין צו די זעלבע רבנים און ספירטשועל לידערס וועמען זיי טראסטן מעהר ווי דאקטורים, סייענטיסטן און אלע חכמים אויף די וועלט. אז זיי טראסטן נישט דעם דאקטער מיטן וואקסין קום נישט צולויפן נאכדעם צום זעלבען דאקטער.
ווי אויך זאלן זיי נעמען ערענסט אין באטראכט צי מ׳מעג בכלל ארויסלאזן די קינדער פון דער היים. לאזן די קינדער פארן מיט די ״סקול באס״ איז א גרויסע סכנה. ליידער ליידער געשעהט אסאך עקסידענטס (אסאך מעהר קינדער זענען געשעדיגט געווארן אויפן סקול באס ווי פון וואקסינען) זיי טארן אויך נישט פארן מיט קיין פליגער. און אויך נישט גיין אויף די גאס, ווער ווייסט וואס קען אלץ געשעהן? סטאטיסטיקס ווייזט אז פון יעדע הונדערט טויזנט מענטשען וואס גייען אויף די גאס צוברעכט זיך איינער א פוס אדער ווערט איינער אראפגעקלאפט ח״ו. די הייס-וואסער קעסל אינדערהיים, די ביגלאייזען, די געיז-רענטש האט שוין אויך ליידער אפגעהארגעט אסאך קינדער... און ווער רעדט נאך פון די שבת-פלאטע? אוי רבש״ע! זאלן זיי אלע בלייבן זיצן אינדערהיים אינטער די דאכענע און זיך באהאלטן פון די אייגענע שאטן...
Re: אנטי וואקסינירער זענען טעקניקעל עמי הארצים און בעד עט די
שבת אחיםדי אלע קלוגע אנטי-וואקסינער קענען טאקע טוהן וואס זיי ווילן אבער ווען זיי אדער זייערע קינדער ווערן ח״ו ערנסט קראנק זאלן זיי נישט גיין צו קיין שפיטעלער און צו דאקטורים וואס באנוצן זיך מיט די זעלבע סייענס נאר זיי זאלן דעמאלטס גיין צו די זעלבע רבנים און ספירטשועל לידערס וועמען זיי טראסטן מעהר ווי דאקטורים, סייענטיסטן און אלע חכמים אויף די וועלט. אז זיי טראסטן נישט דעם דאקטער מיטן וואקסין קום נישט צולויפן נאכדעם צום זעלבען דאקטער.
ווי אויך זאלן זיי נעמען ערענסט אין באטראכט צי מ׳מעג בכלל ארויסלאזן די קינדער פון דער היים. לאזן די קינדער פארן מיט די ״סקול באס״ איז א גרויסע סכנה. ליידער ליידער געשעהט אסאך עקסידענטס (אסאך מעהר קינדער זענען געשעדיגט געווארן אויפן סקול באס ווי פון וואקסינען) זיי טארן אויך נישט פארן מיט קיין פליגער. און אויך נישט גיין אויף די גאס, ווער ווייסט וואס קען אלץ געשעהן? סטאטיסטיקס ווייזט אז פון יעדע הונדערט טויזנט מענטשען וואס גייען אויף די גאס צוברעכט זיך איינער א פוס אדער ווערט איינער אראפגעקלאפט ח״ו. זאלן זיי אלע בלייבן זיצן אינדערהיים אינטער די דאכענע און זיך באהאלטן פון די אייגענע שאטן...
וואס דער דאקטער האט געלערנט אין ער קען וועט מען גיין צו עם אין וואס נישט נישט.
נישט ארויסלאזן די קינדער פון דער היים, גיין אויפן סקול באס, פארן מיט א פליגער איז עפעס ואס מען קען זיך אנדעם נישט אומבאגיין. אן די שאטס קען מען זיך באגיין. מיינע קינדער האבן געהאט די מיזעלס אין ב״ה זיי פילען זייער גוט יעצט.
אישתישביאיך הער אז עס איז דא א סכנה פין נישט וואקסינירען, און א קלענערע סכנה פין יא וואקסינירען.
וואלט מען געברויכט זאגען שב ואל תעשה עדיף.
אויף דעם האבן שוין אונזערע פריערדיגע חכמים געפסקנט דינא דמלכותא דינא.
