קו התאריך במשנתו של האדמו"ר מסאטמאר ז"ל
87 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13013
Re: קו התאריך במשנתו של האדמו"ר מסאטמאר ז"ל
חתן בחוראיך פארשטיי נישט וויאזוי מ׳קען זאגן ס׳איז נישטא קיין קו התאריך! מילא ווי ס׳איז, קען מען זאגן אז ס׳קומט פון חכמי אומות העולם, אבער אז ס׳איז נישטא?! נו וויאזוי רוקט זיך די וועלט א טאג פאראויס?
די ראציאנאליסטען, וואס לאזען זיך נישט פאר גארנישט, זענען אלע מעמבערס פון די flat earth society וואס האט מעמבערס פון around the globe. זיי געבען זיך פיין אן עצה. פונקט ווי זייער ראציאנאליסטישע סיסטעם פון רעדן פון א חזו"א וואס זיי האבען נישט געזען אינעווייניג.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
חתן בחוראיך פארשטיי נישט וויאזוי מ׳קען זאגן ס׳איז נישטא קיין קו התאריך! מילא ווי ס׳איז, קען מען זאגן אז ס׳קומט פון חכמי אומות העולם, אבער אז ס׳איז נישטא?! נו וויאזוי רוקט זיך די וועלט א טאג פאראויס?
עיין בבא בתרא כה תניא רבי אליעזר אומר וגו'; ברייתא דרבי ישמעאל פרק ג; ירושלמי ברכות פ"א ה"א; ובברכת יוצר שחרית של שבת ובוקע חלוני רקיע וגו'.
רביה''ק זי''עחתן בחוראיך פארשטיי נישט וויאזוי מ׳קען זאגן ס׳איז נישטא קיין קו התאריך! מילא ווי ס׳איז, קען מען זאגן אז ס׳קומט פון חכמי אומות העולם, אבער אז ס׳איז נישטא?! נו וויאזוי רוקט זיך די וועלט א טאג פאראויס?
עיין בבא בתרא כה תניא רבי אליעזר אומר וגו'; ברייתא דרבי ישמעאל פרק ג; ירושלמי ברכות פ"א ה"א; ובברכת יוצר שחרית של שבת ובוקע חלוני רקיע וגו'.
יא יא, דאס איז איין זאך. אבער מאנכע וואס ווילן טענה׳ן אז די קו התאריך איז לאו דוקא, כאילו ס׳קען זיין א מחלוקת דערין, פארשטייען נישט אז ס׳איז נישט פארהאן קיין אנדערע מציאות. אחוץ זיי זענען טאקע פון די פלאכע ערד געמיינדע.
די גמרא איז געשריבן געווארן דורך מיטגלידער פון אט די פלאכע ערד געמיינדע...
Re: קו התאריך במשנתו של האדמו"ר מסאטמאר ז"ל
עס איז אזא אמונה שלימה ביי געוויסע סארט מענטשען אז די גמרא האט געהאלטען אז די וועלט איז פלאך. ווען דער בעל המאור איז מסביר די גמרא אנדערש, איז עס גאר א ראיה ווי ווייניג דער בעל המאור האט פארשטאנען. וכן הלאה. עס איז א לאנגע קייט פון גלויבונגען, אדער בעסער געזאגט ׳אויבער גלויבונגען׳.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
די גמרא זאגט קלאר אין אפאר פלעצער אז דער וועלט איז פלאך.
ר' ליטוואק אפשר זענט איר אונז מסביר וואס שיטת ר"ת איז מיט די צוויי שקיעות ?
לויט שיטת ר"ת דארף מען נישט קיין קו התאריך.
שיטה פין סאטמאר רב, פין הארפענעס.
📎 New Doc 2019-03-28 21.50.48_1.pdf
חתן בחוראיך פארשטיי נישט וויאזוי מ׳קען זאגן ס׳איז נישטא קיין קו התאריך! מילא ווי ס׳איז, קען מען זאגן אז ס׳קומט פון חכמי אומות העולם, אבער אז ס׳איז נישטא?! נו וויאזוי רוקט זיך די וועלט א טאג פאראויס?
