☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » בד''ה -- האדמו''ר מ'סקולען זצוק"ל - כ"ה אדר תשע"ט

בד''ה -- האדמו''ר מ'סקולען זצוק"ל - כ"ה אדר תשע"ט

147 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13032
בלאט: 1 2 3

מודה בטפל » מאנטאג אפריל 1, 2019 4:54 pm

· #427476
בד''ה -- האדמו''ר מ'סקולען זצוק"ל - כ"ה אדר תשע"ט
נצחו אראלים

קאך_לעפל » מאנטאג אפריל 1, 2019 5:04 pm

· #427482
ענדליך קען איך מיך צוריק איינהאנדלן א סמארט פאון.

אלענספאלס, יצחו אראלים את המצוקים ונשבה ארון הקודש, ווער וועט ווייטער פירן דעם דור? מ'קען נישט אלעס איבערלאזן פאר פרעזידענט טראמפ.

שבת אחים » מאנטאג אפריל 1, 2019 5:07 pm

· #427484
פון די לעצטע פארבליבנע רביס פון פאריגע דור וואס האט עס געמיינט אמת׳דיג...

ווען איז די לוי׳?

יין שרף » מאנטאג אפריל 1, 2019 5:07 pm

· #427485
קאך_לעפל
ענדליך קען איך מיך צוריק איינהאנדלן א סמארט פאון.

די assקנים גייען יעצט ווערן אסאך מער ראדיקאל..
20190403_124626.jpg

יין שרף » מאנטאג אפריל 1, 2019 5:08 pm

· #427487
שבת אחים
פון די לעצטע פארבליבנע רביס פון פאריגע דור וואס האט עס געמיינט אמת׳דיג...

ווען איז די לוי׳?

אומ-מעגליך שוין צו וויסן. מען דארף קודם די סערטיפיקעט, און אים צוריקברענגן קיין ניו יארק.

שבת אחים » מאנטאג אפריל 1, 2019 5:18 pm

· #427491
קאך_לעפל
ענדליך קען איך מיך צוריק איינהאנדלן א סמארט פאון.

אלענספאלס, יצחו אראלים את המצוקים ונשבה ארון הקודש, ווער וועט ווייטער פירן דעם דור? מ'קען נישט אלעס איבערלאזן פאר פרעזידענט טראמפ.

גערעכט טראמפ איז דאך שוין צו שטארק פארנומען מיט שפילן גאלף, זיך טשעפנען יעדען טאג מיט א צווייטן אויף טוויטער, וואַטשן פאַקס-נויז און פרעסן פעסט פוד, ע״כ וועט מען עס מוזן איבערגעבן פארן חדב״ן הרב קושנער. ער קען יא ווערן רבי... ער וועט פונקט גיט אריינפיטן צווישן די היינטיגע ״קארופטירטע רבנים״ און וועט זיין אזא רבי ווי ער מאכט שלום אינעם מיטל מזרח...

שמחהלע קאפשטיק » מאנטאג אפריל 1, 2019 5:19 pm

· #427493
מען קען נאך זאגן תהלים
געהערט פון א מקורב
עס איז נאך דא פאולס !!

חמלה גדולה » מאנטאג אפריל 1, 2019 5:22 pm

· #427495
Stop torturring him let him go

שבת אחים » מאנטאג אפריל 1, 2019 5:22 pm

· #427496
[ציטאט אראפגענומען]

שלום עליכם אנאנים. כמיין אז נישט נאר די סטעמפּ פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל... נאר דער אנאנים אליינס פארט ארום איבער די גאנצע וועלט אבער דאך איז געבליבן אין אונזער ווינקעל/שטיבל.

