☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » ונהפוך הוא א גאצע יאר

ונהפוך הוא א גאצע יאר

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13028

זאפטיג » מאנטאג אפריל 1, 2019 11:19 am

· #427433
ונהפוך הוא א גאצע יאר
איין טאג טוהן פלוצלונג מיינע געדאנקן שוועבן
שפרינגענדיג טיף אריין אין ציל פון לעבן
ווי דאס שפראך אידיש דאס קינד פון דייטש
האט ביי מיר באקומען יעדעס ווארט א נייע טייטש

א ''פארביטערטער'' רופט מען אן אויפגעקלערטער
א ביליגע פאשעקוויל איז פערל ווערטער
קרעדיט קארד געברויכער איז דער גביר פון שטעטעל
דער עולם הנגינה משפיע איז דער פאסיגע פארן ברעטל

אן אקאנט אין אמאזאן אלי ועוד איז ביי מיר פארצווייגטע געשפעטן
אלס מיטגליד אויף לינקדין ועוד טיה איך זיך מיט גרויסע קשרים באהעפטן
אויפן שכל פאריקט מיט גייסטישע לעכער
איז פאר מיר הייליג און עס איז עפעס העכער

אמונת צדיקים מיינט ליידן און שווייגן און זיך נישט שיצן
מצוות צדקה מיינט ארויסשלעפן געלט בכח (עקסטורשן) פאווער צי אויסנוצן
רשעות און שפיכות דמים ומידות רעות
ר' יהודה היה נותן בהם סימן ''קנאות''

גזירת הטכנוגלוגיה האט א שידוך געטוהן למזל טוב
מיט גיאות רציחה ושלל רב
אויסדריקליך איין משמעות האט ''והחזקת בו''
נכדי ר' אלימלך וצאנז כויוצ''ב

זאפטיג » מאנטאג אפריל 1, 2019 11:20 am

· #427434
סארי געשריבען שנעל און אויפגערעגט

וואלווי » מאנטאג אפריל 1, 2019 11:28 am

· #427436
זאפטיג
סארי געשריבען שנעל און אויפגערעגט


מיינסט צו זאגען פון טיפען הארץ...