וואס די האלסט טאקע אז עס יא דא?
יעדער מינוט שיינט די זון אביסל ווייטער ווי פריער, ווער זאגט דיר ווי עס האט זיך אנגעהויבן?
קו התאריך האבן גוים געמאכט א הסכם ווי עס זאל זיך אנהייבן, עס איז נישט א נברא.
ליטוואק פון בודאפעסטממש נאכ׳ן סקריפט.
היהפך כושי עורו אם נמר חברבורותיו.
איך האב מורא דו ביסט געפאלען פון די עק.......
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
איך ווייס נישט וועלכע סקריפט די רעדסט, אבער דער חזון איש איז נעבעך געוועהן א צוריק געשטאנען איד, וואס האבן נעבעך געמיינט אז ווייל דער בעל המאור האט געהאלטן אז מען וואוינט נאר אויף איין זייט וועלט, מוז עס זיין אמת.
פארדעם איז ער טאקע נישט געפארען קיין עראפלאנען, ווייל ער האט מורא געהאט פין דער עק.
אישתישבישיטה פין סאטמאר רב, פין הארפענעס.
דער סאטמאר רב רעדט נישט אויב ס'איז דא א קו התאריך, נאר וואו די קו התאריך לויפט פאקטיש אדורך.
ווען מיר הערן די ווערטער 'דיברה תורה כלשון בני אדם', קען מען מיינען עס איז א תירוץ צו א קשיא, און גאר א שוואכען. דאס איז ווייל מ'קוקט אן די גמרא און די תורה מיט אויגען וואס זוכען א געוויסע זאך, און ווען זאכען שטימען נישט דערמיט, מיינט מען אז עפעס א תירוץ דארף מען. דער אמת איז, אז דיברה תורה כלשון בני אדם איז נישט קיין תירוץ נאר וויאזוי מ'דארף לערנען תורה, און וואס די תורה וויל פון אונז.
ווען די תורה רעדט פון זריחת החמה, מיינט עס די חמה וואס דער מענטש זעט. ווי דו שטייסט, זעסטו א זון אין די הימל, און די חמה איז ארויף געקומען. עס איז דיר נישט נוגע בכלל וואס איז דארט געשען, וויאזוי עס איז געקומען, און וואס איז געווען מיט די זון איידער דו האסט עס געזען. די הלכה ווערט באשטימט לויט ווי די מענטש זעט, ווייל די גאנצע בריאה עגזיסטירט פאר א די מענטש. דעריבער איז די תורה געגעבען און געזאגט געווארען אין די שפראך פון א מענטש וואס ער זעט און שפירט.
ווען מיר דארפען מאכען חשבונות לויט זאכען וואס אונז קענען נישט זען, איז די תורה שפראך אביסל אינדערויסען פון איהר שטח, עס ווערט שוין מאדנע און אומפארשטענדליך, און אפילו פאר אמוראים, אזוי ווי שמואל דארט אין די גמרא אין ר"ה. די סוד העיבור לויט דער רמב"ם איז נאר א מאטעמאטישע חשבון. עס איז אביסל שווער פאר דומ'ער מענטשן, אבער עס איז נישט מער ווי א פאר קאלעדזש קרעדיטס פאר דער וואס האט א נארמאלן קאפ. נאר די סוד דערפון איז אז עס שטימט בכלל נישט מיט די אלגעמיינעם תורה בליק אויף די וועלט, ווייל מ'גייט ארויס פון די מענטשליכע ערפארונג און מ'קוקט אין די חלקים פון די הימל וואס מיר זען נישט.