שמחהלע קאפשטיק » מאנטאג אפריל 1, 2019 5:24 pm

· #427497
געווען איז אז די heart beat איז געווען אראפ פאר עטליכע סקונדעס

און מען האט שוין געזאגט שמע ישראל

אבער ס'איז דא א פראבלעם אז יעדער וויל זיין דער ערשטער צו ריפארטען די נייעס
און ריפארט עס נאך פארן קאמפערמען

זייטס מתפלל

מודה בטפל » מאנטאג אפריל 1, 2019 5:26 pm

· #427498
April fool's

וואלווי » מאנטאג אפריל 1, 2019 5:27 pm

· #427499
קאך_לעפל
ענדליך קען איך מיך צוריק איינהאנדלן א סמארט פאון.

אלענספאלס, יצחו אראלים את המצוקים ונשבה ארון הקודש, ווער וועט ווייטער פירן דעם דור? מ'קען נישט אלעס איבערלאזן פאר פרעזידענט טראמפ.

ביזדערווייל, ווארף נאך נישט ארויס די פעקעדזשינג פון די נייע סמארטפאו"ן. מעגליך וועסט עס דארפן רעטורנען.

שמחהלע קאפשטיק » מאנטאג אפריל 1, 2019 5:31 pm

· #427501
סגולה לאריכת ימים - אז מען לאזט ארויס א שמועה אויף איינעם אזוי
ע"ע סענדער ענגל ע"ה -

שבת אחים » מאנטאג אפריל 1, 2019 5:32 pm

· #427502
אייוועלט איז דאַון...

וואלווי » מאנטאג אפריל 1, 2019 5:32 pm

· #427504
שמחהלע קאפשטיק
סגולה לאריכת ימים - אז מען לאזט ארויס א שמועה אויף איינעם אזוי
ע"ע סענדער ענגל ע"ה -

אריכות ימים האט ער שוין. העלפט עס צו פארטרייבן די מה"מ אויף אייביג אויך?

וואלווי » מאנטאג אפריל 1, 2019 5:34 pm

· #427505
שבת אחים
אייוועלט איז דאַון...

מכלל לאו אתה שומע הן?

ק"ש איז up אפאר פאונטס?..

חמלה גדולה » מאנטאג אפריל 1, 2019 5:40 pm

· #427509
Stop torturing him let him go for gods sake

וואלווי » מאנטאג אפריל 1, 2019 5:44 pm

· #427510
חמלה גדולה
Stop torturing him let him go for gods sake

Shut the hell up and stop playing god.

מודה בטפל » מאנטאג אפריל 1, 2019 5:52 pm

· #427511
Now it's official

שבת אחים » מאנטאג אפריל 1, 2019 5:52 pm

· #427512
חמלה גדולה
Stop torturing him let him go for gods sake

שווער צוזאגן פונקטליך וואס מ׳דארף טוהן אין אזא מצב. פון איין זייט ביסטו גערעכט. אבער פון די אנדערע זייט איז לעבן זייער טייער און חשוב ביי אונז מענטשען (עכ״פ רוב מענטשען) און ספעציעל אז אייגענע קינדער זאלן ברענגן זייער טאטע נענטער צום טויט.

שבת אחים » מאנטאג אפריל 1, 2019 5:52 pm

· #427513
מודה בטפל
Now it's official

ביסט זיכער? מקור?

שמחהלע קאפשטיק » מאנטאג אפריל 1, 2019 5:54 pm

· #427514
יעצט געקומען די ביטערע בשורה
ברוך דיין האמת
c/p
skulene account

מודה בטפל » מאנטאג אפריל 1, 2019 5:54 pm

· #427515
@SatmarHQ: Gulu Kuvoid M'Yisrueil! Admor M'Skulen Hrh"k Reb Yisruel Avrum Bhrh"k Reb Eliezer Zisya Zy"o was Niftar, 95 Years. HaTzadik Uvad L'Doiroi!

m.twit

כלבאשבוע » מאנטאג אפריל 1, 2019 6:06 pm

· #427518
שבת אחים
אייוועלט איז דאַון...

