☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » וועם גייט ראמני נעמען פאר וויצע פרעזידענט?

וועם גייט ראמני נעמען פאר וויצע פרעזידענט?

48 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1304

עסקן » דינסטאג יולי 31, 2012 6:04 pm

· #30385
וועם גייט ראמני נעמען פאר וויצע פרעזידענט?
לאמיר הערן וואס זאגט דער עולם אויף "קאווע שטיבל"? וועם גייט מיט ראמני נעמען, אדער וועם זאל ער נעמען פאר וויצע פרעזידענט?

שמעקעדיג » דינסטאג יולי 31, 2012 6:09 pm

· #30388
איך ווייס נישט.

אויב נעמט ער מיך וועט אמעריקע ווערן אויפגעראכטן! און אויך די אידן (הינט: כ'וועל נישט צולאזן מציצה בפה. און אפשר אויך באפרייען פאלארד).
אקעי, מוזט נישט לאכן. כ'ווייס ס'איז געווען א סטופיד דזשאוק.

שמואל הלוי » דינסטאג יולי 31, 2012 6:10 pm

· #30389
עסקן; ביסט א עסקן פאר ראמני? 😉

שמואל הלוי » דינסטאג יולי 31, 2012 6:23 pm

· #30393
ראמני אליין האט זיך שוין איינגעשריבן דא אין שטיבל, אפשר איז ער געקומען מעלדן וועם ער נעמט אלס ווייס פרעזידענט.

ניו יארק » דינסטאג יולי 31, 2012 11:40 pm

· #30510
מיר נישט (ביזדערווייל), איך ווייס נישט פארוואס ער האט מיר נאכנישט געבעטן?

שמואל הלוי » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 12:20 am

· #30530
נוי יארק
מיר נישט (ביזדערווייל), איך ווייס נישט פארוואס ער האט מיר נאכנישט געבעטן?

איך ווייס יא, ווייל ניו יארק איז דעמעקראטיש געשטימט און ראמני איז א רעפובליקען.

לאדיך אפ » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 12:52 am

· #30556
זייער שיינע שמייכל שמועס. כ'האלט אז ראמני גייט נעמען קאנדאליזא רייס. זי איז א פרוי, זי איז שווארץ. פערפעקט.

נפתלי » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 10:42 am

· #30624
לאדיך אפ
זייער שיינע שמייכל שמועס. כ'האלט אז ראמני גייט נעמען קאנדאליזא רייס. זי איז א פרוי, זי איז שווארץ. פערפעקט.

דאס האט ער געזאגט עטליכע וואכן צוריק און ס'האט נישט גוט אויסגענומען ביים עולם, לכאורה איז זי אראפ פון די ליסטע

די ראמני קאמפיין האט ארויסגעגעבן א עפפ דורן וועלכע זיי וועלן מעלדן ווער ס'גייט זיין ווייס פרעזידענט נאך פאר די נייעס וועט אנקומען צו די מידיא

אבאמא האט געטוהן די זעלבע זאך פיר יאר צוריק מיט טעקסט מעסעדזשעס אבער דארט האט עס געליעקט צו די מידיא עטליכע שעה פאר די טעקסט מעסעדזש איז געשיקט געווארן

ציבעלע-קיגל » זונטאג אוגוסט 5, 2012 6:14 pm

· #31829
עס איז נאך א סוד אבער דאכט זיך אז ער גייט נעמען די אלעמען באקאנטע באבע צירל

זר זהב » זונטאג אוגוסט 5, 2012 6:18 pm

· #31832
איך האלט ער זאל נעמען דוב הייקינד. אזוי וועט ער האבן די אידישע שטימען און אויך וועט דער טיקעט זיין באלאנסירט צווישן ביידע פארטייען.

שמעקעדיג » זונטאג אוגוסט 5, 2012 6:31 pm

· #31843
דוב הייקינד קען מען נעמען צו פארטרעטן די מדינה, נישט אמעריקע.

זה שמו נאה לו: היי-קינד. ער איז אסאך מאל צו היי, און אסאך מאל עקט ער ווי א קינד.
כאטש ע"פ רוב בינעך מודה אז ער טוט א גוטע דזשאב.

איך אויך » זונטאג אוגוסט 5, 2012 7:47 pm

· #31861
ציבעלע-קיגל
עס איז נאך א סוד אבער דאכט זיך אז ער גייט נעמען די אלעמען באקאנטע באבע צירל

זאג נאר ציבעלע איז אפשר משפחה מיט צירל?