ווען די תורה רעדט פון חלוני רקיע, איז עס לפי ראות עיני די מענטש, ווייל די חלונות זענען וואס איז אונז נוגע. די זון גייענדיג ארויף צו אראפ איז אויך געבויט אויף די סארט חשבונות, נאר איך געדענק זיי נישט אויפ'ן מינוט. די גאנצע זריחת החמה איז א 'ויזרח לו השמש', דער זון שיינט פאר די מענטש. די סייענטיפישע בליק איז אז די זון קומט און גייט לויט איהר חשבונות, און די מענטש איז נישט קיין חלק פון די חשבון. אבער די תורה'ס שפראך נעמט נאר די מענטש אריין אין די חשבון. ממילא האט די תורה זיך נאר וויסענדיג געמאכט פון די זון אויף די יבשת, און די זון הייבט זיך אן ביים 'קצה הארץ', וואס דאס מיינט די עק פון ווי מענטשן וועלען זען די זון. פון דארט פאלט מען נישט אראפ, נאר פון דארט שיינט נישט די זון, עכ"פ נישט פאר קיין מענטשן, ווייל דארט איז די ים, נישט די פלאץ ווי מענטשן וואוינען.
לגבי די הלכה פון קו התאריך, איז די היסטאריא געווען מער ווייניגער אזוי. די גוים האבען געמאכט א קו התאריך, אבער דאס איז געווען אן אן עמטליכע חשבון, סתם לויט זייער קאפריסען און לויט וואס איז זיי דעמאלס געווען באקוועם. ווען די שאלה איז געווארען אקטועל לגבי שבת, האבען מאנכע רבנים געשפירט אז ווען מ'טוט אנדערש ווי די גוים, וועלן פשוט'ער עמך אידען אויפהערן היטן שבת אין גאנצן. דער חזו"א האט זייער נישט געגליכענט די מהלך. מאך נישט דיין אייגענע חשבונות מיט די תורה, קוק אין תורה און טרעף דארט וואס שטייט, ער דארף נישט דיין הילף, ער קען אליינס. צוליעב דעם איז געווען אזא ריזיגע דגש אויף די ענין. דאס איז ענדליך צו די היינטיגע 'פסקים' אז ווייבער טארען נישט דרייווען א קאר, צו אז מ'טאר נישט האבען קיין סמארטפאון וכדו'. מ'זוכט א געוויסע ציל, ד.ה. אז די קו התאריך זאל ענדלען די קו התאריך פון די גוים, אדער אז מענטשן זאלען נישט האבען קיין במארטפאון, און צו דעם בויט מען א שטיקל תורה. דער חזון איש האט דאס זייער נישט געגליכענט.
דער וואס לערנט די סוגיא און זוכט נישט קיין התירים, וועט זען אז די פשטות איז ווי דער חזו"א ברענגט פון דער בעל המאור. די סברות וואס מ'לייגט צו, הגם אז א טייל זענען פון די גדולי הראשונים, זענען אבער מער דרוש'דיג אדער השקפה'דיג, נישט ווי די אלגעמיינע הלכה'דיגע שפראך. בשעת ווען דער חזו"א האט געזאגט זיינס האט מען אויך געוואוסט אז די וועלט איז רונדיג, און מ'האט נישט געטראכט פאר קיין איין מינוט אז דער בעל המאור האט אנדערש געהאלטען. מ'האט געוואוסט אז ער האט נישט געוואוסט פון יבשת אמריקא, אבער דאס איז נישט אריין געקומען אין די חשבון. קוקט'ס אינעווייניג אין דער חזון איש קונטרס י"ח שעות, וועסטו שוין אלסדינג פארשטיין.
איך האב הנאה צו זעהן ווי די תלמידי חכמים דא אין קאווע שטיבל קענען די ענין פונעם קו התאריך. משא"כ די הייליגער סאטמאר רב איז נעבעך געווען אזוי דום אז ער האט עס נישט געקענט אויפכאפן. אכשר דרא.
Re: קו התאריך במשנתו של האדמו"ר מסאטמאר ז"ל
yatzmachpאיך האב הנאה צו זעהן ווי די תלמידי חכמים דא אין קאווע שטיבל קענען די ענין פונעם קו התאריך. משא"כ די הייליגער סאטמאר רב איז נעבעך געווען אזוי דום אז ער האט עס נישט געקענט אויפכאפן. אכשר דרא.