זיי האבן א טערעבל סערוווער, אפילו סתם סערטשן קען מען נישט נארמאל דארטן, יעצט אז סאיז דא העווי טרעפיק איז די גאנצע סייט דאון

שבת אחים » מאנטאג אפריל 1, 2019 6:13 pm

· #427519
ווען איז די לוי׳?

יין שרף » מאנטאג אפריל 1, 2019 6:17 pm

· #427521
שבת אחים
ווען איז די לוי׳?

11AM in BP

שבת אחים » מאנטאג אפריל 1, 2019 6:35 pm

· #427524
[ציטאט אראפגענומען]

אוי וויי! בי ענד עיטש, דזשי ענד דזשי, עס ענד דאבליו, פלאמס, אמנון׳ס פיצא, מאנסי טרעילס, בינגא, בארא פארק לומבער, אייכלערס, טרעביטש, קול מבשר, קינדליין, טוב טוב, ניישלאס, מעכלטעס טוי סטאר גייען אלע זיין פארמאכט???

די בלויע רעסטאראנט-לונטשאנעט אויף 16טע עווניא ביי די קארנער מיט די צוויי שטרענגע אלטיטשקעס, גייען אויך זיין פארשפארט???

טאמבל סאס » מאנטאג אפריל 1, 2019 6:40 pm

· #427525
.

טאמבל סאס » מאנטאג אפריל 1, 2019 6:44 pm

· #427526
.

טאמבל סאס » מאנטאג אפריל 1, 2019 6:50 pm

· #427527
.

טאמבל סאס » מאנטאג אפריל 1, 2019 6:58 pm

· #427529
.

כוכב » מאנטאג אפריל 1, 2019 7:02 pm

· #427530
טאמבל ביזט בכלל נישט קיוט מיט דיין מאסיווע אויבערחכמשאפט, און אביסל רעספעקט, דא איז נישט דער פלאץ פאר סאטירישע וויצן, עפן א באזונדערע אשכול.
אביסל מענטשליכקייט וואלט נישט געשאדט.

צפור בודד » מאנטאג אפריל 1, 2019 7:50 pm

· #427534
Re: בד''ה -- האדמו''ר מ'סקולען זצוק"ל - כ"ה אדר תשע"ט
איז דער נפטר געווען א תלמוד חכם? האט איינער א גוט ווארט נאכצוזאגן?

די מוסדות, די ניגונים, די מופתים, די קאמפיינען, דער מסירת נפש וועט מען דערציילן אן א שיעור.
וואלט געווען א גלייכער זאך אז איינער קען אפשר אונז דא מהנה זיין מיט עפעס מער ערנסט.

Sent from my SM-G950F using Tapatalk

התם ומתמם עם תמימים » מאנטאג אפריל 1, 2019 7:55 pm

· #427536
גלה כבוד מישראל
גדולה מיתת צדיקים כשריפת בית אלוקינו
כלל ישראל באוויינט מיט די ביטערע בשורה פין די אחד מהמיוחד מגדולי וצדיקי הדור
הרה"ק רבי ישראל אברהם פארטיגאל זצוק"ל מסקולען
וואס איז נפטר געווארן לחיי העולם הבא צו די צער פין די גאנצע אידישע וועלט

עס איז א שווערע קלאפ פאר יעדער איינער, וואס מען קען זיך קוים צוריק כאפן...

יה''ר שנשמע ונתבשר בשורות טובות

נהורא נפישא » מאנטאג אפריל 1, 2019 7:56 pm

· #427538
צפור בודד
איז דער נפטר געווען א תלמוד חכם? האט איינער א גוט ווארט נאכצוזאגן?

די מוסדות, די ניגונים, די מופתים, די קאמפיינען, דער מסירת נפש וועט מען דערציילן אן א שיעור.
וואלט געווען א גלייכער זאך אז איינער קען אפשר אונז דא מהנה זיין מיט עפעס מער ערנסט.

