☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » חינוך » איך זיך חברים פאר מיין קינד

איך זיך חברים פאר מיין קינד

29 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13039

גר ותושב » מיטוואך אפריל 3, 2019 9:13 pm

· #427802
איך זיך חברים פאר מיין קינד
ווי אזוי באקימען קינדער חברים?

"טאטי איך האב נישט קיין איין friend"
"טאטי איך האב נישט מיט וועים צו שפילען אין חדר"
"טאטי אלע קינדער טשעפענען מיך א גאנצען טאג"

דאס זענען מיין קינד'ס ווערטער ממש א יעדע צווייטע טאג, און דאס נעמט נישט קיין עק, איך האב שוין כמה פעמים גערעדט צו זיין מלמד אין ער האט געטוהן אן אוסטערלישע ארבייט אז די רדיפות האבן זיך שוין ב"ה כמעט גענדיגט, אבער חברים (זאגט ער) האט ער נישט.

איך פרוביר עים כסדר צו מחזק זיין און מדריך זיין ער זאל זיך אויף פירן שיין צו אנדערע און כמים פנים.......

אז ער וועט זיין גוט וועלן זיך קינדער וועלן חבר'ן מיט עים......

אבער עדיין לא נושענו ביז דערווייל זעי איך נאך נישט קיין עק צו זיין צר ועלי ליבי דוי.

ועל של עכשיו באתי, היינט קומט ער אהיים פון חדר אז א קינד פון א עלטערע קלאס האט עים געגעיבען א עצה צו האבן חברים, די עצה איז אז ער זאל געיבן פאר אפאר קינדער א בעג מיט נאש (הלואי שריים פון משלוח מנות) און שרייבן דארט א צעטל מיט שבחים אויף זיי און אזוי וועט מקיום ווערן די וקנה לך חבר ער וועט זיך איינקויפן חברים (מיט נאש).
אומר ועושה איך קום אהיים פון די ארבייט היינט זעי איך צעטלעך מיט נאש גרייט איך קוק אריין אין די צעטלעך זעי איך ווי איינס פון די "מעלות" וואס ער שרייבט אויף איינע פון זיינע "צוקומפטיגע חברים" איז אז ער מאכט "לעבעדיג אין קלאס".

עד כאן המעשה.

למעשה האב איך דא א ויכוח מיט מיין בני בית איך האלט אז מען קויפט נישט קיין חברים נישט מיט נאש און נישט מיט געלט נאר מיט הארוואניע. ועוד די צעטל איז מיר נישט געפאלן וואס דארט שטייט איך האט דאס געוואלט כאטש מינעמום איבערמאכן אביסל. אבער די בני בית האלט אז איך זאל עים לאזן אליינס מאכן זיינע החלטות ער וועט זיך לערנען פון זיינע טעותים אליינס איך זאל עים לאזן טוהן וואס ער האלט אז עס איז ריכטיג.

הלכה למעשה
זאל איך עים לאזן "קויפן" חברים?
זאל איך עים לאזן נעמען דאס צעטל?
ווי אזוי טאקע קען איך עים ארויס העלפען אז ער זאל זיך טאקע איינקויפן ריכטיגע חברים?

פערינא » מיטוואך אפריל 3, 2019 9:38 pm

· #427803
ס'איז זייער שווער צו ענטפערן דיין שאלה אן אריינשווימען אין תילי תילים פון קשיות. אמיטאמאל זאגסטו ווי אלט ער איז איך מיין אז ס'איז כדאי זיך דורך צו רעדן מיט די מנהל אדער אימיצער און די מוסד וואס פארשטייט אביסל צו די סארט פראבלעם.

נאש ארבייט, אבער קויפן נאש איז גאנץ א פראסטע וועג זיך איינצוקויפן חברים. מ'קען עס אביסל בעסער פעקעדזשען. קויף אים קארד געימס, לערן אים אויס מעידזשיק טריקס, מאך שבת פארטיס, קויף אים אפשר א טיים טוט וואס יעדער וועט וועלען בארגען. קויף אים א וועקער. א אינטערעסאנטע בוך וואס איז אביסל אויף די קו התאריך און קאנטערווערסיאל. איך ווייס, מ'קען זיין מער קריעטיוו אפילו און ברייבערי אליין.

די בריוו איז ממש נעבעכדיג. ווארף עס אוועק. ווען מ'לויפט נאך לויפן זיי אוועק.

החוקר » מיטוואך אפריל 3, 2019 9:43 pm

· #427804
Re: איך זיך חברים פאר מיין קינד
ערשטענס, עס איז אביסל שווער צו עצה'נען אן וואס בערך די יארגאנג. די עלטער מאכט אסאך אויס אין די מהלך וואס מען קען נוצן.

צווייטענס, קיין ספעציאליסט בין איך נישט, אבער ליינענדיג די תגובה ווי דיין זון קומט אהיים מיט די 'עצה' צו שאפן חברים, האב איך געשפירט די זעלבע וואו דו זאגסט שפעטער. "חברים קויפט מען נישט מיט קיין געלט, נאש וכדו'".