עס האט נישט מיט כשרון, עס האא מיט mindset, ופשוט
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ליטוואק אויב די שקיעה פון עובי הרקיע פונעם ר"ת איז דברה תורה כלשון בני אדם, דאן וויאזוי ביסטו מסביר די מחלוקה פון חכמי ישראל און חכמי או"ה לגבי אויב די זון גייט למעלה מן הרקיע או למטה מן הקרקע, זיי קריגן זיך וואס איז די בעסטע וועג לדבר בלשון בני אדם ?
אויך די חולקים אויף ר"ת זאגן אז די שיטה פון ר"ת איז מיוסד אויף די שיטה פון חכמי ישראל אויף וואס רבי זאגט אז נראין דבריהם מדברינו, זעען מיר אז זיי קריגן זיך אין מציאות'ן ?
אישתישביחתן בחוראיך פארשטיי נישט וויאזוי מ׳קען זאגן ס׳איז נישטא קיין קו התאריך! מילא ווי ס׳איז, קען מען זאגן אז ס׳קומט פון חכמי אומות העולם, אבער אז ס׳איז נישטא?! נו וויאזוי רוקט זיך די וועלט א טאג פאראויס?
וואס די האלסט טאקע אז עס יא דא?
יעדער מינוט שיינט די זון אביסל ווייטער ווי פריער, ווער זאגט דיר ווי עס האט זיך אנגעהויבן?
קו התאריך האבן גוים געמאכט א הסכם ווי עס זאל זיך אנהייבן, עס איז נישט א נברא.
ווי ס׳הייבט זיך אן איז טאקע נישט מוכרח, אבער ס׳איז איינמאל זיכער אז ערגעץ מוז זיין א ליניע וואס דארטן טוישט זיך דעם טאג.
וואס עפעס?
פין ווי נעמט איר דאס אז עס מוז זיין א ליניע?
Re: קו התאריך במשנתו של האדמו"ר מסאטמאר ז"ל
אישתישביוואס עפעס?
פין ווי נעמט איר דאס אז עס מוז זיין א ליניע?
ווי טוישט זיך דעם טאג?
ס'נישט דא אזא זאך ווי א טאג, It's a social construct...
רביה''ק זי''עס'נישט דא אזא זאך ווי א טאג, It's a social construct...
וואס מיינט די ווערטער "זמן איז א בריאה?"
Re: קו התאריך במשנתו של האדמו"ר מסאטמאר ז"ל
רביה''ק זי''עס'נישט דא אזא זאך ווי א טאג, It's a social construct...
ס׳איז נישט דא אזא זאך ווי א זאך, it's a social construct
ווען מ׳פארשטייט אז דער זון שיינט נישט אין די וועלט אריין, עס שיינט אויף דער ערד, פארשטייט מען אסאך זאכען, ובתוכם אז דער זון קומט און גייט לויט א חשבון פון א טאג
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
און דו ביזט גאר דער וואס איז אויפגערעגט אויף א. מיללער...
Re: קו התאריך במשנתו של האדמו"ר מסאטמאר ז"ל
רביה''ק זי''עס'נישט דא אזא זאך ווי א טאג, It's a social construct...
נישט קיין חילוק וואס די רופסט עס. ווי טוישט זיך עס פון זונטאג אויף מאנטיג?
טאמער די זון מאכט ס׳זאל ווערן מאנטיג, ווען הערט עס אויף צו מאכן מאנטיג און הייבט אן מאכן דינסטאג?
די גאנצע זאך פון זונטאג מאנטאג איז א social construct.
Re: קו התאריך במשנתו של האדמו"ר מסאטמאר ז"ל
א. ער פארדינט נאכאלס א הרב, על אף אז איך בין נישט קיין חסיד פון זיין מהלך, האט ער געלערנט פלייסיג, מחזק געווען אידען, און זיך אוועק געבן פאר זיין גלויבונגן.