ביסט גערעכטשבת אחיםדי אלע קלוגע אנטי-וואקסינער קענען טאקע טוהן וואס זיי ווילן אבער ווען זיי אדער זייערע קינדער ווערן ח״ו ערנסט קראנק זאלן זיי נישט גיין צו קיין שפיטעלער און צו דאקטורים וואס באנוצן זיך מיט די זעלבע סייענס נאר זיי זאלן דעמאלטס גיין צו די זעלבע רבנים און ספירטשועל לידערס וועמען זיי טראסטן מעהר ווי דאקטורים, סייענטיסטן און אלע חכמים אויף די וועלט. אז זיי טראסטן נישט דעם דאקטער מיטן וואקסין קום נישט צולויפן נאכדעם צום זעלבען דאקטער.
ווי אויך זאלן זיי נעמען ערענסט אין באטראכט צי מ׳מעג בכלל ארויסלאזן די קינדער פון דער היים. לאזן די קינדער פארן מיט די ״סקול באס״ איז א גרויסע סכנה. ליידער ליידער געשעהט אסאך עקסידענטס (אסאך מעהר קינדער זענען געשעדיגט געווארן אויפן סקול באס ווי פון וואקסינען) זיי טארן אויך נישט פארן מיט קיין פליגער. און אויך נישט גיין אויף די גאס, ווער ווייסט וואס קען אלץ געשעהן? סטאטיסטיקס ווייזט אז פון יעדע הונדערט טויזנט מענטשען וואס גייען אויף די גאס צוברעכט זיך איינער א פוס אדער ווערט איינער אראפגעקלאפט ח״ו. זאלן זיי אלע בלייבן זיצן אינדערהיים אינטער די דאכענע און זיך באהאלטן פון די אייגענע שאטן...
וואס דער דאקטער האט געלערנט אין ער קען וועט מען גיין צו עם אין וואס נישט נישט.
נישט ארויסלאזן די קינדער פון דער היים, גיין אויפן סקול באס, פארן מיט א פליגער איז עפעס ואס מען קען זיך אנדעם נישט אומבאגיין. אן די שאטס קען מען זיך באגיין. מיינע קינדער האבן געהאט די מיזעלס אין ב״ה זיי פילען זייער גוט יעצט.
איך האב געלערנט מיט איינעם אין ישיבה אין ארץ ישראל וואס האט געהאט מיזעלס אלץ קינד און איז געבליבן א קאליקע א גאנץ
לעבן. שטעלסט אריין דיינע קינדער אין אסאך א גרעסערע סכנה ווי געבן שאטס... און קלוגער פונעם דאקטער און סייענטיסט ביסטו נישט. אלזא וועל איך אויסהערן ענדערש דעם דאקטער און די סייענטיסטן ווי איידער אפאר אומגעלערנטע חסידישע אידן וואס הייבן נישט אן צו וויסן גארנישט וועגן דאקטעריי און מעדיצין.
ליטוואק פון בודאפעסטשמערלנישט פארשטאנען וואס דיין ענטפער איז, און וואס מיינט "געווענדליך" אין הלכה? איינס פון וויפיל?
טאמער מ׳זעט דער עולם טוט עס, און נארמאל איז אז גארנישט געשעט, איז עס גענוג מתיר צו זיין. עס האט נישט מיט גענויע נומערן. דשו בה רבים איז די גמרא שפראך
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
כ'האב א מיסע ווערטל אבער כ'וועל מיך איינהאלטן..
Re: אנטי וואקסינירער זענען טעקניקעל עמי הארצים און בעד עט די
איך אויךדי ערשטע מאל איך הער אז איינער פרעגט א רב צו מען זאל איר אינדוסן, א ברכה פונעם רעב'ן אוודאי געוויס אבער וועלכע הלכה חלקים קענען זיין נוגע?
האהאהא, דו ווייסט טאקע נישט? יעדער ראש ישיבה פסקנ׳ט די זאכען פאר זיין געוועזענע תלמידים. איך זאג אלס א וויץ, ווען א יונגערמאן באקומט א פאסטן אלס ראש ישעבה, מוז ער די ערשטע זאך לערנען די ׳סוגיא׳. ס׳איז צרות ווי די אפרוחים שלא נפקחו עיניהם פסקנ׳ן על דעת עצמם. איך געדענק שוידערליכע מעשיות פון ראש ישיבות וואס הייסען טוישען דאקטארס אין מיטן לעיבאר.