וואס יא? ווי געשריבן אויבן עס וועט זיך ווענדן אין די יארגאנג. האסט שוין פראבירט צו זען צו דיין זון האט נישט אפשר א שלעכטע נאטור וואס טוט אוועקשטיפן חברים? אפשר מאכט ער אוועק אנדערע, נעגאטיוו צו אנדערע אדער ענליכס. אדער קען זיין ער האט נישט נושא חן געווען ביי איינע פון די פירער'ס פון כיתה און יענער בארעדט אים כסדר אונטערן רוקן.

עס קען זיין אז די פראבלעם איז נישט אז ער מאכט נישט קיין חברים, נאר אז עס איז דא שטער וואס טוט בפועל שטערן.

איסר האטלקי » מיטוואך אפריל 3, 2019 9:59 pm

· #427805
אין קורצן מיין מיינונג, קינדער קויפט מען יא מיט נאש. אויסדרוקליך יא, טו צוריק אן דיינע קינדערישע שוך און דערמאן זיך...

לאז אים שרייבן וואס ער וויל. אבי א שבח, נישט קיין חילוק וואס ער שרייבט.

ס'ווענדט זיך טאקע וועלכע עלטער, יעדע עידזש איז אנדערש, אבער נאש העלפט ביז כתה ט'.

יין שרף » מיטוואך אפריל 3, 2019 10:52 pm

· #427810
כמדומה האט יואלי קליין א קינדער בוך מיטן נאמען פריינדשאפט (אדער עפעס ענליך צו די נאמען) צו אויסלערנען קינדער געווינען פריינט. איך מיין אז עס איז דורגעקוקט געווארן דורך א סאושעל ווארקער אויך. איך האב עס נישט, ממילא ווייס איך נישט מער פרטים. (קען זיין עס איז אויך א סידי).

גר ותושב » דאנערשטאג אפריל 4, 2019 12:06 am

· #427817
Re: איך זיך חברים פאר מיין קינד
החוקר
ערשטענס, עס איז אביסל שווער צו עצה'נען אן וואס בערך די יארגאנג. די עלטער מאכט אסאך אויס אין די מהלך וואס מען קען נוצן.

צווייטענס, קיין ספעציאליסט בין איך נישט, אבער ליינענדיג די תגובה ווי דיין זון קומט אהיים מיט די 'עצה' צו שאפן חברים, האב איך געשפירט די זעלבע וואו דו זאגסט שפעטער. "חברים קויפט מען נישט מיט קיין געלט, נאש וכדו'".

וואס יא? ווי געשריבן אויבן עס וועט זיך ווענדן אין די יארגאנג. האסט שוין פראבירט צו זען צו דיין זון האט נישט אפשר א שלעכטע נאטור וואס טוט אוועקשטיפן חברים? אפשר מאכט ער אוועק אנדערע, נעגאטיוו צו אנדערע אדער ענליכס. אדער קען זיין ער האט נישט נושא חן געווען ביי איינע פון די פירער'ס פון כיתה און יענער בארעדט אים כסדר אונטערן רוקן.

עס קען זיין אז די פראבלעם איז נישט אז ער מאכט נישט קיין חברים, נאר אז עס איז דא שטער וואס טוט בפועל שטערן.


עס איז נישט דא דארט קיין פירער און איך זעי נישט ער זאל האבן שלעכטע מידות.

קומזיץ » דאנערשטאג אפריל 4, 2019 1:22 am

· #427822
אפשר פרובירען ער זאל טרעפן א חבר וואס קען שפילען מיט עם נאכ'ן חדר
, אמאל און די קלאס ווערט מען פארשלונגען צווישן אנדערע קינדער און מ'איז נישט אינטערסאנט פאר אנדערע קינדער און בפרט ווען ס'איז דא קינדער וואס זענען מער די פירער'ס פון די קלאס,
אבער נאכ'ן חדר קען ער טרעפן א יונגל וואס ער שפירט אז ער וועט גערן ווילען שפילען מיט עם און קענען באשאפן א שטיקל פריינטשאפט מיט עם ,קינדער זענען נישט אייביג אזוי קאנסיסטענט מיט זייער מיינונגען און אז מען האט עם נישט ליעב און חדר קען עס זיין אנדערש פריוואט נאכ'ן חדר און אפשר אויף אזא פאל וועט די נאש וכד' מער העלפן ,
אזוי אויך האט שוין @פערינא אנגעמערקט , אפשר פרוביר צו טרעפן זיין כשרונות און עם בויען פון דארטן אז ער האט א געפיל צו מוזיק, ארט, ידיעות וכד' ארבעט מיט עם עס ארויסצוברעגען אויף א פארנעם אז עס זאל זיין עפעס וואס ער שפירט זיך זיכער מיט דעם און עם קענען מאכן מער אינטערסאנט און confident,
איך ווינטש דיר אסאך הצלחה

