יידלhttp://www.ehow.com/about_5498661_white-hair-come-stress.html
ehow איז א שוואכער קוואל ווען עס קומט צו די סארט פראגעס. אבער קוקנדיג זע איך טאקע אז עס זענען דא וואס זענען חושש אז ווייסע האר קען מעגליך זיין פארבינדן מיט סטרעס. אבער די שליסל ווארט איז דא געווען "קען מעגליך זיין". זיי זאגן אז עס איז נאכנישט קלאר, סאו איך בין טאקע חוזר פון דעם וואס איך האב עס אינגאנצן אוועקגעמאכט.
אבער די בעסטע מאכט מיר דערווייל סענס וואס ער ברענגט אין "סייענטיפיק אמעריקען":
In short, scientists are beginning to gather clues that stress can hasten the graying process, but there is no scientific evidence demonstrating a cause-and-effect relationship.
דאס הייסט אז אפשר זעט מען טאקע אז זיי קענען גיין צוזאמען, אבער עס איז נאכנישט דא קיין באווייזן אז איינס ברענגט די צווייטע (נאר עס קען למשל זיין אז ביידע זענען א רעזולטאט פון א דריטע זאך, וכדומה).
ווייטער ברענגט ער דארט אז: Cymet suspects that going gray is "genetically outlined, but stress and lifestyle give you variation of plus or minus five to 10 years."
און דאס קען טאקע זיין, ווייל למעשה קוק איך שוין לאנג נאך דעם פאקט אז ווען מ'זעט איינער הייבט אן ווייס ווערן זייער יונג, וועסטו זען אויך עטליכע פון זיינע ברודער די זעלבע זאך, און אויך האב איך שוין געזען מענטשן וואס האבן זיך אויפגעטון אז זיי זענען שוין כמעט זעכציג און האבן נישט קיין ווייסע הארל, האב איך געזען אז אויך זיינע ברידער האבן די זעלבע ברכה. און צו זאגן אז אויך "צרות לויפט אין משפחה" איז מיר זייער נישט מסתבר. סאו קען זיין אז די צרות קען העכסטנס אויך אביסל אויסמאכן און פארשנעלערן.
אגב איז אינטערעסאנט וואס ער ברענגט דארט נאכדעם אז בלאנדע מענטשן קענען אפט אויסקוקן ווי זיי ווערן שפעטער ווייס, דאס איז ווייל די ווייסע האר טוט זיך גרינגער באהאלטן צווישן די ליכטיגע האר און טוט זיך פשוט נישט אזוי גרינג דערקענען ווי ביי א שווארץ האריגן מענטש. אבער למעשה, זאגן זיי, טוען שווארצע האר געווענליך לענגער בלייבן מיט זייער קאליר.