עס שטימט צו פרעגן עצות, און א תלמיד חכם א בעל דעת איז בעסער ווי א נישט תלמיד חכם בעל דעת. אבער בעל דעת דארף דאך קומען ערשט. נישט ווייל ער קען זאגען א שיעור אויף איין סברא פון איין שיטת הראשונים אין איין פרט פון איינציגע סוגיות אין איינציגע מסכתות ווערט ער א תלמיד חכם און א בעל דעת.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Re: אנטי וואקסינירער זענען טעקניקעל עמי הארצים און בעד עט די
כ'האב געהערט אז ר' זלמן לייב האט געזאגט פאר איינעם אז וואקסינען איז קעגן די תורה. איינער ווייסט צי דאס איז אמת?
אפשר אין זעקסטן אדער זיבעטן חלק פון שולחן ערוך...אין די ערשטע פיהר/פינעף איז עס נישט דא...!
א געזונטע מענטש מעג זיך ע''פ הלכה אריין לייגן אין א ספק סכנה? עמיצער וואס איז געזונט ווי א פערד, ליידט נישט אויף גארנישט, האט א רעכט צו נעמען איינשפריץ וואס קען אים קאליע מאכן די מוח? איך קוק עס בלויז אן פון הלכה שטאנדפונקט.
איז דער דין פון דינא דמלכותא דינא אויך אקטועל ווען די רעגירונג צווינגט זיך זעלבסט אריין צולייגן אין א חשש סכנה?
אויב עמיצער נעמט נישט די איינשפריצן, ווערט ער דעם פארברענט לעבעדיג אויפן שייטער הויפן? גייט ער דען אפילו אין טורמע?
וואס איז דא די גאנצע סומוטאכע? יעדער זאל טאן וואס ער וויל, און זיך זעלבסט עסן די קאנצעקווענצן און נאכווייען.
Re: אנטי וואקסינירער זענען טעקניקעל עמי הארצים און בעד עט די
קאך_לעפלא געזונטע מענטש מעג זיך ע''פ הלכה אריין לייגן אין א ספק סכנה? עמיצער וואס איז געזונט ווי א פערד, ליידט נישט אויף גארנישט, האט א רעכט צו נעמען איינשפריץ וואס קען אים קאליע מאכן די מוח? איך קוק עס בלויז אן פון הלכה שטאנדפונקט.
איז דער דין פון דינא דמלכותא דינא אויך אקטועל ווען די רעגירונג צווינגט זיך זעלבסט אריין צולייגן אין א חשש סכנה?
אויב עמיצער נעמט נישט די איינשפריצן, ווערט ער דעם פארברענט לעבעדיג אויפן שייטער הויפן? גייט ער דען אפילו אין טורמע?
וואס איז דא די גאנצע סומוטאכע? יעדער זאל טאן וואס ער וויל, און זיך זעלבסט עסן די קאנצעקווענצן און נאכווייען.
א קענדי איז מער אומגעזונט ווי סיי וועלכע וואקסין.
איינער וואס ווערט נישט וואקסינירט איז א חב לאחריני (מענטשן מיט שוואכע אימיון סיסטעם).
קאך_לעפלא געזונטע מענטש מעג זיך ע''פ הלכה אריין לייגן אין א ספק סכנה? עמיצער וואס איז געזונט ווי א פערד, ליידט נישט אויף גארנישט, האט א רעכט צו נעמען איינשפריץ וואס קען אים קאליע מאכן די מוח? איך קוק עס בלויז אן פון הלכה שטאנדפונקט.
איז דער דין פון דינא דמלכותא דינא אויך אקטועל ווען די רעגירונג צווינגט זיך זעלבסט אריין צולייגן אין א חשש סכנה?
אויב עמיצער נעמט נישט די איינשפריצן, ווערט ער דעם פארברענט לעבעדיג אויפן שייטער הויפן? גייט ער דען אפילו אין טורמע?
וואס איז דא די גאנצע סומוטאכע? יעדער זאל טאן וואס ער וויל, און זיך זעלבסט עסן די קאנצעקווענצן און נאכווייען.
ניין!
אויב למשל סאיז דא א מגיפה אויף די גאס רח״ל און די דאקטורים קומען ארויס מיט א ספעציעלע איינשפריץ וואס דאס קען ראטעווען די מענטש פאר א גאנץ לעבן דארף מען פאלגן די דאקטורים, סיי ע״פ הלכה און סיי ע״פ שכל.
סאיז טאקע נישטא קיין מגיפה אבער מיזעלס און אנדערע קרענק קענען האבן א שטארקע עפעקט אויף די קינדס גאנצע לעבן.