yatzmachp » דאנערשטאג אפריל 4, 2019 10:40 am

· #427849
עס שטייט דאך אין די משנה וקנה לך חבר

גר ותושב » דאנערשטאג אפריל 4, 2019 4:35 pm

· #427885
Re: איך זיך חברים פאר מיין קינד
קומזיץ
אפשר פרובירען ער זאל טרעפן א חבר וואס קען שפילען מיט עם נאכ'ן חדר
, אמאל און די קלאס ווערט מען פארשלונגען צווישן אנדערע קינדער און מ'איז נישט אינטערסאנט פאר אנדערע קינדער און בפרט ווען ס'איז דא קינדער וואס זענען מער די פירער'ס פון די קלאס,
אבער נאכ'ן חדר קען ער טרעפן א יונגל וואס ער שפירט אז ער וועט גערן ווילען שפילען מיט עם און קענען באשאפן א שטיקל פריינטשאפט מיט עם ,קינדער זענען נישט אייביג אזוי קאנסיסטענט מיט זייער מיינונגען און אז מען האט עם נישט ליעב און חדר קען עס זיין אנדערש פריוואט נאכ'ן חדר און אפשר אויף אזא פאל וועט די נאש וכד' מער העלפן ,
אזוי אויך האט שוין @פערינא אנגעמערקט , אפשר פרוביר צו טרעפן זיין כשרונות און עם בויען פון דארטן אז ער האט א געפיל צו מוזיק, ארט, ידיעות וכד' ארבעט מיט עם עס ארויסצוברעגען אויף א פארנעם אז עס זאל זיין עפעס וואס ער שפירט זיך זיכער מיט דעם און עם קענען מאכן מער אינטערסאנט און confident,
איך ווינטש דיר אסאך הצלחה

לגבי שפילען מיט חברים נאך חדר האט מען שוין פרובירט און עס האט געהאלפען נאר פאר אפאר טעיג אפשר דארף מען דאס פרובירן נאכאמאל.
און לגבי כשרונות דארף מען דאס אויך פרובירן.

גר ותושב » דאנערשטאג אפריל 4, 2019 4:36 pm

· #427886
Re: איך זיך חברים פאר מיין קינד
yatzmachp
עס שטייט דאך אין די משנה וקנה לך חבר

עס שטייט נישט אז מען זאל קויפן מיט געלט אדער נאש.

חסיד פון ליטא » דאנערשטאג אפריל 4, 2019 5:09 pm

· #427894
Re: איך זיך חברים פאר מיין קינד
נאש איז נאריש. עס וועט סתם ברענגן קלעבעדיגע אויסנוצער'ס וואס וועלן ווערן זיין נאש חבר. ברגע די שפע פון נאש וועט זיך ענדיגן וועלן זיי אים שפייען אין פנים.

לערן אים אויס ווי אזוי צו פירן א שמועס, לדוגמא פרעגן שאלות וואס קענען האבן פארשידענע תשובות און קענען פארוואנדעלט ווערן אין א אינטערסאנטע שמועס, אזוי אויך זאל ער פראבירן צו טרעפן ענליכע אינטערעסן וואס ער האט מיט אנדערע קינדער און שמועסן/פארברענען איבערן נושא. לדוגמא, א האבי וואס ער האט אדער א געים וואס ער האט ליעב וכדו'.

yatzmachp » דאנערשטאג אפריל 4, 2019 6:33 pm

· #427908
מען קויפט א חבר מיט וואס מען קען. אויב איז א הונגער יאר וואס פאר געלט קען מען קיין עסן נישט באקומען, קויפט מען מיט עסן. אויב רעדט מען פון קינדער וואס ביי זיי איז נאש מער ווערט ווי געלט קויפט מען מיט נאש. געדענק, געלט האט נישט קיין אייגענע ווערט, עס איז נאר ווערט אויף וואס מען קען באקומען דערפאר.

אויב דו ווילסט העלפן דיין קינד מאך זיכער אז ער קויפט חברים ווי פריער. געדענק, יעדער עושר, ווי לאנג ער האט געלט האט ער אסאך חברים. מאך זיכער אז דיין קינד האט גענוג נאש פאר א לאנגע צייט. עס איז בעסער און געזינטער אז דיין קינד זאל האבן געקויפטע פאלשע חברים ווי נישט האבן קיין חברים ווייל מען זיכט נאר אמת'ע.

וואלווי » דאנערשטאג אפריל 4, 2019 8:45 pm

· #427917
גר ותושב
החוקר
ערשטענס, עס איז אביסל שווער צו עצה'נען אן וואס בערך די יארגאנג. די עלטער מאכט אסאך אויס אין די מהלך וואס מען קען נוצן.

צווייטענס, קיין ספעציאליסט בין איך נישט, אבער ליינענדיג די תגובה ווי דיין זון קומט אהיים מיט די 'עצה' צו שאפן חברים, האב איך געשפירט די זעלבע וואו דו זאגסט שפעטער. "חברים קויפט מען נישט מיט קיין געלט, נאש וכדו'".

וואס יא? ווי געשריבן אויבן עס וועט זיך ווענדן אין די יארגאנג. האסט שוין פראבירט צו זען צו דיין זון האט נישט אפשר א שלעכטע נאטור וואס טוט אוועקשטיפן חברים? אפשר מאכט ער אוועק אנדערע, נעגאטיוו צו אנדערע אדער ענליכס. אדער קען זיין ער האט נישט נושא חן געווען ביי איינע פון די פירער'ס פון כיתה און יענער בארעדט אים כסדר אונטערן רוקן.

