☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » ביזנעס וועלט » א פאטענט פאר'ן שפיצל

א פאטענט פאר'ן שפיצל

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13001

לאשיצער » דאנערשטאג מערץ 14, 2019 12:25 pm

· #426444
א פאטענט פאר'ן שפיצל
איינער קען מיר מסביר זיין די פרשה וויאזוי א היימישע פרוי האט געשאפן און רעגיסטרירט א פאטענט פאר'ן שפיצל?
https://patents.google.com/patent/USD349184S/en

וואלווי » דאנערשטאג מערץ 14, 2019 1:31 pm

· #426451
ס'איז אזא גרויסע פלא די גאנצע שפיצל עד כדי כך אז זי איז אויף געקומען מיט א מאסיווע חידוש...


אבער all jokes aside, ס'זעט אויס אז זי האט מחדש געווען עפעס מציאות'דיג אין די פיזישע שפיצל, otherwise, שטימט נישט א פאטענט אויף א געדאנק וואס א יעדער טוט ביי זיך און פארזיך אינדערהיים. למשל, אויף אנטוהן א הויזן די רעכטע פיס פאר די לינקע איז נישט שייך קיין פאטענט. דאס מיינט ornamental design א חפץ וואס געט צו צום צורה פון אן אנדערע זאך אלס שיינקייט.

אפשר מיינט איר צו באמערקען די געדאנק פון א חסידישע פרוי זאל ארויסנעמען א פאטענט בכלל?
פארוואס נישט? אויב ס'איז אן פראדאקט וואס זי קען פארקויפען פארוואס זאל זי דאס נישט רעג'יסטורן.

בעצם בין איך נישט גענוג באקאנט אויף צי וויסען אויב דער דעזיין איז נישט סתם עפעס אן אלטער געדאנק

כפתור » פרייטאג מערץ 15, 2019 12:26 am

· #426561
אז מ'רעדט שוין, איינער ווייסט די היסטאריע פונעם שפיצל?
ווען/ווער האט עס אנגעהויבן?

חתן בחור » פרייטאג מערץ 15, 2019 1:24 am

· #426569
כפתור
אז מ'רעדט שוין, איינער ווייסט די היסטאריע פונעם שפיצל?
ווען/ווער האט עס אנגעהויבן?

זכר למקדש כ״שטערן טיכל״.

קענענדיג א פרויענצימער וואס טראגט דאס נאך היינט, שפיר איך ווי אן עקספערט ממילא געב איך מיין סברא.

לולקע באנוצער » זונטאג מערץ 17, 2019 1:48 pm

· #426647
Re: א פאטענט פאר'ן שפיצל
איך מיין איך וואלט פארגעשלאגן פאר @אנאנים צו מאכן א היסטארישע אפהאנדלונג איבער דעם אין קומענדיגן וועקער. מ'קען דורכגיין נישט נאר שפיצל, נאר בכלל אלע פרויענישע דעקענישן.

מיינונגזאגער » מאנטאג מערץ 18, 2019 11:16 am

· #426735
לאשיצער
איינער קען מיר מסביר זיין די פרשה וויאזוי א היימישע פרוי האט געשאפן און רעגיסטרירט א פאטענט פאר'ן שפיצל?
https://patents.google.com/patent/USD349184S/en

וואלט מיר אין ווילדסטן געדאנק נישט איינגעפאלן אז דא האט א פעטענט.