☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » רבי ר׳ מיילעך - הער שוין אויף האראססען!

רבי ר׳ מיילעך - הער שוין אויף האראססען!

14 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13022

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג מערץ 28, 2019 3:12 pm

· #427232
רבי ר׳ מיילעך - הער שוין אויף האראססען!
ברררינג בררררינג!

"האלו? יעס?"

"הערט דער וויי געשריי פון א משפחה פון יתומים אייניקלעט פון דער רבי ר׳ מיילעך, וואס היינט פאלט אויס זיין יארצייט. שיקט אריין אייער ברייטהארציגע נדבה דורך דרוקען איינס"

ברררינג ברררינג!

"האלו? יעס?"

"היינט אויף דעם יומא דהילולא קדישא פון דער צדיק הדורות דער רבי ר׳ מיילעך זכית.......

טראק!

ברררינג ברררינג!

"האלו? יעס?"

"ווען משיח וועט קומען וועט ער פרעגן צו מ׳האט געשטיצט די אייניקלעך פון דער רבי ר׳......"

טראק!

--------------------------

איינער קען מיר טרעפן אן עצה? זיי הערן נישט אויף צו קלינגען און דרייען א קאפ! ווייל א חדר הייסט נועם אלימלך, מיינט אז אויף די טאג מעגן זיי קלינגען און מוטשען? איך האב נישט מזונות׳ד נאכ׳ן דאווענען, דארף איך נישט געבן קיין דאללאר צו ענקער מוסד, וואס מצדי מעג זיך פארמאכען היינט, אויף די יומא דהילולא קדישא (וואדעווער דעט מיענס).
איך גיי עפעס געבן א דין וחשבון פאר משיח? ניין, ער איז נישט מיין גאט, נישט איהם דין איך. און א משיח וואס פאדערט שטיצען יענעמ׳ס אייניקלעך דארף איך בכלל נישט אז ער זאל קומען.

מיין ווייב פארשטייט נישט קיין ווארט אידיש. זי הערט נאר אגאנצע טאג אויפ׳ן טלפון נאך א קרעציגע מאנסי שטימע און דער רבירעבמיילעך, כאילו עס איז איין לאנגע ווארט. אונז האבען מיר וואס צו טון, און די אלע דרשות שטערן די ארבעט.

ביטע הערט׳ס אויף צו קלינגען, אז איך האב וואס צו געבן, האב איך וואו צו געבן אויך

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

יהודי פשוט » דאנערשטאג מערץ 28, 2019 3:22 pm

· #427235
Re: רבי ר׳ מיילעך - הער שוין אויף האראססען!
ליטוואק פון בודאפעסט

און א משיח וואס פאדערט שטיצען יענעמ׳ס אייניקלעך דארף איך בכלל נישט אז ער זאל קומען.


פארדעם קומט ער טאקע נישט

יהודי פשוט » דאנערשטאג מערץ 28, 2019 3:23 pm

· #427236
Re: רבי ר׳ מיילעך - הער שוין אויף האראססען!
וואס זאלן זיי טוהן אז ס'נישטא קיין עקסטרע ליסטעס פאר חסידים און ליטפאק'ס

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג מערץ 28, 2019 3:26 pm

· #427237
האט נישט דער שאפראנער שוין געזאגט אז אויב איז רבי ממ"ש משיח זאל ער בעסער נישט קומען?

וואלווי » דאנערשטאג מערץ 28, 2019 4:28 pm

· #427241
יהודי פשוט
וואס זאלן זיי טוהן אז ס'נישטא קיין עקסטרע ליסטעס פאר חסידים און ליטפאק'ס


קענסט אודאי די תירוץ פון חפץ חיים אויף די קשיא פארוואס ס'נישט דא צוויי מיילער, יינס פאר קודש און איינס פאר חול, ווייל דעמאלטס וואלט מען גערעדט מיט ביידע חול. Same here, ווען ס'דא צוויי ליסטעס וואלטן ביידע געווען צווי מאל אזוי annoying און אויסגערעכענט ווי אזוי פונקטליך נאך מער משוגע מאכן.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג מערץ 28, 2019 5:29 pm

· #427245
Re: רבי ר׳ מיילעך - הער שוין אויף האראססען!
וואלווי
יהודי פשוט
וואס זאלן זיי טוהן אז ס'נישטא קיין עקסטרע ליסטעס פאר חסידים און ליטפאק'ס


קענסט אודאי די תירוץ פון חפץ חיים אויף די קשיא פארוואס ס'נישט דא צוויי מיילער, יינס פאר קודש און איינס פאר חול, ווייל דעמאלטס וואלט מען גערעדט מיט ביידע חול. Same here, ווען ס'דא צוויי ליסטעס וואלטן ביידע געווען צווי מאל אזוי annoying און אויסגערעכענט ווי אזוי פונקטליך נאך מער משוגע מאכן.
דו מיינסט אוודאי ריש לקיש אין דער ירושלמי

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג מערץ 28, 2019 6:05 pm

· #427247
רבי שמעון.