עס קען זיין אז די פראבלעם איז נישט אז ער מאכט נישט קיין חברים, נאר אז עס איז דא שטער וואס טוט בפועל שטערן.


עס איז נישט דא דארט קיין פירער און איך זעי נישט ער זאל האבן שלעכטע מידות.


די העדר פון געהעריגע באציאונגען מיט חברים מוז נישט האבן צוטוהן מיט שלעכטע מידות.

א יונגעל קען אמאל זיין א געלונגען קלוג יונגעל, א מוצלח אין לימודים, א גוט הארץ, און באטעמט. דאך איז דא א סקיל מיוחד וואס הייסט סאשעל סקילס. ס'מאכט זיך אפט אז א יונגעל מיט אלע מעלות דעוועלאפט שפעט אדער כאפט נישט אויף די סאשעל סקילס. ס'איז א דבר מיוחד, וואס האט נישט מיט עפעס אנדערש. אז ס'וויכטיג גענוג איז דא טעראפי דוקא פאר דעם.

למעשה איז אלע עצות דא אזוי מ'זאגט shooting in the dark ווייל קיינער האט נישט ארויס די גאנצע בילד. אבער אויב ס'שוין יא אזוי לוינט זיך צו פרובירן נאך א shot .

מודה בטפל » דאנערשטאג אפריל 4, 2019 11:14 pm

· #427919
איך זיך? איך זיך מיך.

*איך זוך

צפור בודד » פרייטאג אפריל 5, 2019 6:07 am

· #427927
ווי אנדערע האבן שוין גשעריבן, פעלט אונז דא פרטים. נאר לויט די פאר פרטים וואס דו האסט געשריבן איז אזוי:

בשום אופן טייל נישט נאשעריי און חניפה צעטלעך. חבר'שאפט איז נישט פראסטיטוציע. ס'וועט אריינלייגן אין דיין זונ'ס קאפ אז א חבר מוז מען קויפן און נישט אז ס'האט מיט געטריישאפט און זיך פארטראגן, ס'וועט צוציען די ביליגסטע עלעמענטן וואס מ'קען לייכט אפקויפן, און ס'וועט נישט צוברענגן צו קירוב לבבות. בטל דבר בטל אהבה.

דו און דיין ווייב דארפן דערין אינוועסטירן. דהיינו, דיין זון קען קומען אין חדר דערציילן אז זיין מאמע גייט באקן קוקיס און ווער וויל קומען העלפן? אדער, מיין טאטע גייט מיך נעמען צו א פארק, ווער וויל מיטקומען? אדער, איך האב א נייע לעגאו אדער אנדערע שפיל, וועל וויל קומען שפילן? דאס וועט געבן א געלעגנהייט פאר דיין זון צו פארברענגן אליין מיט איינס אדער צוויי קינדער און האפנטליך זיי ברענגן נענטער. די קינדער וועלן אפשר דערציילן ווי גוט ס'איז געווען און אנדערע וועלן בעטן צו קומען אדער די קינדער וועלן אים רופן צו זיך אהיים.

וואס נאר דו טוסט, זאלן דו אדער דיין ווייב זיין דארט צו העלפן און צו אבזערווירן צי איז דא ביי דיין זון א פראבלעם אין זיין אינטעראקציע מיט אנדערע, אים מחזק זיין צו "שערן" און אים און דעם חבר געבן דער עטענטשן וואס קינדער דארפן.

די אקטיוויטעטן דארף מען טוישן לויט דער עלטער און אדאפטירן די מיטלען.

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג אפריל 5, 2019 10:08 am

· #427938
Re: איך זיך חברים פאר מיין קינד
די עצות קענען זיין נוצליך, אבער בכללות דארף מען אינזין האבען אז יעדער עצה קען נאר העלפן מיט׳ן אריין טראכטן אין די פרטים.
למשל, אז ער זאגט "מאמי באקט קוקיס, ווער וויל קומען?", וואס וועט זיין ווייטער? איך דענק, אז טאמער יעדער קומט נישט, וועט קיינער נישט וועלן קומען. דער ׳עולם׳ גייט ווי דער ׳עולם׳ גייט. דארף מען עס טון אין א חכמה׳דיגע וועג.

איך זאג נישט אז עס איז נישט קיין גוטע עצה, מ׳דארף נאר אריין טראכטן אין די פרטים אז עס זאל געלונגען.

לגבי סאושעל סקילס, איז עס א ריזיגע סוגיא. למעשה, אין די זאכען זענען די עלטערן די לעצטע וואס קענען אויפטון, זיי זענען צו נאנט צום פעלד. א דערויסענדיגע, און בעסער א פרוי, איז אלס בעסער אין די זאכען. זיי קענען אויסלערנען דיין אינגעל וויאזוי צו אנערקענען וואס יענער וויל און ווי אזוי צוריק צו רעדן צו יענעם, יענעם מאכען גוט פילען אן אוועק געבן דער גאנצע זיך.
בעסער א פרוי (טאמער דער אינגעל איז גענוג יונג) און בעסער אז דו צאלסט דערפאר, נישט אינשוראנס, רעגירונג, צדקה וכדו׳.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

גר ותושב » פרייטאג אפריל 5, 2019 11:09 am

· #427942
Re: איך זיך חברים פאר מיין קינד
ישר כח פאר אלע עצות אלעס קען צוניץ קומען למעשה האט בני בית געזיגט (as usual) און ער האט יא געגעיבן פאר צוויי קינדער די צעטל און נאש ער זאגט אז זיי זענען געווארן זיין בעסטע חבירים I guess time will tell.
למעשה געבט עס אבער יעצט א געלעיגן הייט עים ארויף צו ארבייטן אויף אנדערע אויפנים.
א גרויסן ישר כח און א לעכטיגן שבת.