די סומטאכע איז אז סאיז דא עלטערן וואס מיינען זיי זענען קלוגער פון די גרעסטע חכמים אויף די וועלט און שטעלן איין זייערע קינדערס וויואלזיין מיט זייער אויבער-חכמים-שאפט ווען אין פאקט זענען זיי טרוקענע עמי הארצים און פשוטע טיפושים וואס פירן זיך אויף מיט אכזריות צו זייערע קינדער.
כ'הער. אזא פאל דארף מען ווירקליך אפשאצן וועלכע ס'איז ערגער. מיזעלס וואס איז אין אלגעמיין צייטווייליגער קרענק, און א ספק אויב ס'קען שאטן אויף א גאנץ לעבן, אדער נעמען איינשפריץ און זיין אויסגעשטעלט צו א ספק צו ווערן מוח טויט אויף א גאנץ לעבן... דער קאלקעלאציע איז ווארשיינליך גאנץ א פשוטע...
ע''פ שכל ווייס איך נישט, פילייכט ווענט זיך וועמענס שכל...
קאך_לעפלכ'הער. אזא פאל דארף מען ווירקליך אפשאצן וועלכע ס'איז ערגער. מיזעלס וואס איז אין אלגעמיין צייטווייליגער קרענק, און א ספק אויב ס'קען שאטן אויף א גאנץ לעבן, דער נעמען איינשפריץ און זיין אויסגעשטעלט צו א ספק צו ווערן מוח טויט... דער קאלקעלאציע איז ווארשיינליך גאנץ א פשוטע...
מיזעלס איז קלאר ערגער.
סאיז פונקט ווי זאגן איך געב נישט מיינע קינדער קיין מעדיצינען ווייל סקען האבן א סייט-עפעקט...
שבת אחיםקאך_לעפלכ'הער. אזא פאל דארף מען ווירקליך אפשאצן וועלכע ס'איז ערגער. מיזעלס וואס איז אין אלגעמיין צייטווייליגער קרענק, און א ספק אויב ס'קען שאטן אויף א גאנץ לעבן, דער נעמען איינשפריץ און זיין אויסגעשטעלט צו א ספק צו ווערן מוח טויט... דער קאלקעלאציע איז ווארשיינליך גאנץ א פשוטע...
מיזעלס איז קלאר ערגער.
סאיז פונקט ווי זאגן איך געב נישט מיינע קינדער קיין מעדיצינען ווייל סקען האבן א סייט-עפעקט...
ניין! ס'איז נישט! טראכט שטייט א מינוט...
מעדעצין גיבט מען פאר א זיכערער קראנקער. און איינשפריץ גיבט מען פאר א געזונטער בער. און ס'קען אים גאר קראנק מאכן.
קאך_לעפלשבת אחיםקאך_לעפלכ'הער. אזא פאל דארף מען ווירקליך אפשאצן וועלכע ס'איז ערגער. מיזעלס וואס איז אין אלגעמיין צייטווייליגער קרענק, און א ספק אויב ס'קען שאטן אויף א גאנץ לעבן, דער נעמען איינשפריץ און זיין אויסגעשטעלט צו א ספק צו ווערן מוח טויט... דער קאלקעלאציע איז ווארשיינליך גאנץ א פשוטע...
מיזעלס איז קלאר ערגער.
סאיז פונקט ווי זאגן איך געב נישט מיינע קינדער קיין מעדיצינען ווייל סקען האבן א סייט-עפעקט...
ניין! ס'איז נישט! טראכט שטייט א מינוט...
מעדעצין גיבט מען פאר א זיכערער קראנקער. און איינשפריץ גיבט מען פאר א געזונטער בער. און ס'קען אים גאר קראנק מאכן.
נאופס! אויב גיט מען נישט די שאטס גיין די קינדער גאראנטירט קראנק ווערן...
מיין שוועסטער איז איינע פון די חכמים וואס גיבן נישט קיין שאטס. אלע אירע קינדער זענען א גאנץ ווינטער געוועהן קראנק אינדערהיים...
איך רעדט שוין נישט פון די עביוז פון באהאלטן קינדער אינדערהיים וכו׳ ווייל מלאזט זיי נישט אריין אין סקול. סאיז א פשוטע משוגעת...
.
קאך_לעפלשבת אחיםקאך_לעפל
ניין! ס'איז נישט! טראכט שטייט א מינוט...
מעדעצין גיבט מען פאר א זיכערער קראנקער. און איינשפריץ גיבט מען פאר א געזונטער בער. און ס'קען אים גאר קראנק מאכן.
כ׳האב מיך פריער אביסל געיאגט האב איך דיר נישט געקענט געהעריג ענטפערן. אבער יעצט האב איך אביסל מעהר צייט.
