☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » צי איז אונזער קריטיק אויף די אידישע אויסגאבעס אויפריכטיג?

צי איז אונזער קריטיק אויף די אידישע אויסגאבעס אויפריכטיג?

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13048

berlbalaguleh » זונטאג אפריל 7, 2019 12:06 am

· #427971
צי איז אונזער קריטיק אויף די אידישע אויסגאבעס אויפריכטיג?
ווען ס'קומט צו קריטיקירן א מאמר אדער א געוויסע שטעלונג פון א אידישע (היימישע) פובליקאציע, זענען דא א סאך קונים. וגם אני בתוכם. ספעציעל אויף דעם בלאט. דעם איד ליין איך נישט לעצטנס. איך האב עס געליינט בקביעות ובהתמדה מ'דאשקע ל'דאשקע בימי הרב ר' סענדער דייטש ז"ל. אבער ווען זיי טוען א גוטע, לאגישע און יושר'דיגע זאך הערט מען כמעט נישט אפילו קיין קול דממה דקה...!

אויסער די אנדערע גוטע נקודות וואס דער בלאט האט, האבן זיי געטון זייער א גוטע זאך. ווען די גאנצע אידישע (און להבדיל' גוי'אישע) וועלט איז געווען פארנומען מיט באשרייבן די הסתלקות פון דעם צדיק הדור הרהצה"ק מ'סקולען זצ"ל, האט מען אינגאנצן פארגעסן פון די גרויסע אבידה וואס כלל ישראל האט געליטן. ספעציעל די אידן פון ארץ ישראל. מיט די פטירה פון הרהגה"צ ר' משה יודא ליב לאנדא זצ"ל. וועלכער איז געווען דער אב"ד בני ברק פאר לאנגע יארן. און זיין השגחה איז געווען פאררעכנט אלס די בעסטע אין פעלד פון כשרות. וואס ער האט אנגעפיהרט פונקטליך אזוי ווי זיין טאטע הרהגה"צ ר' יעקב לנדא זצ"ל. און זיין מנהיגות און הקפדה אויף עניני צניעות אין די שטאט בכלל. האט דער בלאט געברענגט אויף די ערשטע זייט. און אויך באשריבן באריכות זיין גאנצע לעבנס געשיכטע און זיין אנפיהרן מיט די רבנות אין די עיר התורה בני ברק. דארף דאס ספעציעל ארויסגעהויבן ווערן לשבח...!

יין שרף » זונטאג אפריל 7, 2019 12:18 am

· #427975
די ארוינים לשיטתי' אז חב"ד איז א חלק פון כלל ישראל..

באט דאנט ווארי, די אלע פיקטשער מאגאזינען האבן נישט פארגעסן אז רב לאנדא איז אוועק, זיי האבן מקדיש געווען גאנצענע זייטן מיט בילדער פון אים..

berlbalaguleh » זונטאג אפריל 7, 2019 12:25 am

· #427976
יין שרף: נישט צו פארדרייען די אשכול. און זיי זענען. אפריון נמטייה להרב ר' אהרן מ'משפחת טייטלבוים שליט"א...אז ער האט זיי אויפגעוויזן פאר די ליטווע(קא)קעס אז חב"ד איז ב"ה א חלק פון כלל ישראל. עניטיים אזוי ווי זייער רעבע/גאד'ל...!

יין שרף » זונטאג אפריל 7, 2019 12:31 am

· #427977
איך זעה טאקע אז דו ליינסט נישט די איד. איך האב יעצט באקומען א בילד פון די איד פון די פארגאנגענע וואך.
20190407_003050.jpg

וואלווי » זונטאג אפריל 7, 2019 12:57 am

· #427979
Just for the record די ענגלישע המודיע האט אויך א באשרייבונג אויף הרב לנדא.

אבער, either way בואכם לשלום ר' בערל!

בן ישי » זונטאג אפריל 7, 2019 3:11 am

· #427984
שלום אליכם ר' בערל!!

אדונינו » זונטאג אפריל 7, 2019 9:05 am

· #427991
יין שרף
איך זעה טאקע אז דו ליינסט נישט די איד. איך האב יעצט באקומען א בילד פון די איד פון די פארגאנגענע וואך.

זיין שבח אויף דער בלאט איז: פארן עס שטעלן אויף ״די ערשטע זייט״ אזוי ווי סקולען, אוודי האט עס דער איד אויך באשריבן, נישט אנדערש ווי זיי באשרייבן קרעטשניף ריבאטיטש, אבער אזא איד פאדערט זיך מער אויפזאמערקייט.

berlbalaguleh » זונטאג אפריל 7, 2019 11:20 am

· #427992
אדונינו: ייש"כ פאר ארויסברענגען מיין נקודה מיט א קלארקייט...!