שרעקליכע שיסעריי פארגעקומען אין א מאסק אין ניו זילאנד
עס איז פארגעקומען עפעס גאר א שרעקליכע שיסעריי אין א מאסק אין ניו זילאנד דורך א ווייסע מיט גאר אסאך געהארגטע ליידער....
פליז ווער עס ווייסט מער זאל אריין קומען מיט פונקטליכע פרטים
ייש''כ
<a class="postlink" href="https://www.nytimes.com/2019/03/15/world/asia/new-zealand-shooting-updates-christchurch.html">https://www.nytimes.com/2019/03/15/worl ... hurch.html</a>
[ציטאט אראפגענומען]
ער האט אויך ליב געהאט טראמפ'ס ווייב און פארעווע טשאלנט
Re: שרעקליכע שיסעריי פארגעקומען אין א מאסק אין ניו זילאנד
פאר עפעס אסבה בעטן די פאליציי באאמטע אז מ׳זאל נישט פארשפרייטן די ווידיאו און מאניפעסטא פון דער שיסער אויף סאציאלע מידיא. ממילא האב איך געזען זיך צו באזארגען מיט קאפיעס, אז זיי זאלען עס נישט קענען באהאלטען.
ליינענדיג זיין מאניפעסטא זעט מען אז ער איז א צודרייטע ווייסע סופרעמאסיסט קאנספיראציע טעאריסט, וואס האט א גאנצע פארדרייטע מיינטנג וויאזוי דער וועלט דארף אויסקוקען. ער באלאנגט אויף wbai אויף 99.5. די ווידיאו איז באמת גועל נפש, ווי מ׳זעט קאלטבלוטיגע מערדעריי אויף אן אמת. ער הערט א וויקטים שרייען, שיסט ער נאך איינס זיכער צו מאכען אז זי איז טויט.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
די ליבעראלן ברויזן שרעקליך אויפן פרעזידענט פארן נישט פארדאמען ווייסע-סופּרעמאַסיזעם, זיי זענען ביי די מיינונג אז ווייסע-סופּרעמאַסיזעם איז א געפארפולע ראדיקאלע האס-באוועגונג וואס שטעלט אין געפאר א מערקווערדיגער טייל פון די אמעריקאנער באפעלקערונג. פאר סיי וועלכע אורזאך ס'זאל נאר נישט זיין איז דער פרעזידענט נישט אזוי איבערגעצייגט אז ווייסע סופּרעמאַסיזעם איז א העסליכע באוועגונג. ער האלט אז אין די באוועגונג זענען אויך פארהאן גוטע מענטשן. דאס איז צום באדויערן א שטארקע שאנדע. אפגעזען אז די אויטריטעטן זענען אצינד ביי די מיינונג אז דער פארשאלטענער מאסן מערדער ברענטאָן האַריסאָן טאַראַנט האט געארבייט אויף די אייגענע האנט.
פרעזידענט טראמפ אלס דער פירער פון א לאנד פון אזוי פול מינאָריטעטן און ראסן, וואלט ווען נאך אזא גראנדיעזע טראגעדיע געדארפט ארויסקומען מיט א שטארקע פארדאמונג קעגן ווייסע סופּרעמאַסיזעם, א באוועגונג וועלכע איז שעדליך און געפארפול ביז גאר. ס'איז ווייטאגליך אז דער פרעזידענט זעט דאס נישט אזוי.
לויט א באריכט וואס פעייסבאק געט ארויס איז משמע א שרעקליכע עניין
אז איבער 200 מענטשן האבן מיטגעהאלטן live די שיסעריי.
און קיינער האט נישט רעפארט אז עפעס איז נישט אזוי פויגלדיג...
איינער מיט א לינק צום פולן ווידעא פון שיסעריי? ס'איז נאך בכלל בנמצא דעם גאנצן קליפ?
קענסט עס זען אויף אידישע נייעס