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג אפריל 5, 2019 11:18 am

· #427943
Re: איך זיך חברים פאר מיין קינד
אין מיין עקספיריענס, ווען איך האב געזיגט לגבי די חינוך, האב איך שפעטער איינגעזען אז מיין ווייב איז גערעכט געווען. זיי האבען אינסטינקטן וואס מענער האבען נישט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

אונטער חכם » פרייטאג אפריל 5, 2019 11:26 am

· #427944
Re: איך זיך חברים פאר מיין קינד
אויב דער פראבלעם איז סאושעל סקילס , איז נישט גענוג די צייטווייליגע באנדאזשן , עס קען אסאך שטערן שפעטער אין לעבן.

איך געדענק מיך אויך אייביג אפרעדן אז איך האב נישט קיין חברים, און היינט ווייס איך אז מיין פראבלעם איז סאושעל סקילס, און עס שטערט מיך נאך ביז היינט.

איך ווייס נאר נישט וויפיל עס איז דא צו טוהן דערוועגן.

Sent from my XT1526 using Tapatalk

גר ותושב » פרייטאג אפריל 5, 2019 11:32 am

· #427945
Re: איך זיך חברים פאר מיין קינד
אונטער חכם
אויב דער פראבלעם איז סאושעל סקילס , איז נישט גענוג די צייטווייליגע באנדאזשן , עס קען אסאך שטערן שפעטער אין לעבן.

איך געדענק מיך אויך אייביג אפרעדן אז איך האב נישט קיין חברים, און היינט ווייס איך אז מיין פראבלעם איז סאושעל סקילס, און עס שטערט מיך נאך ביז היינט.

איך ווייס נאר נישט וויפיל עס איז דא צו טוהן דערוועגן.

Sent from my XT1526 using Tapatalk

מיט קינדער פון די עלטערע כתה קומט ער זיך גראדע זייער גוט אויס איז די פראבלעים איז לכאורה נישט סאושעל סקילס אבער איך וועל האלטן א אויג אויף דאס אויך.

גרויסע מענטשעלע » פרייטאג אפריל 5, 2019 3:34 pm

· #427958
Re: איך זיך חברים פאר מיין קינד
יין שרף
כמדומה האט יואלי קליין א קינדער בוך מיטן נאמען פריינדשאפט (אדער עפעס ענליך צו די נאמען) צו אויסלערנען קינדער געווינען פריינט. איך מיין אז עס איז דורגעקוקט געווארן דורך א סאושעל ווארקער אויך. איך האב עס נישט, ממילא ווייס איך נישט מער פרטים. (קען זיין עס איז אויך א סידי).


מער פרטים ביטע.

החוקר » פרייטאג אפריל 5, 2019 4:07 pm

· #427960
Re: איך זיך חברים פאר מיין קינד
גר ותושב
ישר כח פאר אלע עצות אלעס קען צוניץ קומען למעשה האט בני בית געזיגט (as usual) און ער האט יא געגעיבן פאר צוויי קינדער די צעטל און נאש ער זאגט אז זיי זענען געווארן זיין בעסטע חבירים I guess time will tell.
למעשה געבט עס אבער יעצט א געלעיגן הייט עים ארויף צו ארבייטן אויף אנדערע אויפנים.
א גרויסן ישר כח און א לעכטיגן שבת.
הצלחה רבה. זאלסט זען אסאך נחת. (נאר אזעלכע פראבלעמען)

או אינו » זונטאג אפריל 7, 2019 2:01 am

· #427982
Re: איך זיך חברים פאר מיין קינד
ווי אזוי איז ער אין אנדערע הינזיכטן? לימודים , סארט שפילן ווען ער איז אליין, שמועסן צווישען עלטערן אין קינד, וכו,

אישתישבי » זונטאג אפריל 7, 2019 12:40 pm

· #428002
דארפסט באקומען א טעראפיסט זאל אים לערנען סאשעל סקילס.

שטופ נישט אפ, דער פריער דער בעסער.

קענסט באקומען פין פי טרי פאר בחינם (כינים).

קומזיץ » דינסטאג אפריל 9, 2019 3:59 pm

· #428161
גר ותושב
אונטער חכם
אויב דער פראבלעם איז סאושעל סקילס , איז נישט גענוג די צייטווייליגע באנדאזשן , עס קען אסאך שטערן שפעטער אין לעבן.