Sent from my SM-G950F using Tapatalk

קודם תלמיד חכם נישט תלמוד.
איך ווייס נישט צו ער איז געווען דער גרויסער חריף, אבער ער האט זיך מוסר נפש געווען פאר שמירת תורה ומצוות נאך בימי נעוריו, דאס איז זיכער אז ער איז געווען אן אפגעהיטענער איד, מורא געהאט פאר אן עבירה.
איך מיין אז אין יהדות זענען די זאכן זייער חשוב
ס'זאגט עפעס אינעם היינטיגן דור ? אז נישט איז נישט.

רויטע וואנצעס » מאנטאג אפריל 1, 2019 7:57 pm

· #427539
זיין א תלמיד חכם איז טוען פאר 'זיך', דאס האבן מיר גענוג, די זאכן וואס דו רעכענסט אויס איז טוען פאר 'יענעם', אסאך א גרעסערע קונץ.

יין שרף » מאנטאג אפריל 1, 2019 7:58 pm

· #427540
צפור בודד
איז דער נפטר געווען א תלמוד חכם? האט איינער א גוט ווארט נאכצוזאגן?

די מוסדות, די ניגונים, די מופתים, די קאמפיינען, דער מסירת נפש וועט מען דערציילן אן א שיעור.
וואלט געווען א גלייכער זאך אז איינער קען אפשר אונז דא מהנה זיין מיט עפעס מער ערנסט.

Sent from my SM-G950F using Tapatalk

יא! געהערט מפה קדשו א ווארט אויף אויף די פרשה, פרשת תזריע, אויפן פסוק וראה הכהן את הנגע בעור הבשר ושער בנגע הפך לבן ומראה הנגע עמק מעור בשרו נגע צרעת הוא וראהו הכהן וטמא אתו: די פסוק פאנגט אן וראה הכהן, און פארוואס סוף פסוק שטייט נאכאמאל וראהו הכהן וטמא אתו?

נאר פאר מען גייט פסל'ן א צווייטע איד, קוק אים נאכאמאל אן! אפשר איז דא א לימוד זכות? אפשר האט מען נישט גוט געזעהן די ערשטע מאל? זאל זיין נאכאמאל וראהו הכהן פאר וטמא אותו..

ביבער » מאנטאג אפריל 1, 2019 8:03 pm

· #427541
וויפיל רבי'ס האט ער איבערגעלאזט?

החוקר » מאנטאג אפריל 1, 2019 8:08 pm

· #427542
Re: בד''ה -- האדמו''ר מ'סקולען זצוק"ל - כ"ה אדר תשע"ט
[ציטאט אראפגענומען]
וויאזוי ארבייט דאס?????
וויאזוי האקט מען קעגן אידן וואס שרייבן אויף די אינטערנעט דורכ'ן שרייבן אויף די אינטערנעט???

#אתמהא

התם ומתמם עם תמימים » מאנטאג אפריל 1, 2019 8:43 pm

· #427545
החוקר
[ציטאט אראפגענומען]
וויאזוי ארבייט דאס?????
וויאזוי האקט מען קעגן אידן וואס שרייבן אויף די אינטערנעט דורכ'ן שרייבן אויף די אינטערנעט???

#אתמהא

לצורך פרנסה 🙄

חוקר ודורש » מאנטאג אפריל 1, 2019 10:04 pm

· #427551
Re: בד''ה -- האדמו''ר מ'סקולען זצוק"ל - כ"ה אדר תשע"ט
כי נח נפשיה דרבי פתח עליה ההוא ספדנא ארץ רומניה הרה וילדה, ארץ אמעריקא גידלה שעשועיה, אוי נא אמרה בארא פארק כי אבדה כלי חמדתה