זר זהב » זונטאג אוגוסט 5, 2012 7:50 pm

· #31862
באבע צירל האט קלאר געאגט אז זי וויל נישט, אבער די עלטערן אירע ווילן יא.

ניו יארק » זונטאג אוגוסט 5, 2012 11:49 pm

· #31960
דער שטערן פארגאנגענע חודש האט געשריבן ווי פאלגענד:
לויט א באריכט איז די געוועזענע סעקרעטערי אוו סטעיט ק. רייז גאר הויך אויף ראמני'ס ליסטע פון פאטענציעלע וויצע פרעזידענט קאנדידאטן. אסאך רעפובליקאנער האלטן אז זי איז גאר א פאסיגע וויצע פרעזידענטקע פאר ראמני: ראמני האט ערפארונג מיט אמעריקאנער דזשאבס, רייס האט ערפארונג מיט אנדערע לענדער, און וויבאלד אלע אמעריקאנער דזשאבס זענען אין אנדערע לענדער איז נישט פאראן קייו בעסערע סעט....

ציבעלע-קיגל » מאנטאג אוגוסט 6, 2012 8:49 pm

· #32294
איך אויך
ציבעלע-קיגל
עס איז נאך א סוד אבער דאכט זיך אז ער גייט נעמען די אלעמען באקאנטע באבע צירל

זאג נאר ציבעלע איז אפשר משפחה מיט צירל?


אויסער מיין באבעת זי פלעט מיר מאכן עפעל שטראדל מיט ראז'ינקעס פאר שלחמנית

גדעון » מאנטאג אוגוסט 6, 2012 11:49 pm

· #32396
איך האלט אז ער וועט נישט נעמען קאנדי צוליב איר פארבינדונג צו די בוש אדמיניסטרעישאן,
לדעתי וועט ער נעמען רייען אדער רוביאו

רומני » דינסטאג אוגוסט 7, 2012 2:10 am

· #32431
שא שא שא !!! נאר פאר מיינע קאווע שטיבל חבירים בין איך מגלה דעם סוד.......באראק אובאמה וועט זיין דער וויץ פרעזידענט !!!!!!!

זר זהב » דינסטאג אוגוסט 7, 2012 2:47 am

· #32433
רומני
שא שא שא !!! נאר פאר מיינע קאווע שטיבל חבירים בין איך מגלה דעם סוד.......באראק אובאמה וועט זיין דער וויץ פרעזידענט !!!!!!!

👍 👍

אשכנ » דינסטאג אוגוסט 7, 2012 9:36 am

· #32447
גדעון
איך האלט אז ער וועט נישט נעמען קאנדי צוליב איר פארבינדונג צו די בוש אדמיניסטרעישאן,
לדעתי וועט ער נעמען רייען אדער רוביאו


רייען וואלט געווען א מעלה ווייל ער הייסט פון די איינציגע מענטשן אין לאנד וואס פארשטיין צו די גאנצע budget process. דער פראבלעם איז אבער אז די ענין איז צו טיף און boring פאר רוב בירגער.
און בכלל, עס זעהט מיר נישט אויס אז ראמני האט א געהעריגע פלאן וויאזוי צו דראסטיש רעדוצירן די בודזשעט אויף א רעאליסטישע אופן.

שמואל הלוי » דינסטאג אוגוסט 7, 2012 9:52 am

· #32452
שמואל הלוי
ראמני אליין האט זיך שוין איינגעשריבן דא אין שטיבל, אפשר איז ער געקומען מעלדן וועם ער נעמט אלס ווייס פרעזידענט.

האב איך גוט מרגיש געווען
רומני
שא שא שא !!! נאר פאר מיינע קאווע שטיבל חבירים בין איך מגלה דעם סוד.......באראק אובאמה וועט זיין דער וויץ פרעזידענט !!!!!!!

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 8, 2012 10:28 am

· #32851
ען בי סי באריכט איצט אז די אויסוואהל איז אראפ צו 3 קאנדידאטן. פארטמאן, פאלענטי און רייען.
איך גלייב נישט אז ס'גייט זיין פאלענטי.
מסתם פארטמאן.
(אויב איז ען בי סי ריכטיג)

יואליש » מיטוואך אוגוסט 8, 2012 11:00 pm

· #33217
איך האלט נישט מיט די וואלן דערווייל. אבער אויף פאפיר איז רוביאו די מערסטע לאגישע אויסווייל - חוץ אויב רוביא איז שוין נישט פאפולער אין פלארידא פאולס. נעמען א פרוי מאכט סענס ווייל ראמני איז שוואך צווישן פרויען, אבער ס'וועט שמעקן צופיל פון מ'קעין פעלין.