ב. האסט נישט פארשטאנען מיין פאוינט. כמעט אלע קשיא׳ס וואס איך האב געזען אויף די שיטה פון דער בעל המאור און אויף די צוגעלייגטע חידוש פון חזון איש זענען פארענטפערט מיט מיין . די זון׳ס מהלך אין די הימל איז אונז נישט די נושא. נישט דאס מאכט טאג און נאכט, יאר און שמיטה. אלע קשיא׳ס פון הרב יצחקי וואס איינער האט פריער מציין געווען פאלען אוועק ווען מ׳פארשטייט די נקודה.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
די זאגסט גארנישט מער ווי דער חזון איש אליין.
איך זעה נישט וואס די לייגסט צו.
דער חזון איש האלט אז וויבאלד אונז האבן ראשונים וואס לערנען פשט אין א גמרא און לדעתם איז עס זעקס שעה, זענען די ראשונים קובע די הלכה. ער זאגט עס אליין טאקע אין יח שעות.
דער אנדערע וואס לערנען צוועלעף שעה זענען זיך תולה אז עס איז דא חולקים, און דער חזון איש איז שטארק ביזי אויפווייזן אז דער עיקר איז ווי דער בעל המאור וכו'.
איך זעה נישט ווי דער חזון איש זאל זיך מטפל זיין מיט דער פרט אז דער גאנצע בעל המאור מיט דער כוזרי הייבט נישט אהן צו שטימען און מאכען סענס לויט ווי מען ווייסט היינט. און דאס איז לכאורה, ווייל דער חזון איש קערט נישט דערויף, ער האלט היות דער בעל המאור זאגט אזוי פשט אין א גמרא, ווערט אזוי די הלכה צו דער מציאות וואס מען ווייסט היינט שוין אדער נישט.
עס איז דא כמה זאכן וואס דער חזון איש זאגט דארט, וואס איז זייער שווער צו פארשטיין, ווייל ער איז ערגעץ צווישען דער היינטיגער מציאות, מיט דער גמרא מציאות און דער בעל המאור מציאות, און ווען ער זאגט מציאות'ער איז שווער צו כאפן ווי ער האלט. אז איך וועל האבן צייט וועל איך געבן דוגמאות.
אבער עס קען יעדער זעהן אז ווי קלאר דער חזון איש איז אין יענער סוגיא איז דער מציאות אין זיין קונטרס א גרויסע בלבול.
איך האב כמה פעמים פראבירט צו מאכן סענס פין אים און נישט געקענט.
איך שיהיה, האב איך פריער געברענגט אז דער סאטמארער רב האט געהאלטען ווי דער חזון איש אין דער נושא, דאס וואס די ברענגסט אין פתיחה פין דער אשכול אז סאטמארער רב האט געהאלטן אז עס איז נישטא דא א קו התאריך בכלל איז שלא בדיוק.
חתן בחוררביה''ק זי''עס'נישט דא אזא זאך ווי א טאג, It's a social construct...
נישט קיין חילוק וואס די רופסט עס. ווי טוישט זיך עס פון זונטאג אויף מאנטיג?
טאמער די זון מאכט ס׳זאל ווערן מאנטיג, ווען הערט עס אויף צו מאכן מאנטיג און הייבט אן מאכן דינסטאג?
ווען? ווען דו זון שיינט אויף מארגן אינדערפרי וועט זיין מאנטאג. און יעדעס פלאץ אויף די וועלט, ווען דו זון שיינט אויף איז די נעקסטע טאג. און דער זון האט דיר אמאהל געזאגט אז די מוזט האבן א מאנטאג צו א דינסטאג? ער קערט נישט בכלל.
Re: קו התאריך במשנתו של האדמו
אישתישביחתן בחוררביה''ק זי''עס'נישט דא אזא זאך ווי א טאג, It's a social construct...