א רבי וואס האט מאחד געווען די חסידישע וועלט
א רבי וואס האט געהאלפן אידן און געפוילט ישועות נפלאות, און געברענגט אויף כלל ישראל זכותים און השפעות טובות
א רבי וואס האט געשיינט פון קדושה און קיינמאל געהאט אן אלט׳ן פארקנייטש׳טען פנים (כדוגמת הרבי מסאטמאר)
א רבי וואס האט אריינגעברענגט און כלל ישראל שיינע ווארימע חסידישע ניגונים
א רבי וואס האט זיך געזארגט פארן רוחניות און עתיד פון כלל ישראל
לאו כל יומי מתרחיש כגון דא, ויש על מה לבכות

Sent from my iPhone using Tapatalk

ימים ידברו » מאנטאג אפריל 1, 2019 10:41 pm

· #427555
טייערע אידען איך שטיי און שטוין.... ווי איך זעה ווי אידען האבן גאט'ס.... און אזא ביטערע טאג... וואס גלה כבוד מישראל... שטייט מען און מ'מאכט ליצנות... היתכן? יעדער איז מודה אז די הייליגע סקולענע רבי זי"ע איז געווען א איד וואס האט מיומו הראשון עד יומו האחרון געטאאמעט כלל ישראל וקודשה ברוך הוא א איד וואס איזנישט אריין און קיין בעט מיום עמדו על דעתו... א איד וואס זיין געשעפט איז געווען זיך מייצר זיין בצערן של ישראל ושימח בשמחתן... א איד וואס איז געזיצען און א תפיסה פאר כבוד שמים כפשוטו.. א איד וואס איז געווען איין שטיק קדושה וטהרה מסירת נפש אוהן ואבהין של ישראל מיט זיין ריינע תמימות צידקות חסידות געטון כל מה שביכלתו והרבה יותר להרבות כבוד שמים... ווער זענען מיר צו נעמען אזא איד און אונזער פעדער? ווער זענען מיר צו פרעגען נעריש זינלאזע קשיות? ווען מתו מוטל לפניו סנאך פאר די קבירה און די ליצני הדור פרעגען נערישע קשיות וואס פאסט פאר גריען שבאומות.....
מדארף זיצען אויף די ערד און וויינען, אוי מה הי' לנו? מי יתרץ הוויית ומי יפרק שברים... וועליכע איד וועט דאגהנען פאר יודישע בחורים וואס גיין לתרבות הרע? ווער וועט מאכען פאון קאלס צו ראשי ישיבות זיך טענהן נעם אן די בחור אין ישיבה. שטאץ זאגען דעים ראש ישיבה וואס ביסטו א בעל גאוה סרוחה ס'פאסט דיר נישט נאר מיט דרך ארץ ובנועם שפתיו כעני בפתח האט די הייליגע סקולענע רבי זיך איינגעטענהט מיט ראצער'ס ראשי ישיבות און געווען די אדוואקאט פאר צעירי צאן קדשים נישט קענען זיצען מיט צוזאמגעלייגטע הענט וויסענדיג אז בחורים האבען נישט קיין מקום מנוחה וועגען גאווה און רשעות פון אפאר כבוד זיכערס און פוסעים על ראשי עם קודש..
איינמאל צווישען א קבלת פנים און חופה פון א אייגענע אייניקעל האט ער זיך איינגעטענהט טעלפאניש מיט א מנהל הישיבה און מאנסי ואס יענער האט זיך געווארפען מיט די בקשה פון די סקולענער רבי, און ווען דער איד האט זיך איבערגרעכינט וואס גייט דא פאר האט ער מחליט געווען צו מוריק רופען די סקולענער רבי הערט ער אז מהאלט גאר אונמיטען א חופה פון א אייניקעל דאס זענען געווען זיינע דאגה'ס נישט פאר קיין קיינעםנאר ווייל א בחורל דארף האבען א ישיבה....
ווער געדענק נישט ווען דער הייליגער סקולענער רבי האט זיך ארויסגשלעפט קיין אפסטעיט געבען כבוד מלאכים פאר איינער פון די דלי גאוה שבדור זיך בעטענדיג לטובותו ולטובת הדור ער מיט בני קהלתו זאלן זיך משתתף זיין ביים כינסו כלל ישראל און דער געוותן ושוטה האט צוריקגענפירט אז מהאט נישט איינגעלאדאנעט ליבאוויטש קען ער נישט קימען...... וואס האט דער סקלוענער רבי געטון שטאץ אים געבען א פארציע מוסר און זאגען שעמט אייך נישט.. ניין האט ער שנעל געמאכט א מיטינג מיט די חבד'סקע רבנים און זיי איינגעלאדענט, און דער שוויין הט זיך נאך אלט'ס ארויסגעדרייט מיט חוצפה.
און די סקולענער איז נישט געווען חס ושלום ברוגז און נישט געפירט חשבונות ער איז נישטא פאר זעך ער איז דא פאר איין זאך און איין איינצייגע זאך להרבות כבוד התורה וכבוד ישראל וכבוד מנהיגי ישראל כבוד השכינה הק'
הייליגע שכינה הק' ווער נאך ווי די ווייסט אז די שכינה הק' האט פארלוירען אזא הארץ פריינד, א מייצר בצערתן של ישראל ווער וועט נאך אאזוי טוען פאר אוקמי שכינתא מעפרא? ווער וועט נאך אזוי זארגען פאר אידישע קינדער וואס דארפען חיזוק און אלע ענינים? ווער וועט נאך מעורר זיין אידען וועגען טשופיקעס אדער טעלוויזשאן אדער די אנדערע כלים טמאים אדער צניעות בנשים מיט אזא ריינקייט אזא ערליכקייט לא כחל ולר שרק ויעלת חן
שכינה הק' ווער וועט נאך אויסגיסען זיין הייליג הארץ פאר חולי ישראל שרייבען גאנצטע נעכט קמייעס מיט בכיות און סיגופום?
בלייבט אונז נאר איבער צו זאגען לא תתנשי מינאן ווען די גייסט בגנזי מרומים העתירו בעדי והרחק לא תתרחיקי, געדענק די געברויך פון כלל ישראל און רוה נישט אן ביז מוועט הערען די פעמי גאולה שלימה במהרה ויבלע המוות לנצח אכיה"ר