וואלווי » דאנערשטאג מערץ 28, 2019 6:27 pm

· #427249
ליטוואק פון בודאפעסט
וואלווי
יהודי פשוט
וואס זאלן זיי טוהן אז ס'נישטא קיין עקסטרע ליסטעס פאר חסידים און ליטפאק'ס


קענסט אודאי די תירוץ פון חפץ חיים אויף די קשיא פארוואס ס'נישט דא צוויי מיילער, יינס פאר קודש און איינס פאר חול, ווייל דעמאלטס וואלט מען גערעדט מיט ביידע חול. Same here, ווען ס'דא צוויי ליסטעס וואלטן ביידע געווען צווי מאל אזוי annoying און אויסגערעכענט ווי אזוי פונקטליך נאך מער משוגע מאכן.
דו מיינסט אוודאי ריש לקיש אין דער ירושלמי

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


ריש לקיש, ר' שמעון, ביג דיעל.

אבער דער חפץ חיים! אהא!

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג מערץ 28, 2019 6:29 pm

· #427250
Re: רבי ר׳ מיילעך - הער שוין אויף האראססען!
ביסט גערעכט, עס איז רבי שמעון בר יוחאי. איך ווייס נישט פארוואס ביי מיר אין קאפ ליגט ריש לקיש. דער ירושלמי איז הל"ב אין די ערשטע פרק אין שבת

אדונינו » דאנערשטאג מערץ 28, 2019 7:06 pm

· #427252
ליטוואק פון בודאפעסט
ביסט גערעכט, עס איז רבי שמעון בר יוחאי. איך ווייס נישט פארוואס ביי מיר אין קאפ ליגט ריש לקיש. דער ירושלמי איז הל"ב אין די ערשטע פרק אין שבת

זיך פארמישט מיט ר׳ שמעון בן לקיש

יין שרף » דאנערשטאג מערץ 28, 2019 11:52 pm

· #427282
<a class="postlink" href="https://nypost.com/2019/03/26/ny-legislation-would-make-unwanted-robocalls-illegal/">https://nypost.com/2019/03/26/ny-legisl ... s-illegal/</a>

איסר האטלקי » פרייטאג מערץ 29, 2019 12:01 am

· #427283
מיין ווייב פרעגט מיר פריער נאכן אויפהייבן די טויזנסטע קאלל היינט אויב ס'איז דא א דריטע אדר, אדער ס'איז די לעצטע יארצייט היי יאר...

איסר האטלקי » פרייטאג מערץ 29, 2019 12:06 am

· #427284
ס'איז געווען אן עושר אין ב"פ וואס פלעגט טיילן ריזיגע סכומים פאר אייניקלעך פון ר' אלימלך. יעדן טאג זענען געקומען פרישע ארימע אייניקלעך און יעדער האט באקומען א טויזנטער פון אים.

איין טאג קלאפט אריין צו אים א איד, דער עושר פרעגט אים ווער ער איז, זאגט ער 'ר' אלימלך מליזענסק'... רופט אים דער עושר ארויף אין דיינונג רום, יענער איז געווען זיכער ער גייט באקומען א מאה אלף, ביזדערווייל לייגט אים דער עושר איבער און שמייסט אריין אין אים אחת למעלה ושבע למטה, דו הערסט אויף צו שיקן דיינע אייניקלעך צו מיר??.....

איך מיין אז איך פאר אריבער קיין ליזענסק נעקסטע יאר מיט א קוויטל כללי פון יהדות החרדית אז די קאללס זאלן זיך שוין אויפהערן.

משטיינסמער » דינסטאג אפריל 2, 2019 10:24 pm

· #427720
ליטוואק פון בודאפעסט
וואלווי
יהודי פשוט
וואס זאלן זיי טוהן אז ס'נישטא קיין עקסטרע ליסטעס פאר חסידים און ליטפאק'ס


קענסט אודאי די תירוץ פון חפץ חיים אויף די קשיא פארוואס ס'נישט דא צוויי מיילער, יינס פאר קודש און איינס פאר חול, ווייל דעמאלטס וואלט מען גערעדט מיט ביידע חול. Same here, ווען ס'דא צוויי ליסטעס וואלטן ביידע געווען צווי מאל אזוי annoying און אויסגערעכענט ווי אזוי פונקטליך נאך מער משוגע מאכן.

דו מיינסט אוודאי ריש לקיש אין דער ירושלמי.


ביי ר' מיכל ניקלשבורגער'ס מעשה האט זיינס א קרוב אנגערופן דעם שינאווער רב און זיך פארגעשטעלט אלס דעזשער רבי פון בארא פארק. בתוך הדברים זאגט דער "דעזשער" אז אין ח"ח שטייט דאך אז א מענטש קען האבן אמאל א נגיעה, איז אפשר שייך אז דער שינאווער האט עפעס א נגיעה אנטקעגן ר' מיכל'ן? האקט דער שינאווער אריין, "דער ח"ח?! ס'איז דאך איבעראל, גמרא, אפילו די תורה." ענטפערט אונזער דעזשער, "יא, יא, אבער דער חפץ חיים זאגט עס אויך."

וכך הוה.