לויט דיין שרייבן קען מען זעהן ווי דו האלטס אז אונז זענען באמת ״געזונט״ און פאר א געזונטען גיבט מען נישט קיין מעדעצינען. און דו זאגסט אז איך זאל טראכטן שטייט...
איך בעט דיר די זעלבע, טראכט גוט אריין:
זענען מיר באמת געזונטע מענטשען?
די ענטפער איז יא און ניין-יא! קעגן אמאליגע צייטן און קעגן די אומציוויליזירטע לענדער זענען מיר אסאך געזונטער און גיין דורך אסאך ווייניגער פראבלעמען ווי אמאל. אבער די ענטפער איז אויך ניין! ס׳ווענדט זיך.
אין אמתן אריין זענען אונזערע גופים שטארק susceptible צו אסאך מיני קרענק ל״ע. נאר סאיז געקומען חכמים וואס האבן שטודירט און שטודירט ביז זיי זענען אנגעקומען צו די היינטיגע מאדערן-מעדעצין. און אויף דעם איז נישטא קיין שום דעבאטע ווייל מקען קלאר גיין צו אלע אפריקאנער לענדער ווי מ׳באנוצט זיך נישט מיט מאדערן-סייענס און מקען קלאר זעהן אז זייער לייף-ספען איז האלב פון אונזערע לייף ספען. א מענטש אין מיין יארגאנג וואלט זיך שוין געדארפט גרייטן צום יום-המיתה רח״ל... סייענס האט געדאפעלט אונזער לייף ספען! אמאל איז געוועהן פאליא וואס איז געוועהן גאר שרעקליך מ׳האט געקענט ווערן פאלאזירט אדער א קאליקע פאר א גאנץ לעבן. ביז סאיז געקומען א קלוגע אמעריקאנער איד, א גרויסע סייענטיסט, Jonas Salk און איז אויפגעקומען מיט א וואקסין דערפאר.
אין אמת׳ן אריין זענען מיר נישט געבוירן געווארן געזונט. אונז זענען נאר געזונט א דאנק די וואקסינען און מאדערן-סייענס! אונז האבן דא א דעבאטע צי וואקסינען זענען וויכטיג. שרייסטו ווער דארף עס? אונז זענען דאך געזונט?! אוואדי זענען מיר געזונט ״רוב מענטשן אין אונזער סאסייעטי זענען וואקסינירט געווארן״ נאר פארדעם זענען מיר געזונט! אן דעם וואלטן מיר אויסגעקוקט ווי אפריקע און ווי אין די מיטל-אלטער ווי די ״שווארצע מגיפה״ האט אפגעווישט א דריטל פון די וועלטס פאפולאציע.און צוריק צו דיין אייגענע סטעיטמענט:
״מעדיצין גיבט מען פאר א זיכערער קראנקער״ נו??? אונז זענען זיכער קראנק אן די וואקסינען! קוק אויף אלע לענדער ווי מ׳גיבט נישט די וואקסינען און קוק אויף די אלטע פרימיטיווע צייטן...
כיהודה ועוד לקרא וועל איך אביסל צולייגען:
איינע פון די טענות אויף די וואקסינס איז אז אין די וואקסין ליגט אסאך "אלומענום" aluminum
ילמדנו רבינו (אדער די לעידי וואס שרייט אין די ווליאמסבורגער גאסען) דו ווייסט אז ווען די באקסט א קעיק אדער א קוגל אין א בעקעלע האט עס די זעלבע אלומענום ?
אין אנדערע ווערטער אז דו ווילסט זיין געזונט גיי ביזן סוף :
נישט קיין:
קענדיס -
צוקער -
אומגעזונטע פעטס -
קויף בלויז ארגעניק טשיקען -
מוף ארויס פון ווילי ווועגן די פארפעסטע לופט וואס קען ברענגן asthma
שטיי נישט צופיל אונטער די זון
און נאך און נאך...
זאת ועוד...
די טעלעקאנפרענץ פאר צוויי וואכען צוריק האט געטוהן א זשאב אנצושרעקן דעם עולם
אבער זיי זענען נישט ארויסגעקומען פונקטלעך מיט קלארע באווייזען אז די ווילאמסבורגער מידיא פרויען זאלן קענען זיך אויפשטעלן מיט א כזה ראה וקדש מיט די פונקטליכע מקורות- וכדומה
אין אנדערע ווערטער די אלע נאכפאלגערס זענען פשוט אין די קאטעגאריע פון monkey see monkey do