איך געדענק מיך אויך אייביג אפרעדן אז איך האב נישט קיין חברים, און היינט ווייס איך אז מיין פראבלעם איז סאושעל סקילס, און עס שטערט מיך נאך ביז היינט.

איך ווייס נאר נישט וויפיל עס איז דא צו טוהן דערוועגן.

Sent from my XT1526 using Tapatalk

מיט קינדער פון די עלטערע כתה קומט ער זיך גראדע זייער גוט אויס איז די פראבלעים איז לכאורה נישט סאושעל סקילס אבער איך וועל האלטן א אויג אויף דאס אויך.


עס ווענד זיך ווי אזוי די באציאונגען מיט די עלטערע קינדער זענען ,
אמאל איז עס א סימן אז עס פעלט געוויסע סקילס ווען איינער שפילט נאר מיט די עלטערע אדער יונגערע קינדער פון עם ,
אמאל קען זיין אז זיי פירען זיך אויף צו עם אן קיין challenges ווייל ער איז יונגער פון זיין און איז נישט קיין competition פאר זיי אבער און זיין אייגענע כיתה ווי יעדער דארף די זעלבע איינערקענונג פון די רבי' , פון די קינדער צווישן זיך קען אמאל זיין שווערער

קאצקע ציקער » מיטוואך אפריל 10, 2019 2:22 am

· #428193
מיין עצה איז געב עים אריין שטארקע קאנפידענס און ווי שטארק געלונגען און קליג ער איז . ווי אויך איינער וואס האט נישט קיין חברים מאכט עס נישט דער מענטש ס' איידענטיפייעט עים נישט מען קען זיי א גאר געלונגענע מענטש אן חברים אויך . איין מאל ער האט סעלף עסטיעם און ער האלט אמת'דיג פון זיך וועט ער שוין נישט דארפן זיכן חברים די חברים וועלן קימען צו לויפן צו עים

כנלע"ד

שליח » מיטוואך אפריל 24, 2019 4:59 pm

· #428994
די פאלגנדע מחשבות זענען מיר ארויפגעקומען ליינענדיג די שאלה. למעשה ווערט שוין דא אויסגעשמועסט טייל פון די נקודות, ומשנה לא זזה.

דאכט זיך אז דא רעדט זיך פון צוויי פראבלעמען, נישט איינס. זיין אומפאפולער איז איין זאך, נישט האבן חברים איז א צווייטע. גענוג אומסימפאטישע און אפילו פארפיינטעטע מענטשן האבן זיך זייערע חברים, און גענוג באליבטע און אפי' פאפולערע האבן נישט קיינעם וועמען זיי קענען רופן חבר. לאמיר גיין אביסל simplified און שרייבן אז ווען איינער איז אומפאפולער דארף ער ארבעטן אויפן סור מרע, און קונה זיין חברים איז בקום ועשה טוב.

ערשט סור מרע. מעגליך אז ס'איז בכלל נישט זיין פראבלעם, נאר עפעס א פאפולערע בולי האט זיך פארלייגט אויף אים, דארפסטו דאס מברר זיין. אויב נישט, איז מסתבר אז זיינע social skills זענען שוואך, פארהאן אופנים דאס אויסצורייבן. (קען זיין בעסער דורך זיין מאמע, באבע, זיידע, פעטער, עלטערע געשוויסטער, אדער אנדערע באקאנטע). דו שרייבסט אז מיט קינדער פון עלטערע קלאסן קומט ער זיך אויס, דאס איז לאו דוקא א ראי' אז ער האט נישט קיין פראבלעם אין דעם געביט, נאר עס שטערט נישט אזוי ווען א אינגערער פארשטייט נישט וויאזוי מ'דארף זיך אויפפירן. אדרבה, דאס האט מיר אנגעצינדן א רויט לעמפל אז די רעדע איז גאנץ מעגליך פון א קינד מיט א גוט קעפל וואס טרעפט נישט קיין שפראך מיט זיין גיל, אדער ווי מ'רופט עס א nerd. ס'זענען דא ביכער וואס לערנען אויס social skills פאר קינדער מיט אויטיזם און אספערגער'ס (וואס זיי זענען די ultimate nerds). קען זיין גוט.

יעצט איבער עשה טוב. טיילן נאש איז נישט די עצה. דאכט זיך אין kids speak איז דא א זיסע מעשה'לע פון א קינד וואס האט פראבירט אויסצוטיילן נאש פאר יעדן, כדי צו ווערן באליבט, און זיין מלמד האט אים אויסגעלערנט די ריכטיגע וועג. אבער לאמיר דיר דערציילן פון מיין ערפארונג. איך בין געווען א גרויסע nerd און באזייטיגט פון די קלאס, בצר לי האב איך געשיקט משלוח מנות פאר דריי קינדער פון מיין כיתה, אריינגעלייגט אומגעווענליכע מתנות, באגלייט מיט מגילות פון שבחים און גראמען, גאנצעטע פיוטים. כ'האב גארנישט געהאט דערפון חוץ פון עגמ"נ און בושות. זע אויך וואס @ליטוואק פון בודאפעסט ברענגט אז דרויסנדיגע השפעות זענען געווענליך גורם דאס פארקערטע.