שבת אחים » מאנטאג אפריל 1, 2019 11:28 pm

· #427558
דער סקלענער רבי איז טאקע געוועהן א ערליכע איד, א גרויסע צדיק. קיינער מאכט אים נישט אוועק דא. ער איז דאך געוווהן 95 יאהר אלט. און קיינער לעבט נישט אויף אייביג... אלזא דארף מען נישט זיצן אויף די ערד און וויינען. (די זעלבע זאך האב איך געזאגט ביי ר׳ מאטעלע)

נישט געוואוסט אז סקלענער רבי האט געשריבן קמיעות? וואו קען מען איינהאנדלן די קמיעות??? וויפל קאסט עס?

חוקר ודורש » מאנטאג אפריל 1, 2019 11:35 pm

· #427560
Re: בד''ה -- האדמו''ר מ'סקולען זצוק"ל - כ"ה אדר תשע"ט
שבת אחים
דער סקלענער רבי איז טאקע געוועהן א ערליכע איד, א גרויסע צדיק. קיינער מאכט אים נישט אוועק דא. ער איז דאך געוווהן 95 יאהר אלט. און קיינער לעבט נישט אויף אייביג... אלזא דארף מען נישט זיצן אויף די ערד און וויינען. (די זעלבע זאך האב איך געזאגט ביי ר׳ מאטעלע)

נישט געוואוסט אז סקלענער רבי האט געשריבן קמיעות? וואו קען מען איינהאנדלן די קמיעות??? וויפל קאסט עס?

