☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » היסטאריע » בחירות אין אמעריקא

בחירות אין אמעריקא

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13025

ליטוואק פון בודאפעסט » מוצ"ש מערץ 30, 2019 9:44 pm

· #427320
בחירות אין אמעריקא
איינער פון א"י האט מיר געבעטען דאקומענטן און היסטארישע פאקטן וועגן בחירות אין אמעריקא.

א. האט סאטמאר אמאל אפיציעל געשטיצט א נישט פרומע איד פאר עפעס? בלומברג, שפיצער, קאטש? עס איז דא עפעס צעטליך צו בילדער (איך געדענק א בילד פון ניעדערמאן מיט שפיצער אין דער איד, טאמער איינער האט עס, וואלט יענער איהם געווען דאנקבאר).

ב. וואס האלט סאטמאר וועגן ווייבער גיין אין בחירות? שיקען זיי די ווייבער אהין?

ג. האט סאטמאר געשטיצט הילערי קלינטון?

ד. איז דא איינער אין אמעריקא וואס הייסט נישט גיין אין בחירות צוליעב התחברות לרשעים, די שבועה צו די געזעצען וכדו׳?

ייש"כ פון פאראויס פאר דער וואס קען העלפן.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

לולקע באנוצער » זונטאג מערץ 31, 2019 4:03 pm

· #427357
Re: בחירות אין אמעריקא
ב. וואס האלט סאטמאר וועגן ווייבער גיין אין בחירות? שיקען זיי די ווייבער אהין?


יא. ווען מ'דארף אריינוועלן א קאנדידאט וואס איז גוט פארן היימישן ציבור שיקט מען די ווייבער אויכעט.

ד. איז דא איינער אין אמעריקא וואס הייסט נישט גיין אין בחירות צוליעב התחברות לרשעים, די שבועה צו די געזעצען וכדו׳?


נישט וואס איך ווייס. הגם ס'וואלט געמאכט אסאך סענס פאר די נטורי קרתא/בני יואל האב איך קיינמאל נישט געהערט פון זיי אזא שיטה. דער סאטמארער רבי האט דאכצעכמער אויך געשיקט צו בחירות אין אמעריקע.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מערץ 31, 2019 4:06 pm

· #427358
Re: בחירות אין אמעריקא
ייש"כ.
האסט דאקומענטן? צעטליך? בריווען?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

לולקע באנוצער » זונטאג מערץ 31, 2019 4:13 pm

· #427360
Re: בחירות אין אמעריקא
נישט אויף די מינוט.

וואלווי » זונטאג מערץ 31, 2019 4:41 pm

· #427361
לולקע באנוצער
ב. וואס האלט סאטמאר וועגן ווייבער גיין אין בחירות? שיקען זיי די ווייבער אהין?


יא. ווען מ'דארף אריינוועלן א קאנדידאט וואס איז גוט פארן היימישן ציבור שיקט מען די ווייבער אויכעט.

ד. איז דא איינער אין אמעריקא וואס הייסט נישט גיין אין בחירות צוליעב התחברות לרשעים, די שבועה צו די געזעצען וכדו׳?


נישט וואס איך ווייס. הגם ס'וואלט געמאכט אסאך סענס פאר די נטורי קרתא/בני יואל האב איך קיינמאל נישט געהערט פון זיי אזא שיטה. דער סאטמארער רבי האט דאכצעכמער אויך געשיקט צו בחירות אין אמעריקע.


ס'דא עפעס א כרוז פון רבנים אקעגען קאנדידאטן וואס שטיצען "תועבה" געזעצען.

ווי אויך ביי בלומבערג איז געווען א גאנצע קאמפיין מיט א פערפארמענס אין וויליאמסבורג איין נאכט אדער א מוצ"ש עם צו שטיצען ביים די עלעקשטנס פון זיין צווייטען טערם, מ'האט זיך איינגערעדט דעמאלטס אז אזוי וועט ער מבטל זיין די מציצה בפה גזירה, און ער, פארשטייט זיך, האט שפעטער פארגעסען דערפון.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מערץ 31, 2019 4:47 pm

· #427362
Re: בחירות אין אמעריקא
יא, אבער דער קאמפיין האבען געפירט פאפא׳נער, ניין?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk