שטיצן די Charidy Campaign פון הקוה״ט ממרכז-ויזניץ שליט״א?
איך קען איינער מחסידי ''מרכז-ויזניץ'' אין בארא פארק, ער שיקט מיר נעכטן א email, אז פאריאר ביי זייער campaign האב איך געגעבן $40 אויף זיין Page, ער בעט איך זאל נאכאמאל געבן $40.
איך וויל באמת נישט מחזק זיין אזא פארטיי וואס איז בכלל נישט אויסגעהאלטען, און רודפ׳ן גאנצע משפחות אז זיי מיזן בלייבן אין מרכז-ויזניץ און זיין א שוואנץ לכל דבר.
אויך טוט עס מיר וויי, זעענדיג ווי זיי פאטשקען מיליאנען פון אונזער צדקה געלט, אויף כבוד און מלכות פאר זייער הייליגע פירער, אין די צייט וואס זיי צאלן נישט די איינגעשטעלטע חדשים לאנג.
--
וואס האלסטו זאל איך טוהן..
זאל איך געבן $10 לכבודו פון דעם יונגערמאן?
זאל איך עס איגנארירען?
אדער זאל איך אים שרייבן אז איך שטיצט נישט טעראר?
וואס האלטן די אלע אדמורי''ם לבית וויזניץ?
ס׳ווענדט זיך אויב ווילסטו יענעם צופרידנשטעלן פאר סיי וואספארא סיבה. זאלסטו געבן לכה״פ 10-18 דאללער. אויב אבער זוכסטו נישט יענעם צו געפעלן און דו האסט גארנישט מיט יענעם מאך דיך נישט וויסענדיג. סאיז דא גענוג גוטע צוועקן און בעסערע פלעצער ווי צוגעבן צדקה.
Re: שטיצן די Charidy Campaign פון הקוה״ט ממרכז-ויזניץ שליט
געב עם $40 און זאג עם איך געב עס פאר דיר און נישט פאר דער קאמפעין.
Sent from my SM-G950U using Tapatalk
זאפטיגוואס האלטן די אלע אדמורי''ם לבית וויזניץ?
די מאנסיער רביס האלטן אז מ׳טאהר אים נישט געבן קיין געלט ווילאנג ער בעט נישט איבער זיין פעטער זצ״ל און זיין קאזין אין מאנטריאל הרב ר׳ אהרן מוויזניץ-מאנטריאל. אזוי האב איך געהערט. צי סאיז ריכטיג ווייס איך נישט... אבער אזוי האלטן זיי.
יעקב מענטששבת אחיםס׳ווענדט זיך אויב ווילסטו יענעם צופרידנשטעלן פאר סיי וואספארא סיבה. זאלסטו געבן לכה״פ 10-18 דאללער. אויב אבער זוכסטו נישט יענעם צו געפעלן און דו האסט גארנישט מיט יענעם מאך דיך נישט וויסענדיג. סאיז דא גענוג גוטע צוועקן און בעסערע פלעצער ווי צוגעבן צדקה.
דו גלייבסט אין צדקה?
כ׳פארשטיי נישט וואס איר פרעגט? וואס איז דא צוגלייבן אין צדקה?
צדקה מיינט אז איינער געבט אוועק פון זיין געלט פאר א צווייטן/ארגאנעזאציע/מוסד וואס דער יעניגער האלט אז ס׳איז וויכטיג אז יענע ענטעטי זאל האבן געלט.
עכטע צדקה מיינט געבן פאר איינעם וועם מ׳האט אפילו נישט קיין שייכות. און איז למעשה פארקערט פון נאטור וואס יעדער וויל נאר פאר זיך... דאס איז דאך מוראדיג! מזעהט דאס נישט כמעט אין נאטור ווי אלע חיות און באשעפענישן טראכטן נאר פון זיך און פון זייערע קינדער.
זאפטיגוואס האלטן די אלע אדמורי''ם לבית וויזניץ?
דא האסטו די הוראה פון כ״ק מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א פון ירושלים,
אז מען טאר זיי נישט געבן קיין געלט.
📎 not supporting terror.JPGRe: שטיצן די Charidy Campaign פון הקוה״ט ממרכז-ויזניץ שליט
דאס איז אן איסור דאורייתא אדער דרבנן? מ׳דארף זיך לאזען קאסטען חומש נכסיו דערפאר? נשים זענען אויך מצוות? וויאזוי טוט מען תשובה פאר אזעלכע עבירות?
בקיצור, דער איסור\מחאה איז יענעמ׳ס פראבלעם. נעם נישט קיין פילען פאר יענעמ׳ס קאפוויי
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מצוות צדקה איז דאס וואס שטייט אין דער תורה וכי ימוך אחיך וגו' פתוח תפתח והחזקת בו וגו'
דעס באשטייט שוין אינגאנצן נישט היינט
היינט איז אלעס פאר דער פארטיי און דעטס איט
זאפטיגמצוות צדקה איז דאס וואס שטייט אין דער תורה וכי ימוך אחיך וגו' פתוח תפתח והחזקת בו וגו'
דעס באשטייט שוין אינגאנצן נישט היינט
היינט איז אלעס פאר דער פארטיי און דעטס איט
איך האב פאר דיר גענוג מענטשן וואס זענען מך און מ'קען מקיים זיין די אלע אלטע מצוות פונקט ווי אמאל
זאפטיגמצוות צדקה איז דאס וואס שטייט אין דער תורה וכי ימוך אחיך וגו' פתוח תפתח והחזקת בו וגו'
דעס באשטייט שוין אינגאנצן נישט היינט
היינט איז אלעס פאר דער פארטיי און דעטס איט
ביי מרכז-ויזניץ איז טאקע אלעס פאר דער פארטיי / כבוד / איך מיך און זיך..
אבער סאיז נאך דא גענוג עכטע צדקות היינטיגע צייטן.
חיים יואלזאפטיגמצוות צדקה איז דאס וואס שטייט אין דער תורה וכי ימוך אחיך וגו' פתוח תפתח והחזקת בו וגו'
דעס באשטייט שוין אינגאנצן נישט היינט
היינט איז אלעס פאר דער פארטיי און דעטס איט
ביי מרכז-ויזניץ איז טאקע אלעס פאר דער פארטיי / כבוד / איך מיך און זיך..
אבער סאיז נאך דא גענוג עכטע צדקות היינטיגע צייטן.
נישט דעם אפגעריסענע ארימאן ביים טיר וואס די געבסט אים אן קיין שום אינטערעסע
זיי רודפ׳ן מיר.....
שוין, וועל איך זיי געבן עפעס.. אבער נישט פון מעשר געלט..
חיים יואלזיי רודפ׳ן מיר.....
שוין, וועל איך זיי געבן עפעס.. אבער נישט פון מעשר געלט..
הייסט עס דו האלטס שוין מעשר שני 😂
יעקל האט נעכטן איבערגעבעטן דעם מאנטריאלער רבי