אמת אז יעדע דארף אמאל גיין פון די וועלט, אבער עס קען זיין ביי די הונדרט, אדער גאר הונדרט און צוואנציג, בכלל אפי׳ די רבי איז שוין געווען א בן תשעים איז נאך אלס דא צער פון די עצם פטירה, דברים פשוטים

Sent from my iPhone using Tapatalk

שבת אחים » מאנטאג אפריל 1, 2019 11:37 pm

· #427561
חוקר ודורש

פיין. איך וואלט געזאגט:

ווער סקען זאל שרייבן א ביאגראפיע פון זיין לעבן, וויאזוי ער האט זיך איבער געגעבן פאר אנדערע אידן׳ס וועגן. די מעשיות פון רומעניע און פון די תפיסה, די ליסטע פון די הערליכע ניגונים וואס די רבי זצ״ל האט מחבר געוועהן. וכו׳ און נישט קיין זינלאזע וויינערייען אויף דער ערד...

חוקר ודורש » מאנטאג אפריל 1, 2019 11:42 pm

· #427562

יא יא איך האב אנגערירט די עיקר נקודות פונעם צדיק,
נישט קיין ״זינלאזע וויינערייען״ נאר ארויסגעברענגט די אבידה, און יעצט געב איך איבער דעם ברעטל פאר דיר שבת אחים

Sent from my iPhone using Tapatalk

שבת אחים » מאנטאג אפריל 1, 2019 11:47 pm

· #427563
איך? איך קען דאך נישט אזוי גוט די היסטאריע פון סקולען. איך קען נאר מיין היסטאריע מיט אים. און דאס איז נישט אזוי אינטערסאנט אויף די יעצטיגע מינוט.

שבת אחים » דינסטאג אפריל 2, 2019 12:10 am

· #427564
מ’גייט אפשפארן אלע גאסן פון 52 ביז 61. און פון 12 עווניא ביז 16טע עווניא? Wow! שטארק איבערגעטריבן דאכצעך...

טאמבל סאס » דינסטאג אפריל 2, 2019 2:02 am

· #427567
טאמבל סאס
.

ליהוי ידיעה. דאס האב איך נישט אויסגעליידיגט - דאס האט מען מיר געמעקט. וכן אויף די תגובות נאכדעם. פארוואס זאג איך אייך ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן.