נישט קיין חילוק וואס די רופסט עס. ווי טוישט זיך עס פון זונטאג אויף מאנטיג?
טאמער די זון מאכט ס׳זאל ווערן מאנטיג, ווען הערט עס אויף צו מאכן מאנטיג און הייבט אן מאכן דינסטאג?
ווען? ווען דו זון שיינט אויף מארגן אינדערפרי וועט זיין מאנטאג. און יעדעס פלאץ אויף די וועלט, ווען דו זון שיינט אויף איז די נעקסטע טאג. און דער זון האט דיר אמאהל געזאגט אז די מוזט האבן א מאנטאג צו א דינסטאג? ער קערט נישט בכלל.
יעצט לייג צו קאפ א מינוט און טראכט אריין. די וועלט איז רינדלעכדיג, און די זון גייט ארום און ארום און הערט קיינמאל נישט אויף צו פארן ארום. יעצט ווי שיינט אויף די זון דעם נעקסטן טאג? ווען און ווי ווערט דאס דעם
נעקסטן טאג? כאפסטו?
מ׳מוז אנכאפן א ליניע און זאגן אז דא הייבט זיך אן דעם קומענדיגן טאג, אז נישט בלייבט אלעמאל מאנטאג.
פון דיין קוק-ווינקל קומט טאקע יעדן טאג א פרישען זון, אבער די זעלבע זון גייט ווייטער, און ווען די לויפסט נאך דעם מאנטאג׳דיגן זון דורך אלע לענדער און פארשידענע צייט-זאנעס ווי טוישט זיך עס צום נעקסטן טאג?
מצד די מהלך פון די זון קען טאקע בלייבן מאנטאג לעולם ועד, די זעלבע זון דרייט זיך ארום און ארום, דאס צוטיילן די טעג און זיי געבן נעמען איז א social construct.
חתן בחור
וואס איז דיין פאנטש ליין, ממילא איז וואס?
די טענה'סט אז היות די ווייסט אז די זון גייט ארום די וועלט און כסדר בלייבט ערגעץ לעכטיג, ממילא,........... דא בלייב איך שטעקען. ממילא ווילסטו איך זאל הייבען הענט און זאגן, אקעי עס איז מוכרח אז עס איז דא א קו התאריך!!
די זעהסט נישט אז עס האט נישט איינס מיט די אנדערע?
און בכלל איז געוועהן טיים זאנעס נאך פאר מען האט געוויסט צו זאגען אז דער זון גייט ארום דער וועלט, מען האט נישט געוויסט אז עס איז דא אן אנדערע זייט וועלט, אבער מען האט געוויסט אז דער וועלט איז אייראפע און אזיע, און ארץ ישראל איז געוועהן באמצע הישוב, און דאס האט גורם געוועהן ראשונים אנצונעמען אז אלץ ציט נאך ארץ ישראל. (קען זיין אז גוים האבן אויך אזוי געהאלטען דעמאלט).
אבער מען דער אין קאפ, צו זאגען אז עס איז דא א קו וואס גייט פין דרום צו צפון, וואס דאס מאכט עס זאך זיין דער נעקסטער טאג, ווייל דער ערשטער מיטוואך איז דארט געוועהן א טאג פריער (אידישער הלכה לויט אסאך) צו ווייל מען מוז מאכען א אפמאך אז ערגעץ איז דא א קו ווייל אויב נישט ווען מען נישט קענען קאמיוניקירן געהעריג (גוישע קוקווינקל), איז נישט קיין מציאות.
פונקט אזוי ווי דער גויאישער יאר פארשטייסטו קען זיך פונקט אזוי אנהייבן יולי דער ערשטער, און דאס וואס זיי הייבען אהן יאנואר איז א אפמאך פין צוויי טויזענט יאר צוריק צו ווען, איז דער ערשטער טאג פין דער וואך אויך אזוי.
