☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » משלוח מנות

משלוח מנות

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13006

מיינונגזאגער » זונטאג מערץ 17, 2019 4:37 pm

· #426655
משלוח מנות
איז די מעשה אזוי. דעם שבת באקום איך דעליווערט א באקס שטייט געשריבען צו דעם גרויסען רעבין הרב מדאבשינא שליטא (פארשטייט זיך אויף ענגליש). איך עפען אויף דעם פעקעל ליגט דארט נישט מער אין נישט ווייניגער א שיינעם שאכטעל מיט טשאקאלאט מינים ממינים שונים שיין עלעגענט געפאקט. אין לעבען דעם איז דא א ענוועלאפ מיט א סטעמפ ארויף געלייגט אין א קארטעל ווי מען קען אריין שרייבען א קארטעל נומבער אין עס הייבט זיך אן פון 360 ביז 1800.
יא א חבר פון אונזער גרופ האט דאס געשיקט פאר א וויכטיגע צדקה צוועק.
איז די שאלות אזוי.
1) איך בין אויף א דייעט איך איך עס נישט קיין טשאקאלאט.
2) די טשאקאלאט האט נישט קיין הכשר וואס איך ניץ. ( סאכדעס הנערנים).
3) מיינע קינדער האבען דאס אויף געגעסען דארפן זיי באצאלען.
4) איך קען האבען די פעקעל טשאקלעט פאר 12.95.
5) ער האט דאס זעכער געשיקט פאר נאך 100 מענטשען.
6) מיט די פאסט אפיס האט עים זעכער געקאסט יעדע פעקעל א מינימום פון 36 דאללאר.
7) פאר מיין גא פאנד מי האט ער נישט געגעבען קיין פעני.
8) ער האט נאך קיינמאל בטעות נישט אריין געפאלען א תפלה אדער א טיש אפילו בטעות.
איז מיין פראגע וואס האלט איר וויפיל דארף איך עים געבען?
והשנית אויב איך געב עים נישט קיין פעני דארף איך באצאלען די טשאקלעט אדער נישט?
ביטע מיר זאגען את הדרך ילכו בה ואת המעשה אשר יעשון.
מיט דאנק

Sent from my SM-N960U using Tapatalk

מיינונגזאגער » זונטאג מערץ 17, 2019 5:09 pm

· #426660
[ציטאט אראפגענומען]

באקומט פונעם שרייברע זעלבסט וואס האט נישט דא קיין תגובה. אצונדער וואס איז דער שאלה ?

מיינונגזאגער » זונטאג מערץ 17, 2019 5:18 pm

· #426663
[ציטאט אראפגענומען]

די חומר איז פון מיינע שוואכע זאכן, ווארט נאר מיט געדולד

מיינונגזאגער » זונטאג מערץ 17, 2019 5:19 pm

· #426664
[ציטאט אראפגענומען]

נע עטץ האטס באקומען עפעס אסאך בעסער

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מערץ 17, 2019 5:24 pm

· #426667
האסט גענומען א פעקל וואס באלאנגט צו א צווייטן און אויפגעגעסן? איך מיין אויף דעם שטייט אין פסוק (אפשר יענער וואכעדיגע פרשה) והשיב את הגזילה וכו'.

אויב עס איז געווען א טעות, דארף מען לכאורה צאלען דמי בשר בזול.

מיינונגזאגער » זונטאג מערץ 17, 2019 5:56 pm

· #426669
יו איז דאס א ליטוואק

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מערץ 17, 2019 5:57 pm

· #426670
yoy, are you right!

רביה''ק זי''ע » זונטאג מערץ 17, 2019 7:23 pm

· #426676
מיינונגזאגער
ליטוואק פון בודאפעסט
אויב עס איז געווען א טעות, דארף מען לכאורה צאלען דמי בשר בזול.

יו איז דאס א ליטוואק


לאו דוקא, די איראקער זענען אויך געגאנגען אויף דעם מהלך...

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מערץ 17, 2019 7:25 pm

· #426677
מיינסט אוודאי די בבליים וואס האבן פארפאסט א חיבור מיט'ן נאמען 'תלמוד בבלי'.

מיינונגזאגער » זונטאג מערץ 17, 2019 7:30 pm

· #426678
רביה''ק זי''ע
מיינונגזאגער
יו איז דאס א ליטוואק

לאו דוקא, די איראקער זענען אויך געגאנגען אויף דעם מהלך...

די ליטאים נעמען דאס דאך פון ערגעץ [emoji23]