לאמיר עס אביסל מער צולייגן. חברים קענען בערך'דיג צוטיילט ווערן אין דריי: נשמה'דיגע מקושרים, זייערע עצם מהותים האט געפונען חן איינער אינעם צווייטן'ס אויגן, ואין טעם ברצון. אזעלכע וואס פארשטייען זיך גוט (עכ"פ אין געוויסע נושאים), זיי האבן געמיינזאמע אינטערעסן און passions, יענער מאכט אים טראכטן, אדער אנדערע מעלות וואס מאכט אים געפעלן אין זיינע אויגן. צום לעצט זענען די וואס מ'קען ענדערש רופן ידידים, וועמען מ'האלט אינעם contact list נישט צוליב זיינע מעלות נאר צוליב די נוצן וואס מ'האט פון אים. מ'קען פון אים באקומען אן הלואה'לע, ער קען העלפן שארן די שניי, אדער ער קען דיר שאפן א דרייווער אין ליזענסק.
א חבר צוליב נאש אדער צוליב שלא לענין'דיגע שבחים איז די קינדערישע ווערסיע פון די לעצטע. חיצוניות שבחיצוניות.
אבער יעצט אז ער האט שוין געגעבן די נאש, זאל ער עס כאטש אויסנוצן אלס א לייטער צו עפעס לייטישער. למעשה איז יעצט א שטיקל window of opportunity ווען ס'הערשט א שטיקל קרובי דעתא צווישן זיי, קען ער עס אויסנוצן פארן Ben Franklin effect. דהיינו, ער קען גיין בעטן פון די קינדער עפעס א שטיקל טובה, (נישט קיין גרויסע זאך, און נישט ווי א אויסנוצער, באגלייט מיט א "מיר זענען דאך חברים" ווינק). און ווען זיי פירן עס אויס זאל ער זיך שיין באדאנקן. א מענטש פילט נאנטשאפט צו דעם וועמען ער האט א טובה געטון (דער רעיון איז אויך באקאנט פון - להבדיל - ר' ישראל סאלאנטער).

דאס איז אלעס דערווייל, אבער אויף זיך געהעריג אויסבויען חברים דארף ער שפילן אויף זיינע שטארקייטן. ער דארף זיך אוועקזעצן, מאכן א ליסטע פון זיינע אייגנארטיגע מעלות, טאלאנטן, hobbies, ידיעות און שאיפות. און א צווייטע ליסטע פון די קינדער פון זיין קלאס, פאר וועמען פון זיי ער וואלט געקענט זיין אינטערעסאנט און מיט וואס. the rest is tactics.
דערנאך, ווען ער איז שוין אביסל נאנט מיט איינעם, הערשט דאן האט פשט צו געבן נאש. עס טייטשט מער נישט "אויב דו וועסט זיין מיין חבר גייסטו באקומען נאש", נאר "ווייל דו ביסט שוין (אדער האלטסט אינמיטן ווערן) מיין חבר געב איך דיר", לאות הוקרת אהבה.

אויך איז כדאי ער זאל זיך אויסלערנען זאכן וואס וועלן הייבן זיינע סטאקס באופן כללי, און העכערן זיינע שאנסן צו זיין אינטערעסאנט פאר אנדערע. לדוגמא, גוטע מעשיות (און גוטע storytelling), הומאר, beer bets, party games, לאגיק פראגעס און רעטענישן, שאך און אנדערע אזעלכע שפילן.

מעגליך אז ס'איז פשוט נישט בנמצא אין זיין קלאס איינער וואס איז פאסיג פאר אים (בפרט אין א קליינע כיתה). סתם אזוי איז גוט, אויסצוברייטערן זיין וועלטל, ער זאל טרעפן א חבר אינדרויסן פון חדר. (א שכן, אדער איינער פון די זעלבע ביהמ"ד, מתמידים, אדער קאנטרי). מפי השמועה למדנו אז קויפן א שגץ בייק איז א גוטע סגולה דערצו...

הצלחה רבה, וה' ינחך ע"ד אמת.

פלאצקער גאון » דינסטאג דעצעמבער 22, 2020 2:06 pm

· #464502
Re: איך זיך חברים פאר מיין קינד
גר ותושב
ווי אזוי באקימען קינדער חברים?

"טאטי איך האב נישט קיין איין friend"
"טאטי איך האב נישט מיט וועים צו שפילען אין חדר"
"טאטי אלע קינדער טשעפענען מיך א גאנצען טאג"

דאס זענען מיין קינד'ס ווערטער ממש א יעדע צווייטע טאג, און דאס נעמט נישט קיין עק, איך האב שוין כמה פעמים גערעדט צו זיין מלמד אין ער האט געטוהן אן אוסטערלישע ארבייט אז די רדיפות האבן זיך שוין ב"ה כמעט גענדיגט, אבער חברים (זאגט ער) האט ער נישט.

איך פרוביר עים כסדר צו מחזק זיין און מדריך זיין ער זאל זיך אויף פירן שיין צו אנדערע און כמים פנים.......

אז ער וועט זיין גוט וועלן זיך קינדער וועלן חבר'ן מיט עים......