קאך_לעפל » דינסטאג אפריל 2, 2019 7:03 am

· #427577
ימים ידברו
טייערע אידען איך שטיי און שטוין.... ווי איך זעה ווי אידען האבן גאט'ס.... און אזא ביטערע טאג... וואס גלה כבוד מישראל... שטייט מען און מ'מאכט ליצנות... היתכן? יעדער איז מודה אז די הייליגע סקולענע רבי זי"ע איז געווען א איד וואס האט מיומו הראשון עד יומו האחרון געטאאמעט כלל ישראל וקודשה ברוך הוא א איד וואס איזנישט אריין און קיין בעט מיום עמדו על דעתו... א איד וואס זיין געשעפט איז געווען זיך מייצר זיין בצערן של ישראל ושימח בשמחתן... א איד וואס איז געזיצען און א תפיסה פאר כבוד שמים כפשוטו.. א איד וואס איז געווען איין שטיק קדושה וטהרה מסירת נפש אוהן ואבהין של ישראל מיט זיין ריינע תמימות צידקות חסידות געטון כל מה שביכלתו והרבה יותר להרבות כבוד שמים... ווער זענען מיר צו נעמען אזא איד און אונזער פעדער? ווער זענען מיר צו פרעגען נעריש זינלאזע קשיות? ווען מתו מוטל לפניו סנאך פאר די קבירה און די ליצני הדור פרעגען נערישע קשיות וואס פאסט פאר גריען שבאומות.....
מדארף זיצען אויף די ערד און וויינען, אוי מה הי' לנו? מי יתרץ הוויית ומי יפרק שברים... וועליכע איד וועט דאגהנען פאר יודישע בחורים וואס גיין לתרבות הרע? ווער וועט מאכען פאון קאלס צו ראשי ישיבות זיך טענהן נעם אן די בחור אין ישיבה. שטאץ זאגען דעים ראש ישיבה וואס ביסטו א בעל גאוה סרוחה ס'פאסט דיר נישט נאר מיט דרך ארץ ובנועם שפתיו כעני בפתח האט די הייליגע סקולענע רבי זיך איינגעטענהט מיט ראצער'ס ראשי ישיבות און געווען די אדוואקאט פאר צעירי צאן קדשים נישט קענען זיצען מיט צוזאמגעלייגטע הענט וויסענדיג אז בחורים האבען נישט קיין מקום מנוחה וועגען גאווה און רשעות פון אפאר כבוד זיכערס און פוסעים על ראשי עם קודש..
איינמאל צווישען א קבלת פנים און חופה פון א אייגענע אייניקעל האט ער זיך איינגעטענהט טעלפאניש מיט א מנהל הישיבה און מאנסי ואס יענער האט זיך געווארפען מיט די בקשה פון די סקולענער רבי, און ווען דער איד האט זיך איבערגרעכינט וואס גייט דא פאר האט ער מחליט געווען צו מוריק רופען די סקולענער רבי הערט ער אז מהאלט גאר אונמיטען א חופה פון א אייניקעל דאס זענען געווען זיינע דאגה'ס נישט פאר קיין קיינעםנאר ווייל א בחורל דארף האבען א ישיבה....
ווער געדענק נישט ווען דער הייליגער סקולענער רבי האט זיך ארויסגשלעפט קיין אפסטעיט געבען כבוד מלאכים פאר איינער פון די דלי גאוה שבדור זיך בעטענדיג לטובותו ולטובת הדור ער מיט בני קהלתו זאלן זיך משתתף זיין ביים כינסו כלל ישראל און דער געוותן ושוטה האט צוריקגענפירט אז מהאט נישט איינגעלאדאנעט ליבאוויטש קען ער נישט קימען...... וואס האט דער סקלוענער רבי געטון שטאץ אים געבען א פארציע מוסר און זאגען שעמט אייך נישט.. ניין האט ער שנעל געמאכט א מיטינג מיט די חבד'סקע רבנים און זיי איינגעלאדענט, און דער שוויין הט זיך נאך אלט'ס ארויסגעדרייט מיט חוצפה.
און די סקולענער איז נישט געווען חס ושלום ברוגז און נישט געפירט חשבונות ער איז נישטא פאר זעך ער איז דא פאר איין זאך און איין איינצייגע זאך להרבות כבוד התורה וכבוד ישראל וכבוד מנהיגי ישראל כבוד השכינה הק'
הייליגע שכינה הק' ווער נאך ווי די ווייסט אז די שכינה הק' האט פארלוירען אזא הארץ פריינד, א מייצר בצערתן של ישראל ווער וועט נאך אאזוי טוען פאר אוקמי שכינתא מעפרא? ווער וועט נאך אזוי זארגען פאר אידישע קינדער וואס דארפען חיזוק און אלע ענינים? ווער וועט נאך מעורר זיין אידען וועגען טשופיקעס אדער טעלוויזשאן אדער די אנדערע כלים טמאים אדער צניעות בנשים מיט אזא ריינקייט אזא ערליכקייט לא כחל ולר שרק ויעלת חן
שכינה הק' ווער וועט נאך אויסגיסען זיין הייליג הארץ פאר חולי ישראל שרייבען גאנצטע נעכט קמייעס מיט בכיות און סיגופום?
בלייבט אונז נאר איבער צו זאגען לא תתנשי מינאן ווען די גייסט בגנזי מרומים העתירו בעדי והרחק לא תתרחיקי, געדענק די געברויך פון כלל ישראל און רוה נישט אן ביז מוועט הערען די פעמי גאולה שלימה במהרה ויבלע המוות לנצח אכיה"ר

א זעלטנהייט, דער פארהויטיגטער מוח, ימים, מאכט איין, אין סאמע מיטן מאכן...
בלאט: 1 2 3