אשכנ » דאנערשטאג אוגוסט 9, 2012 10:53 am

· #33351
איך האב געהערט רומארס אז די announcement פון זיין אויסוואל איז גאנץ נאנט.

יצמחפרקני » דאנערשטאג אוגוסט 9, 2012 11:08 am

· #33355
נוי יארק
דער שטערן פארגאנגענע חודש האט געשריבן ווי פאלגענד:
לויט א באריכט איז די געוועזענע סעקרעטערי אוו סטעיט ק. רייז גאר הויך אויף ראמני'ס ליסטע פון פאטענציעלע וויצע פרעזידענט קאנדידאטן. אסאך רעפובליקאנער האלטן אז זי איז גאר א פאסיגע וויצע פרעזידענטקע פאר ראמני: ראמני האט ערפארונג מיט אמעריקאנער דזשאבס, רייס האט ערפארונג מיט אנדערע לענדער, און וויבאלד אלע אמעריקאנער דזשאבס זענען אין אנדערע לענדער איז נישט פאראן קייו בעסערע סעט....


א וויצע פרעזידענט איז נאר פאר "שאו" קיין נארמאלער פרעזידענט ניצט נישט דעם וויצע פרעזידענט פאר גארנישט ערנסט (אויסער בוש דער צווייטער, וועלכער האט זיך מיאוס געלערנט אז מען טוט דאס נישט, ווייל דער וויצע האט געטאן וואס ער געוואלט מעשה בעל בית און ענטפערן האט ער געדארפט). ממילא איז דאס בעסטע ווען ער נעמט איצט פעילין און אביסל אויפרודערן אמעריקע און זיין קאמפיין.

שמואל הלוי » דאנערשטאג אוגוסט 9, 2012 11:46 am

· #33368
אשכנ
איך האב געהערט רומארס אז די announcement פון זיין אויסוואל איז גאנץ נאנט.

אוודאי איז עס גאנץ נאנט, ס'איז דאך שוין העכסט צייט...

נפתלי » דאנערשטאג אוגוסט 9, 2012 1:03 pm

· #33383
יצמחפרקני
ממילא איז דאס בעסטע ווען ער נעמט איצט פעילין און אביסל אויפרודערן אמעריקע און זיין קאמפיין.

מאכסט א וויץ, אמת?

קאנצעפט » דאנערשטאג אוגוסט 9, 2012 2:42 pm

· #33443
זיי זאגן אז אויב וויל דערוילעם וויסן עפעס וועגן וויצע פרעזידענט זאל מען אוועקווארפן די נייע ראמני עפפ, און זיך רוקן צו וויקיפידיע!

וויקיפידיע?... יא! בעפאר פעילין איז געווארן וויצע פרעזידענט קאנדידאט איז איר וויקיפידיע פעידזש געאפדעיט געווארן הונדערטער (!) מאל, אזוי אויך מיט ביידען ביי אבאמא, סאו זאגן זיי אז אויב וויקיפידיע איז עפעס אן אינדיקאציע, דאן איז עס "ראב פארטמאן"... זיין וויקי פעידש איז שוין געטוישט געווארן איבער הונדערט מאל די לעצטע פאר טעג... אזוי ווייט, אז וויקי האט געמוזט פאשפארן די אקקאונט פאר נייע באנוצער אז זיי זאלן נישט קענען סאבאטאדזשירן....

זר זהב » מוצ"ש אוגוסט 11, 2012 9:28 pm

· #33899
פרישע נייעס!
ראמני האט היינט קלאר געמאכט, ער נעמט פאול רייען פאר וויצע.

זר זהב » מוצ"ש אוגוסט 11, 2012 9:55 pm

· #33900
ראמני האט אינטערדוסד רייען אלץ דער נעקסט פרעזידענט פון אמעריקע... ער האט זיך שפעטער אויסגעקלארט...
-----------------
דער וואל סט. דזשורנאל איז זייער העפפי מיט ראמני'ס פיק.

Shmilly » מוצ"ש אוגוסט 11, 2012 10:13 pm

· #33906
זר זהב
ראמני האט היינט קלאר געמאכט, ער נעמט פאול רייען פאר וויצע.



האסט געשריבען די תגובה פאר הבדלה??

זר זהב » מוצ"ש אוגוסט 11, 2012 10:30 pm

· #33909
פאר מעריב!

שמואל הלוי » מוצ"ש אוגוסט 11, 2012 10:57 pm

· #33919
זר זהב
פאר מעריב!

האסט מיטגענומען דיין סעלפאן אין שול פאר שבת?