אבער עדיין לא נושענו ביז דערווייל זעי איך נאך נישט קיין עק צו זיין צר ועלי ליבי דוי.

ועל של עכשיו באתי, היינט קומט ער אהיים פון חדר אז א קינד פון א עלטערע קלאס האט עים געגעיבען א עצה צו האבן חברים, די עצה איז אז ער זאל געיבן פאר אפאר קינדער א בעג מיט נאש (הלואי שריים פון משלוח מנות) און שרייבן דארט א צעטל מיט שבחים אויף זיי און אזוי וועט מקיום ווערן די וקנה לך חבר ער וועט זיך איינקויפן חברים (מיט נאש).
אומר ועושה איך קום אהיים פון די ארבייט היינט זעי איך צעטלעך מיט נאש גרייט איך קוק אריין אין די צעטלעך זעי איך ווי איינס פון די "מעלות" וואס ער שרייבט אויף איינע פון זיינע "צוקומפטיגע חברים" איז אז ער מאכט "לעבעדיג אין קלאס".

עד כאן המעשה.

למעשה האב איך דא א ויכוח מיט מיין בני בית איך האלט אז מען קויפט נישט קיין חברים נישט מיט נאש און נישט מיט געלט נאר מיט הארוואניע. ועוד די צעטל איז מיר נישט געפאלן וואס דארט שטייט איך האט דאס געוואלט כאטש מינעמום איבערמאכן אביסל. אבער די בני בית האלט אז איך זאל עים לאזן אליינס מאכן זיינע החלטות ער וועט זיך לערנען פון זיינע טעותים אליינס איך זאל עים לאזן טוהן וואס ער האלט אז עס איז ריכטיג.

הלכה למעשה
זאל איך עים לאזן "קויפן" חברים?
זאל איך עים לאזן נעמען דאס צעטל?
ווי אזוי טאקע קען איך עים ארויס העלפען אז ער זאל זיך טאקע איינקויפן ריכטיגע חברים?
צום אלעם ערשטן דיין ווייב איז זיכער גערעכט אז נישט קיין חילוק צו דער מהלך איז ריכטיג צו נישט דארפסטו לאזן דיין קינד זיך לערנען אויף די אייגענע מיסטעיקס בלע"ז, פארשטייט זיך אז דיין קינד דארף וויסן וואס דו האלטסט און פארוואס דו האלטסט אזוי און טאמער פארלאזט ער זיך אויף דיר קען זיין ער וועט טאקע טוישן מהלך אן דעם וואס ער זאל דארפן אריבער גיין א דורכפאל, אבער ח"ו אים צווינגען צו צושטערן זיינע פלענער.

יעצט צום שאלה אויב אפקויפן א חבר מיט נאשערייען איז ריכטיג???

באמת ווענד זיך עס אינעם יארגאנג,
א יונג קינד פון בערך 5/8 יאר איז געווענדליך די נאש אזוי ווי א שליסל צום אנדערן קינד'ס אינערליכן לעבן דערפאר איז עס זייער א גוטן מהלך (פארשטייט זיך אז מען רעדט דא פון א קינד וואס האט נישט מצליח געווען צו מאכן חבירים אויף אן אנדערע אופן).

אן עלטערע קינד איז שוין אביסל מער קאמפלעצירט.
וויבאלד די נאש ווערט שוין יא אנגעקוקט (אינעם קינד'ס אויג) ווי א פראסטן מקח וממכר וואס ברענגט זייער אראפ די סעלף עסטים בלע"ז פונעם קינד און ווי אויך די רעספעקט בלע"ז פונעם חבר וואס ער פראבירט אפצוקויפן.

אבער פונעם אנדערן זייט ווייסמיר דאך אז "או חברותה או מתיתה" וואס מיינט אז די ערגסטע סינעריאו בלע"ז וואס איז שייך איז בלייבן אן א חברותה דהיינו אז קען זיין אז סוועט אים אביסל שאטן אבער בעסער פון נישט האבן א חבר.

בלייבט נאר איבער די שאלה אויב די מהלך פון געבן נאש ארבעט בכלל??????
גייט ער דען האבן נאכדעם חבירים????

איינמאל דו קומסט צי צו א מסקנה מאך זיכער אז דיין קינד ווייסט פונקטליך וואס דו האלטסט און נאכדעם בלייבט עס איבער פארן קינד אפצומאכן וואס ער גייט טוהן.

Sent from my SM-G988U using Tapatalk

בת קול » דינסטאג דעצעמבער 22, 2020 3:22 pm

· #464508
ווי אלט איז דיין זוהן? א קינד אינטער 12 מיז נישט האבן א בעסטע חבר.
סתם שמועסן יעדען טאג מיט אן אנדערע יונגעל ביי מיטאג איז אויך גוט.
אמתע חברים מאכט מען געווענטליך אלץ טינעיזשער.
עס קען זיין שווער ווען אנדערע קינדער אין קלאס זענען קליקי, אבער חברים קען מען נישט קויפן, און די יארן וועלן באלד זיין פארביי.
אפשר שרייב אים איין אין א מוזיק קלאס אדער אנדערע אקטיוויטעטן ווי ער קען זיך יעצט שפירן גוט.