Re: קו התאריך במשנתו של האדמו"ר מסאטמאר ז"ל
דער מציאות פון א זונטאג און מאנטאג איז אדער א social construct אדער א הלכה אין תורה מפי בורא העולם. דער צורך פאר א קו התאריך איז א מענטשליכע, מענטשן צווישען זיך מוזען קענען אפטיילען צווישען די טעג און די ערטער אין וועלט כדי אנצוגיין. פונקט ווי די מציאות פון א שפראך איז מעגליך א social construct אבער מוזען מוז עס זיין.
ועי׳ חזו"א בענין פירא וטבעא וקרן כעין שגזל
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ליטוואק פון בודאפעסט
....
ועי׳ חזו"א בענין פירא וטבעא וקרן כעין שגזל
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
וואס מיינט דאס?
In lay terms
וואלוויליטוואק פון בודאפעסט
....
ועי׳ חזו"א בענין פירא וטבעא וקרן כעין שגזל
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
וואס מיינט דאס?
In lay terms
עס מיינט אז עס איז געשיקט געווארן פון א מאשין פון די LG פירמא ניצענדיג דער TAPTALK פראגראם
Re: קו התאריך במשנתו של האדמו"ר מסאטמאר ז"ל
עי׳ חזון איש יו"ד סי׳ ע"ב אות ב׳.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
אישתישביחתן בחור
וואס איז דיין פאנטש ליין, ממילא איז וואס?
די טענה'סט אז היות די ווייסט אז די זון גייט ארום די וועלט און כסדר בלייבט ערגעץ לעכטיג, ממילא,........... דא בלייב איך שטעקען. ממילא ווילסטו איך זאל הייבען הענט און זאגן, אקעי עס איז מוכרח אז עס איז דא א קו התאריך!!
די זעהסט נישט אז עס האט נישט איינס מיט די אנדערע?
לאמיר אננעמען א משל אז איך בין אין קאליפארניע, ס׳איז יעצט מאנטאג, 6:00 אינדערפרי, די זון שיינט יעצט אויף. אין אלעסקע איז נאך יעצט מאנטאג 5:00 אינדערפרי, די זון שיינט הערשט אויף א שעה ארום. אין רוסלאנד איז מאנטאג 4:00 פארטאגס, אויסטראליע איז מאנטאג 3:00 פארטאגס, כינע מאנטאג 2:00 פארטאגס, טיילאנד מאנטאג 1:00 פארטאגס, קאזאקסטאן מאנטאג 12:00 פארטאגס, איראן זונטאג 11:00 ביינאכט, עגיפטן זונטאג 10:00 ביינאכט, ענגלאנד זונטאג 9:00 ביינאכט, וכו׳ וכו׳. גרינלאנד איז זונטאג 12:00 מיטאג, נאכדעם קומט מען צו ניו יארק וואס קומט אויס זונטאג 9:00 אינדערפרי, שיקאגא זונטאג 8:00 אינדערפרי, אריזאנע זונטאג 7:00 אינדערפרי, אבער אין קאליפארניע - ווי פריער דערמאנט - ווייזט מען אז ס׳איז יעצט
מאנטאג 6:00 אינדערפרי! א גאנצן טאג א חילוק!
מילא ס׳איז לא ימלט אז די זייגער מוז איבער שפרינגן א טאג ערגעץ, די שאלה איז נאר ווי.
איך שטעל זיך פאר אז ווען איר שרייבט אז לא ימלט אז די זייגער זאל איבער שפרינגען מיינט איר צו זאגען דער טאג.
טאמער מיינט איר צו זאגען מיט דער לא ימלט אז עס איז לא ימלט פאר אונז זיך אנצושמועסען אז דער טאג גייט ערגעץ זיך טוישען, ביסטו גערעכט, טאמער מיינט איר עפעס אנדערש זאג עס ארויס.
Re: קו התאריך במשנתו של האדמו"ר מסאטמאר ז"ל
יא יא טאקע דאס מיין איך, די זייגער מוז אריבערשפרינגען דעם טאג.
Sent from my iPhone using Tapatalk