סקולענע רבי ליידער קראנק ווערן די מוסדות חסד לאברהם
איינער זאגט מיר די וואך אז אין "דער איד" איז דא אן אינטערוויו מיט איינע פון די קינדער, אין ער זאגט אז איין סיבה וואס ער קען אפשר טראכטן פארוואס די רבי איז קראנק, איז אפשר ווייל צוויי חדשים וואס מען האט נאכנישט באצאלט די איינגעשטעלטע אין די מוסדות חסד לאברהם, נישטא ווער ס'זאל וויינען... א מין פרעכע נידעריגקייט, קען איינער ביטע ארויפלייגן א בילד פון די איד צי זען וואס פונקטליך ער האט געזאגט דארט
$12,000 פאר א זכות פון א פרק אין סקולענער ספר תורה..
📎 20190303_221642.jpg
הידברות אילת השחר און נאך צענדליגע מחזיר בתשובה ארגס בליען הערליך אין ארה"ק, (אחוץ מוסדות עולי צרפת מגרב אירן טהרן וכו' וואס איז פוליטיש געטריבן) נאר חסד לאברהם איז געבליבן סטעטוס קוא, עס ליגט אויף עמך בית ישראל און די ממשיכי מסורת בית סקולען צוריקצוברענגן דעם הייליגן רבי'ן צו די מסורה פון הייליגן טאטן און אים נישט אויספאפן און סיקירין מיט דובב שפתי ישנים וכדו', יעמאלט וועט זיכער זיין א זכות לטובתו.
Re: סקולענע רבי ליידער קראנק ווערן די מוסדות חסד לאברהם
עס איז פון א וואך בעפאר
דער דאספון דער איד פ' ויקהל
יעצט זעהט מען די גרויסקייט פונעם רבי'ן דורך די התקרבות פון אידן דאקטוירים וכו' אין באלטימור פון צוזעהן די מערכה ארום דעם רבי'ן.
ווען מ'שטייט ווען אינדערהיים מיט'ן רבי'ן און אים צולייגן א אמת'ע פלייצע מיט מקרב זיין אידן
ובעיקר בארה"ק דורך פארשפרייטן חסד לאברהם ווי די אנדערע מוסדות חזרה בתשובה ווי הידברות וכדו'העטעך וועלט געווען וועלט און זיך פארשפארן די טריפס קיין באולטימאר.
רבותי! לא עת לחשות!!
איך האב געהערט בשם הרב שרגא פרידמאן ממקורבי רבינו שליט''א אז דער מצב קען נאר בעסער ווערן מיט תפילות!
רבותי רייסטס איין!!
כ׳האב שוין שיעור נישט געוואלט אוועקווארפן די ״טמנע כלי״ ווייל איך בין ממש געוועהן איבערצייגט אז די רבי שליט״א איז נאר קראנק וועגן די ״סמארטפאונס״ אבער יעצט ווער איך געוואר אז סאיז גאר א ״חסד לאברהם סינדראום״ בין איך געבליבן מיטן סמארטפאון און רבי שרגא איז געבליבן מיט גראבע שטיקער פלייש און אביסלע ריעל-עסטעיט, פשוט איבערצולאזן פאר זיינע קינדערלעך ירושה אז זיי זאלן קענען ווייטער אנגיין מיט די עבודת הקודש פון ״פארשפרייטן אידישקייט״ מיט די אנגעשמירטע שמייכלדיגע וועסטלעך אויפגענייט דורך די באוואוסטע גלויבער ברודער...