זר זהב » מוצ"ש אוגוסט 11, 2012 11:01 pm

· #33923
נישט געגאנגען אין שיהל

שמואל הלוי » מוצ"ש אוגוסט 11, 2012 11:10 pm

· #33929
פארוואזשע?

זר זהב » מוצ"ש אוגוסט 11, 2012 11:11 pm

· #33930
מיין טיש בעקישע איז געליגן אין קאר

שמואל הלוי » מוצ"ש אוגוסט 11, 2012 11:12 pm

· #33932
א מין תירוץ דאס 🙄

יידל » מוצ"ש אוגוסט 11, 2012 11:12 pm

· #33933
הערטס אויף.

איך אויך » מוצ"ש אוגוסט 11, 2012 11:25 pm

· #33943
פארוואס טאקע נישט באבע צירל?

זר זהב » מוצ"ש אוגוסט 11, 2012 11:26 pm

· #33945
זי האט זיך אנגעפיפן אויף אירע עלטערן אירע.

גדעון » מוצ"ש אוגוסט 11, 2012 11:53 pm

· #33953
גדעון
איך האלט אז ער וועט נישט נעמען קאנדי צוליב איר פארבינדונג צו די בוש אדמיניסטרעישאן,
לדעתי וועט ער נעמען רייען אדער רוביאו

איך וויל מער נישט זעהן קיינעם זיך טענה'ן מיט מיר

זר זהב » זונטאג אוגוסט 12, 2012 12:01 am

· #33958
זר זהב
ען בי סי באריכט איצט אז די אויסוואהל איז אראפ צו 3 קאנדידאטן. פארטמאן, פאלענטי און רייען.
איך גלייב נישט אז ס'גייט זיין פאלענטי.
מסתם פארטמאן.

איך וויל יעצט זעהן יעדן זיך טענה'ן מיט מיר

גאלד » זונטאג אוגוסט 12, 2012 1:09 am

· #34008
זייער א קלוגער אויסוואל, דער פראבלעם איז אבער אז דער נומער 1 פונעם טיקעט איז ווערד א רעטעך, ראמני גייט נישט באזיגן אבאמא, לפענ"ד

שמואל הלוי » זונטאג אוגוסט 12, 2012 1:12 am

· #34009
גאלד
דער פראבלעם איז אבער אז דער נומער 1 פונעם טיקעט איז ווערד א רעטעך

האסט נישט געהערט אז צוליב די טרוקעניש איז רעטיך זייער טייער געווארן? 😉

ערנסט גערעדט, ראמני איז נישט אזא רעטיך, ער האט גענוג שאנסן עס צו מאכן, הגם לויט ווי ס'קוקט אויס יעצט וועט עס אבאמא האבן מיט א שמאלע אויבערהאנט, אבער אין פאליטיק קען מען זיך נישט אויסרעכענען מה יולד יום.

ניו יארק » זונטאג אוגוסט 12, 2012 1:28 am

· #34018
אויב ווייסט ראמני וואס איז גוט פאר אים, זאל ער שוין אויפהערן אוועקלייגן די געלט, און זיך אנהייבן פארענפערן וועגן בעין-קעפיטעל (אויב עס איז נאכנישט צו שפעט), און האקן שטיקער פון דעם אבאמא!
עס איז צו שטוינען ווי מיר האבן א פרעזידענט וואס האט 'גארנישט' דעליווערט די לעצטע 4 יאר, און פארלאגט מיט חוצפה נאך 4, און ראמני זאגט (כמעט) גארנישט!
איך האף אז די ווייס פרעזידענט נייעס וועט אים געבען מאמענטעם (וואס איז ווי געזעלין פאר א קאמפיין), און ער וועט עס וויסען ווי אזוי אויסצונצן.

שלומכן יסגא » זונטאג אוגוסט 12, 2012 2:18 am

· #34033
גדעון
גדעון
איך האלט אז ער וועט נישט נעמען קאנדי צוליב איר פארבינדונג צו די בוש אדמיניסטרעישאן,
לדעתי וועט ער נעמען רייען אדער רוביאו

איך וויל מער נישט זעהן קיינעם זיך טענה'ן מיט מיר

יאפ. דער גדעון ווייסט וואס ער רעדט!!

שמואל הלוי » זונטאג אוגוסט 12, 2012 10:47 am

· #34082
חכם עדיף מנביא

kliger » זונטאג אוגוסט 12, 2012 12:05 pm

· #34115
ער זעהט אויס ווי לאזער טווערסקי און ווי מר ביען

זר זהב » זונטאג אוגוסט 12, 2012 12:06 pm

· #34116
אמת , אביסל ווי ביען!